| נשלח ב-12/7/2010 18:34 |
|
| |
רז"ל: נישט געבן קיין ירושה פאר...
דאס שיינע פרצוף פון דעם נועם המדות און דעם למה נגרע'ניק האט זיך ארויסגעשטעלט מיטן די ריכטיגע פארבן און קאלירן.
ער האט געלאזט באפעלן פאר יוסף מרדכי בערקאוויטש און משה בן פראדעל אז ער לאזט נישט געבן פאר'ן רבי'ן פון די ירושה קיין שום זאך פון די חפצים, און ער וועט אים ווייזען וואס ער קען.
און אויב מ'וועט דיך רופן צו דין תורה האט יוסף מרדכי געפרעגט:
כא כא כא, האט דער נועם המדות והנהגת התורה אויסגעשאסן אין געלעכטער:
אויב רופט מען מיך צו דין תורה, וועל איך גיין נאר צו מנשה'ן...
פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 18:35 |
|
| |
גוטזאגער, עס איז א שואכע ארבייט צו ברענגען אזעלעכע אינסייד אינפוי, אין שרייבן פרטים יבואו, אזא אויפדעקונג ברענגט מען תיקף מיט אלע פרטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 19:00 |
|
| |
מלך אביון,
1) דו זעהסט דא עפעס מיליטערישע סודות?
2) פרטים יבואו, ביי מיר איז דער פשט, אז נאך פרטים וועלכע וועלן זיך פונאנדערוויקלען איבער די נושא, וועלן אי"ה נאכפאלגן.
3) האסט עפעס אפציענטפערן אדער אפציווענדען וואס עס שטייט דא?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 19:29 |
|
| |
אקעי גוטזאגער א שיינע מעשה, ביסט זיכער נישט דארט געווען האסט עס נאר געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פון איינעם, קען זיין אז עס איז אמת, אבער איך האב געהרט די מעשה אביסל אנדערשט
סוי יעצט לאמיר פארציילן די מעשה אזוי ווי איך האב עס געהערט, נאך וואס די רביצין איז אוועק און מען האט דן געווען בבית מהרז"ל וואס צו טוהן וועגען די ירושה וויאזוי עס צו צוטיילן האט מהרז"ל געזאגט פאר משה גבאי אז עס קומט קלאר פאר יעדער ברודער צו עס איז מהר"א אדער ר' ליפא אדער ר' שלום אליעזר און אויך פאר זיך די זעלביגע חלק און ירושה, און איך וויל מקדים זיין אז ווען מען זאגט ירושה מיינט מען אלע אלע נכסים וואס האט געהערט פריוואט פארן ברך משה, אלעס וואס די ברך משה זעלבסט האט געאונט, דאס מיינט זיינע אנטיקן, זיינע ריעל עסטעיט, אא"וו אלע זיינע רעגולע נכסים, און אוודאי איז און דען יעצט נישט נכלל די גאנצע קהלה און רביסטעווע ווייל דאס איז שוין א אלטע מחלוקה נאך בחיים חיותו פונעם ברך משה, און יעצט איז נישט דער נושא צו ער האט יא געוואלט מהרז"ל צו נישט,און איך זאג נאכאמאל דאס איז בכלל נישט יעצט די נושא, די נושא איז פשוט אויף אלע נכסי פרטים פונעם ברך משה, צו זאגן קלארער אזוי ווי א יעדע ציווילער מענטש וואס זיין טאטע גייט פונעם עולם און מען צוטיילט די ירושה, די זעלביגע זאך איז דא,
און יעצט צוריק צום מעשה האט מען זיך אראפגעזעצט און שטוב פון מהרז"ל און מען האט דן געווען וואס צו טוהן, האט מען דארט געשמועסט אז און די פריוואטע נכסים פונעם ברך משה ווילאנג ער האט געלעבט איז אויך געווען די הויז און קרית יואל אויף איהעל קט, און ווי איך שטעל מיר פאר נאך אפאר זאכן וואס ליגט יעצט ביי מהר"א, און איך ווייס נישט וןואס עס טוט זיך מיט די הויז אויף יוז סטריט, אא"וו די הויז און ב"פ, עניוועי וויאזוי עס זאל נישט זיין איז דא נכסים , וואס ליגט ביים עלטערן ברודער, און ער האט געטענהט אז ווי לאנג די נכסים וואס ליגט ביי מהר"א קומט נישט אריין אינדערמיט איז נישטא וואס צו צוטיילן, וויל אויב וויל מען צוטיילן מוז מען אלעס צוטיילן, און דאס מיינט אויך די הויז אויף איהעל, (די הויז אויף בעדפארד האט קיינמאל נישט געבלאנגט פריוואט פארן ברך משה, נאר עס איז פון אייביג אן געבלאנגט פאר קהל, משא"כ די הויז אויף איהעל, היינט ווייס איך נישט אויף וואו עס איז פארשריבן, אבער דאס איז קלאר אז עס איז געווען א נכס פרטי פון ברך משה, און מען האט דאס קיינמאל נישט צוטיילט מילא דארף דאס אויך אריננגיין און ירושה)
מילא גוטזאגער קום מיר נישט פארקויפן אז מהרז"ל וויל נישט צוטיילן די ירושה, ביזדערווייל איז ער מסכים נאר מען ווארט אז די הויז אויף איהעל קט, זאל אריינגיין און די נכסים וואס מען וועט צוטיילן,
איך ווארט נאר ווען ענק וועלן זאגן אז מהר"א איז געקומען און ער האט געזאגט אז ער איז גרייט אויפצוגעבן די הויז אויף איהעל, און מהרז"ל ציט ר' ליפא זענען אוועקגעלאפן, און זייט דעמאלטס האט מען פון זיי קיינמאל נישט געהערט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 19:52 |
|
| |
דן געווען ארויף דן געווען אראפ... טשאדעלע באדעלע. און פוסטע שקרים און הויל גניבה.
דער שטריק האט דאך נישט געוואלט גיין צו דין תורה. ער האט געשיקט אן הזמנה, און ווען מ'האט געענטפערט אז מ'וויל גיין. האט דער נועם המדות שנעל צוריקגעצויגן.
דאס איז איינס.
צווייטנס: דאס הויז פון ברך משה אין קרית יואל איז נישט מער דעם ברך משה'ס ווי דאס הויז אין ווילי.
נאר דא קומט מען ווייטער צוריק צו דעם נועם המדות למה נגרע רעבע.
איך מעג, און דו נישט !
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 20:19 |
|
| |
סייבער אטאק, ביסטו א באהאלטענער אהרוני? ווייל מיט דיין טענה אז די וויליאמסבורגער הויז באלאנגט יא פאר קהל און די מאנראער הויז נישט טוסטו ביטער פארשעמען די זאליס.
דו ווייזט נאכאמאל ארויס וואספארא היפאקריטן זיי זענען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 20:31 |
|
| |
סייבער איז גראדע נישט קיין היפאקריט. ער טוט ערליך פארענטפערן די גניבה וגזילה שטיק פון זיין שטריק. ער האט אלע רעכטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 20:34 |
|
| |
קודם כל גוטזאגער דאס וואס די רשייבסט וועגען די"ת אפשר זאגסטו מיר וויפיל מאל מען מהרז"ל איז אוועקגעלאפן, לויט ענק האלט מהרז"ל און איין לויפן, ער רופט און ער לויפט אוועק,
און דאס וואס די שרייבסט אז די הויז און קר"י איז נישט מער דעם ברך משה'ס ווי די הויס און וויליאמסבורג, ווייסטו אליינס אז די ביסט נישט גערעכט, ווייל עס איז קלאר אז די הויז און קר"י האט געבלאנגט פערעזענליך פארן ברך משה און ר' מענדל האט דאס אליינס איבערגעשריבן,
און יעצט ווייטער איך האב געטוהן אביסל האומווארק, און געהערט אז קודם כל די צוטיילן די ירושה האט גארנישט מיט מהרז"ל ס' האט מיט משה גבאי און יוסף מרדכי בערקאוויטש, און דאס האט שוין די ברך משה צוטייל בחיים חיותו, נאך פאר ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז אויף איהער קט, און דארט האט די ברך משה צוטיילט פאר יעדן איינעם גלייך, פאר אלע 4 זינען, (איך האב נישט געפרעגט וועגען די טעכטער) אבער אזוי ווי ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז, האט די ברך משה געזאגט אז ווי לאנג די הויז ווער ניט צוריקגעשריבן אויף זיין נאמען,(אדער אפשר האט ער געוואלט אויף די נאמען פון ר' ליפא וואס די ברך משה האט פאר עם געגעבן און די ירשוה די הויז) וועט מהר"א נישט באקומען קיין שום חלק און ירושה, וויבאלד זיין זון האט איבערגעשריבן די דירה און קרית יואל, און דאס האט זייער גערעגט די ברך משה,
און יעצט גוטזאגער זאג מיר פונקטליך וואס איז דא נישט גוט, און פארוואס מהרז"ל איז דער וואס גיט נישט קיין ירושה, קודם כל האט עס גארנישט מיט עם עס איז דא אפטרופסים פאר די פארמעגן, און אויף די אפטרופסים קענסטו אויך נישט האבן קיין טענות ווייל זיי טוען די רצון פונעם ברך משה, די איינציגסטע טענה איז אויף ר' מענדל אז ער זאל צוריקשרייבן די הויז, איי טענהסטו די"ת, איך וויס נישט פונקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען, אבער ווי וקמט דא אריין די"ת ווען די ברך משה האט געשריבן אז ער האט נישט קיין חלק און ירושה, ווילאנג יד הויז ליגט אונטער די נאמען פון עצי חיים,
סוי נאכאמאל זאג מיר פונקטליך ווי מהרז"ל קומט דא אריין און בילד?
און ווייטער איבער די אפטרופסים ווילסטו טענהן אז די ברך משה איז שוין נישט געווען געזינט ווען ער האט געשריבן די ירושה, הער זיך איין זיי מעגן האבן א אנדערע מיינונג, און זיי מעגן האלטן אז ער איז יא געווען קלאר 100 פראצענט ווען ער האט עס געשריבן, ווי נישט ווי האבן זיי זיך מער אפגעגעבן מיטן ברך משה, איך לאז דיר האלטן אז דע ברך משה איז נישט געווען געזינט, אבער זיי טענהן אז ער איז יא געווען און די צוואה איז א געהריגע שטארקע צוואה, און מהר"א האט נישט קיין חלק ווילאנג די הויז און קר"י ווער נישט צוריקגעשריבן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 20:44 |
|
| |
2 מאל איז געווען רעדעס פון דין תורה, און ביידע מאל האט דער שטריק ארויסגעצויגן (ווען ער איז געווען דער תובע).
דאס ערשטע מאל ביים הויז.
דאס צווייטע מאל ביים פעמיליע קאורט.
האסט שוין געהערט אז א תובע ציט צוריק???
ביי א חלה דעקל, א תלמיד מובהק פון דזשיגאן הייסט דאס אז ער וויל באמת יא גיין, נאר יענער וויל נישט !
יעצט לגבי די אפטרופסות:
מהרז"ל האט געזאגט פאר יוסף מרדכי אז ער לאזט נישט געבן פאר'ן רבי'ן. פינטל.
יעצט לגבי די הויז:
דאס הויז איז געווען אויפן נאמען פון קהל יטב לב.
ווען די מסירות פון יאשקע משומד און באדישל האבן באדרעאט די קהילה האט מען עס איבערגעשריבן אויף קאנג עצי חיים.
און ווען דער געפאר פון מאשקע משומד איז אויפגעקומען, האט מען עס שנעל צוריקגעטוישט. שמעקט דיר נישט???
עס איז דעם רבינ'ס אייגענטוהם פונקט ווי די הויז אין ברוקלין. פינטל.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/07/2010 00:02:36
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 20:52 |
|
| |
איך פארשטיי נישט אויב יוסף מרדכי איז אפטרופוס וויאזוי קעם מהרז"ל זאגן אז איך לאז דיר נישט, פארוואס פרעגט ער עם, ווי קומט דא מהרז"ל אריין און בילד,
און ווייטער איך גיי נישט דא יעצט טענה'ן איבערגעשריבן וועגען דעם אדער וועגען דעם,
איך וויל נאר וויסן איין זאך האט די ברך משה געשריבן אדער געזאגט, אז ווילאנג ר' מענדל שרייבן נישט צוריק איבער די הויז האט מהר"א נישט קיין חלק און די איבריגע ירושה, יא אדער ניין
ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט יעצט צו מהרז"ל איז אוועקגעגאנגען פון די"ת צו נישט, און אויך נישט צו די ברך משה איז נישט געווען געזינט,
איך וויל פשוט וויסן צו דאס איז געשריבן אדער געזאגט געווארן פון די ברך משה,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2010 22:47 |
|
| |
סיבאריט שרייבט:
איך פארשטיי נישט אויב יוסף מרדכי איז אפטרופוס וויאזוי קעם מהרז"ל זאגן אז איך לאז דיר נישט, פארוואס פרעגט ער עם, ווי קומט דא מהרז"ל אריין און בילד,
ער קומט טאקע נישט אריין דא. וויבאלד ער איז אן אכזר, און האט מבזה געווען זיין פאטער 10 יאר מסוף העולם ועד סופו, טוט ער עס יעצט נאכאמאל פארזעצן. ער מישט זיך אריין פאר רשעות!
_______________________________________
און ווייטער איך גיי נישט דא יעצט טענה'ן איבערגעשריבן וועגען דעם אדער וועגען דעם,
איך וויל נאר וויסן איין זאך האט די ברך משה געשריבן אדער געזאגט, אז ווילאנג ר' מענדל שרייבן נישט צוריק איבער די הויז האט מהר"א נישט קיין חלק און די איבריגע ירושה, יא אדער ניין
דער ברך משה האט אונטערגעשריבן וואס די רוצחים האבן אים אונטערגעריקט. און דער ברך משה אליינס האט גע'פסקט אז די צוואה פון ר' געציל בערגער איז גארנישט ווערד, כאטשיג ר' געציל אי געווען אין א פיל בעסערן געזונט צושטאנד. דאס האט דער ברך משה גע'פסק'ט פאר זיין זון ר' שלום בערגער אין תשמ"ב.
ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט יעצט צו מהרז"ל איז אוועקגעגאנגען פון די"ת צו נישט, און אויך נישט צו די ברך משה איז נישט געווען געזינט,
אוודאי איז דיר נישט אינטרעסאנט צו רעדן פארוואס דיין שטריק איז אנטלאפן פון דין תורה 2 מאל. כאטשיג ער איז דער תובע ! ווייל ער איז א באנדיט און אן אגענט פון משה בן פראדל.
איך וויל פשוט וויסן צו דאס איז געשריבן אדער געזאגט געווארן פון די ברך משה, ניין. ס'איז געשריבן און געזאגט דורך דעם רוצח משה פרידמאן, ער האט געדריקט א קנעפל ! פארשטייסט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 00:02 |
|
| |
גוטזאגער די סבה פארוואס איך האב נישט געוואלט רעדן צו די ברך משה איז יא געווען געזינט צו נישט איז ווייל אויב די וועסט בויען אויף די טענה אז די ברך משה איז שוין נישט געווען געזינט. אויב אזוי וואס קומסטו טענהן איבער די ירושה לדעתך איז די טענה א אלטע טענה איבער די גאנצע רביסטעווע און נישט נאר איבער די ירושה. אבער לויט די חסידי מהרז"ל איז די טענה אז די ברך משה איז נישט געווען געזינט נישט אקטועל. מילא איז די צוואה יא גוט מילא איז ווי לאנג די הויז אויף איהעל ווערט ניטש צוריקגעשריבם האט מהר"א נישט קיין חלק און די ירושה. און אויב די ווילסט דוקא אריינגייו איבער די נושא צו די ברך משה איז געווען געזינט צו נישט קען מען פון דעם אויך רעדן אבער נישט פון מיין בב די וועסט מוזן ווארטן ביז איך קום צוריק צו מיין קאמפיוטער און דאן וועל איך דיר געבן אביסל א 2טע קוק אויף וואס איז פארגעגאנגן פון תשנ"ט און ווייטער.
ס"ה די טענה דא איז נישט איבער די ירושה די טענה איז איבערן געזינט פונעם ברך משה. אויב איז ער נישט געווען געזינט איז די טענה אויף די גאנצע רבנות פון מהרז"ל. און אויב איז ער יא געווען געזינט קומט נישט פאר מהר"א א חלק ווילאנג ער שרייבט נישט צוריק איבער די הויז און קר"י
און איך וואס איך האב היבש מיטגעלעבט מיטן ברך משהן די לעצטע פאר יאר. וויל איך דיר זאגן אז ער האט זייער גוט געוויסט וואס עס טוט זיך. יא ער איז געווען א אלטער יוד. אבער ער האט געוויסט וואס ער טוט. און לדעתי איז זיין צוואה געהעריג ווערד.
און נאכאמאל איך וועל דיר נאך פונקטליך שרייבן די 2טע זייט מטבע
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 00:42 |
|
| |
sybarit
שוין לאנג נישט געזעהן אזעלכע שטותים געשריבן מיט אזא גראדרקייט
נאכדערצו אז דער ברך משה האט זאל גאר האבען געזאגט ווער עס באקומט וואס אין די ירושה,
האסט אפשר א קאפי ווי ער שרייבט דאס?
אין אפי' יא, ווייסט אפשר פארוואס {לשיטתך} ער האט אפגעמאכט צו צוטיילן זיינע נכסים פונקט נאך די ''גניבה'' פין די הויז?
איך וויל נישט דא אריינגיין אין די מצב פין פין רביה''ק ז''ל יענע יארען ליידער, אבער איך וואלט דיר נישט געווינטשען אז אויף די עטלטערע יארען זאלען דיינע שוואכערע קינדער ארויסשלעפן א חתימה בנוגע דיין ירושה קעגן דיין מער געראטענע קינדער
אין לשיטתך אז ער איז געווען ביים פולן דעת ווי א געזינטער יונגער מענטש
פארוואס יעדעס מאל ווען ער האט זיך געטראפען מיט זיין אייניקעל הרה''ג ר' מענדל האט ער אים אויפגענומען בצהלות פנים פונט ווי אין די פריעדיגע יארען, אפי' שוין אין די נישט געזונטע יארען - נאך די ''גרויסע גניבה'' כלשונכם
ווער געדענקט נישט ביי די חתונה אין ב''פ ווען ער איז געגאנגען דערמאנען וועגן די בר מצוה פין זיין דאפעלטע אור אייניקעל ווי ער האט אים אויפגענומען מיט א לעכטיגע פנים, ותחי נפש צדיק.
אפי' ביי די רשעות ברוב עם ווען די 2 ברודער האבען נישט געלזאט די עלטסטע דאפעלטע אור אייניקעל באקומען אן עלי' אין ביהמ''ד שבת פאר די ב''מ, אין דער עולם האט געשריגען היסטעריש אויף די 2 ברודער אש משה פר''מ אין אריין אין כעס אין האט געשטויסען זקנים אין נערים מיט זיינע הונטערשטע פיס, אין ליפא האט זיך צוגעבויגען צו רבין' עטליכע מאל אז דער רבי זאל זאגען א ווארט, אין ער האט נעבעך נישט געוויסט וואס מען וויל פין אים ביז ליפא האט זיך גענומען שרייען פארענט פין א ס''ת (מ'קען נאך אסאך רעדן פין די אלע רשעות)
וואס דארפט איר מער ווי ביי די קישור החיתון פין הרב יואל גלאנץ בביתו נאווה קודש (וואס דארף ווען אויך א באזונדערע אפהאנדלונג)
לאמיר דא קלארע מאכען טרוקענע פאקטען
די הויז אויף יוז סט' האט רביה''ק איבערגעבן פאר רבינו שליט''א, פאר 30-40 יאר ציריק, אין רבינו שליט''א האט פין דאן זיך אריינגצויגען אין די דירה אין געווארען רב אין קהל עצי חיים, אין גענומען רענט פין די אויבערשטע דירה.
די הויז אין ב''פ, ווייס איך נישט, אבער ס'קען זיין אז ער האט דאס אויך אוועקגעגבן
די דירה אין פלארידע, ווייס איך אויך נישט
די דירה אין ק''י ''האט קהל אין ק''י געבויט'', אין אויב געדענק איך גיט איז עס געווען לכתחילה אויף קהל'ס נאמען ביז די מסירות פין די וואלדמאן - מארגענשטערן קליקע, וואס דאן האט מען איבערגעשריבן אויף קהל עצי חיים, אין ווען די סכנה איז פאראיבער אין ס'איז אונטערגעקומען א נייע סכנה ווען מ'האט געגעהן ווי אפרעיזאל קומט אפשאצען די הויז בשליחות פין די גנבים, האט מען עס צירוקגעלייגט אויף קהל'ס נאמען
וואס דארפט איר מער ווי דעם, אז די 2 קינדער מיט משה פרי''מ האבען דאך געשיקט א הזמנה, אין זענען אנטלויפן פין בי''ד פאר די דיון האט זיך אנגעהויבן..... פארוואס?
די דירה אין וומ''ס ''האט די זעלבע דין ווי אין ק''י, אין אויב איז מען דן די דירה אין ק''י דארף מען דן זיין די דירה אין וומ''ס אין די טרעילערס און קווינס קעמפ
און וואס די פארברעצירסט וועגן נאך נכסים וואס רבינו שליט''א האט, איז נאך א פרעכע שקר,
רבינו שליט''א האלט נישט ביי זיך קיין שום חפצי ירושה,
עס איז אפי' געווען א בן בית ביי רביה''ק בעל ברך משה ז''ל וועלכע איז געקומען איבערבעטן רבינו שליט''א נאך די פטורה פין רביה''ק בב''מ ז''ל פארן מעלים עין זיין פין אלע רשעות הסתה אין רציחה אין האט געברענגט פאר רבינו שליט''א עטליכע חפצים וועלכע איז אים געלונגען צו שאפען אין רבינו שליט''א האט אים געזאגט אז להלכה אז ער נעמט דאס איז עס גניבה בידו, עס זענען דא 4 שותפים, אין די אנדערע 3 דארפן אויפגעבן זייער שותפות (והדברים ידועים)
אין קיץ לדברי רוח,
קיינער וועט נישט אפקויפן כאילו רביה''ק בעל ברך משה זאל אויף די עלטערע יארען זאגען דיינע געבעקסן
אין יעדע חפץ וואס די 2 ברודער וועלן זיך באנוצען אין באלאנגט צו די ירושה איז גזל בידם, און אויף אויב איז עס א חפץ של מצוה איז עס הבא בגזילה, אפגערעדט צו מ'וועט אים שיקען א הזמנה צו נישט
תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 01:04:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 00:49 |
|
| |
| sybarit כתב: |  | | און איך וואס איך האב היבש מיטגעלעבט מיטן ברך משהן די לעצטע פאר יאר. וויל איך דיר זאגן אז ער האט זייער גוט געוויסט וואס עס טוט זיך. יא ער איז געווען א אלטער יוד. אבער ער האט געוויסט וואס ער טוט. און לדעתי איז זיין צוואה געהעריג ווערד. און נאכאמאל איך וועל דיר נאך פונקטליך שרייבן די 2טע זייט מטבע |
|
זאלי דו!
ווייסט אפשר פארוואס ער האט מער נישט געהאלטן קיין דרשות די לעצטע 15 יאר
געדענקסט אפשר ווי זיינע אייגענע קינדער האבען אים מבזה געווען פאר די גאנצע וועלט א' חי' שרה אין ביי זיין הכתרה
ווייל ער איז געווען געזינט?
פאר די זאלי'ס קענסטו קאכען אין באקען, אבער נישט פאר אינז,
מיר פלעגן זיך גיין געזעגענן (ווילאנג מ'האט אינז אריינגעלזאגט) אין זיך מצטער געווען מיטן רבין'ס מצב, נאך היבש פאר מ'האט פארקויפט אז ער האט געטויטש זיין מיינונג פין אלע יארען נישט צו געבן א רבנות שטעלע פאר רז''ל אין סאטמאר
איך וויל נישט פארקריכן פין די נושא (עס ווערט אביסל ארוםגערעדט דערפון אין קונטרס וואס איז ארויסגעקומען לאור די פאלטשע בריוו בנוגע סידו''ק אין ק''י)
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 01:20 |
|
| |
היראים די פארקריכסט נישט. דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט און די נושא. און איך האב מסביר געווען אז ווען די קומסט מיט די טענה אז ער איז נישט געווען געזינט. איז דא אנדערע צדדים און דעם. און אגב זאג מיר נישט אז מהר"א האט געוואלט נעמען פון עם א חתימה אויף רב הצעיר ווען ער איז שוין נישט געווען ביי זיך. ווי האט ער אפילו געקענט טראכטן פון טון אזא זאך. עניוועי מיר האבן א אנדערע בילד און ווען איך וועל האבן צייט וועל איך ענק מיטטיילן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 02:01 |
|
| |
sybarit, געווענליך ווען מטענהט זיך מיט אזעלכע היסטארי פעלשערס ווי דו איז דא נאר איין ווארט: איך ווינטש דיר מיטן גאנצען הארץ דו זאלסט זיין פינקט אזוי געזינט דיין גאנץ לעבן ווי דער ברך משה זי"ע איז געווען אין יענע יארען....
|
|
|
|
|