געלעכטער: ר' אהרן'ס געוויין ביי אהבה רבה...
ר' אהרן טייטלבוים האט אונז נישט אנטוישט; פארשידענע דעות זענען געזאגט געווארן ווען ר' אהרן וועט אויפשפילן דעם שפיל לעילו נשמת די מאמע. מאנכע האבן געזאגט ביי נקדישך, אנדערע האבן האבן געזאגט אז טאקע ביים סאמע אריינבייס אינעם סבלניש'ן פישל פרייטאג צונאכטס. אבער ר' אהרן האט באשלאסן אז דער פאסיגע מאמענט דערפאר איז שבת צופרי ביי אהבה רבה... וואו עס קומען באריכטן האט זיך ר' אהרן ביטערלעך צעוויינט בעפאר ארויסזאגן דעם "בעבור אבותינו שבטחו בך", ער האט פאר פינעף מינוט געצויגן מיט אזוינע יאמערליכע בכיות ווי ביי די לוי', דאס הארץ פון די חסידים איז צעגאנגען זעענדיג דאס צווייטע מאל די וואך דעם שטארקן צער וואס ר' אהרן האט נאך די פטירה פון די מאמע.
קומענדיגע סצענע וועט זיך עפענען ביים מעמד הקמת המציבה...
|
|