|
|
| נשלח ב-13/7/2010 02:39 |
|
| |
| sybarit כתב: |  | | היראים די פארקריכסט נישט. דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט און די נושא. און איך האב מסביר געווען אז ווען די קומסט מיט די טענה אז ער איז נישט געווען געזינט. איז דא אנדערע צדדים און דעם. און אגב זאג מיר נישט אז מהר"א האט געוואלט נעמען פון עם א חתימה אויף רב הצעיר ווען ער איז שוין נישט געווען ביי זיך. ווי האט ער אפילו געקענט טראכטן פון טון אזא זאך. עניוועי מיר האבן א אנדערע בילד און ווען איך וועל האבן צייט וועל איך ענק מיטטיילן |
|
קודם די רב הצעיר האט קהל אים אויפגענומען, מיטן רבי'ןס פארדערונג אדער צושטומונג (כ'גיי נישט אריינגיין אין דעטאלען אין אלע חולוקי דעות)
אין די א''ג וומ''ס רבנות הענגן ענק אן אין רבי'ן ז''ל - טראץ וואס עס מאכט נישט קיין סענס
והעיקר
די וועסט ביי מיר מודה זיין (כ'האף אזוי, אז נישט ווער ווייסט וואס קומט נעקסט) אז די רצון פין רבי'ן בב''מ איז אלע יארען געווען אפען פאר יעדן, קיינער האט עס נישט געלייקענט, ער האט עס געזאגט צענדליגע מאל ברבים מיט שטאלץ אין קורת רוח.
אז ר' אהרן זאל זיין זיין פארטרעטער ווי אימער עס האט זיך אויסגעפעלט, דאס האט זיך נאך אנגעהויבן פין ווען ער האט איבערגענומען די כסא הנהגה - אין נאך פריער אפי' , אין ער האט עס גיט מסביר געווען פאר הרה''ח ר' פרץ לעפקאוויטש לאוי''ט
אנגעהויבן פין די דרשות אא''וו האט איז ער געווען זיין סגן על כל דבר.
אזש ''אלע קינדער'' האבען זיך שוין ציגעוואינט דערצו, אין אלעס איז געווען על מי מניחות (חוץ דער בן השלישי וואס האט יא געהאט קנאה אבער ער האט קלאר געוויסט אז געים איז אווער, ער האט פארשפילט די יארען, ס'דערנאך, אין חוץ די פאר קינדערישע אויסדרוקען אין צעירים האט ער אייגערוהט)
פארוואס דאס איז געוווען דארף איך אויך קיינעם נישט מסביר זיין
נו, ווען קהל וויל דאס אויף די עלטערע יארען מאכען אפיציעל אין פארשטערקערן, ווי קומט דא אריין פארפירט? (אפשר זאגסטו אז מ'האט אים פארפירט אז ער זאל עסן פרישטוג?)
דאס אלע יארען געווען זיין רצון אין מ'מאכט עס נאר שטערקער.
אנדערש איז אבער ווען מ'קומט פארקויפן אז דא אויף די עלטערע יארען האט ער פליצלונג איבערנאכט געטוישט זיין מיינונוג אין נאך לאנגע יארען וואס ער האט געבויט אין אזוויפיל זיך געשפיגעלט מיט זיין זון דער גאון בתורה ויראה, אין אלע אנדערע קינדער נישט געלאזט אפי' נאנט קומען דערצו,
אין פליצלונג וויל ער גאר איבערגעבן די שטערקסטע רבנות פאסטען פארן בן השלישי
עפעס פונקט נאכדעם וואס דער גבאי וועלכע האט ליידער געהאט אזא שליטה אויף רבין' גוף, אין ר' אהרן וויל מער נישט אננעמן זיינע דעות
אין פינקט דעמאלטס וויל ער אים מער נישט קענען
אמת
איך בין משוגע פארען איבערקייען אז היינט איז מאנטוג
אבער אז ס'קומט אזעלכע נערישע שקרנים ווי דיר פעלט עס אויס צו זאגען
תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 02:56:06
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 02:44 |
|
| |
היראים שרייבט אז דער 'גבאי' האט "פאלוירען" די שליטה אויף ר' אהרן. סאו ווער האט היינט די שליטה?
תוקן על ידי Lechtiger ב- 13/07/2010 02:44:52
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 03:44 |
|
| |
היראים איך האב זייער הנאה פון דיר די הייבסט אן ארויסצוברענגן מיין צד. לאמיר דיר פרעגן מאכט דען סענס אז די ברך משה וואס האט געהאט 4 קינדער און 2 פון דעם געלונגענע (לאמיר נישט יעצט אנהייבן אז מהרז"ל איז א ע"ה און איך זאג אויך נישט גארנישט אקעגן מהר"א) און פאר איינעם זאל ער איבערגעבן די גאנצע רביסטעווע. און די אנדערער זאל בלייבן מיט סיגוטע ביהמ"ד און ב"פ און שוין. די האלטסט אז ס'וואלט ווען געווען יושר פון א טאטע אזוי צו טון. טראכט אריין לאגיש. מהרז"ל וואלט געהאט ביי די 60 סאך ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב ביי די 24 און פאר דעם האב איך א גאנצע הסבר אז די נאן סענס איז געווען ביז נ"ט. און פון דארט און ווייטער האט שוין אלעס פיין געהאט סענס. געפייניגט האט מען עם אז ער זאל גארנישט געבן פאר מהרז"ל. ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט זיין א שטער פאר מהר"א. און נ"ט האט די ברך משה זיך אויפגעוועקט און געזען וואס דא גייט פאר האט ער געטון וואס ער דארף צו טון. (דאס איז נאר ראשי פרקים. די מעשה האט נאך אסאך פרטים. )
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 04:48 |
|
| |
סייבעריט,
אמשיל לך משל נאה, משל למה"ד, איר עפנט אויף א צייטונג און איר זעהט אין די בעק א קלעסיפייד וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:
"א טאלאנטפולער פערזאן, געאייגנט צו זיין א אדמו"ר זיכט צו איבערנעמען א חלק פון סיי וועלכער חסידות וואס איז צו גרויס און איז וויליג אוועק צו געבן א חלק פאר א אנדערן אדמו"ר, ביטע רופט 718-384-0070, אויב מ'הייבט נישט אויף לאזט איבער א קלארע מעסעדש, מיט דאנק"
דער נמשל: א אדמורו"ת קען מען נישט געבן פאר מער ווי איין קינד, חוץ אויב ס'דא מער ווי איין חסידות, די פאזיציע פון אדמו"ר איז נאר דא איינע פער חסידות, ס'נישט שייך זאל זיין מער ווי איין רבי פאר די זעלבע חסידות, און ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס אז דער רבי האט מחליט געווען ציציברעכן זיין אייגן חסידות אלעס נאר ווייל נאך א קינד זאל אויך זיין א רבי, דאס איז פארקערט ווי דער שכל אנושי, מ'מאכט נישט קיין חסידות כדי צו סערווירן א רבי, מ'מאכט א רבי כדי צו סערווירן א חסידות
אנדערש איז אבער פערזענליכע ירושה, וואס איז נישט מער ווי נכסים וואס געהער מן הדין פאר אלע קינדער ציגלייך
וקל להבין
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 05:42 |
|
| |
סייבעריט
אן זיך צו אינדעטפיצירן אז דו האסט זיך נאנט געדרייט ביים רבין די לעצטע יארן, שיינט שטארק ארויס פון דיינע ווערטער אז דו געדענקסט נישט סאטמאר בתפארתה, און דו האסט נאר אנגענומען וואס מען האט דיר געהאקט אין קאפ און געפראגראמט.
דער ייטב לב האט געמאכט נאר איין זון ממלא מקום, און אזוי אויך דער קדושת יו"ט
איי וואס איז מיט די אנדערע זון, זיי זענען געווארן רבנים אין אנדערע שטעט
דער ברך משה האט קלאר געזאגט, בשנת תשמ"ז און אויך אין די מיטל נ' יארן פאר זיינע קינדער אז ער וויל נאר מהר"א זאל פירן די קהלה.
א איד האט געפרעגט דעם ברך משה אין די אנהייב מ' יארן ווען די רבי האט אוועקגעגעבן פאר רז"ל די סיגעטע ביהמ"ד אין ב"פ מיטן הויז, וואס איז ווערט געווען א הון רב, האט יענער געפרעגט דעם רבין פארוואס ער טוט עס, האט דער רבי געזאגט, איך וויל ער זאל זיין און בלייבן סיגעטער רב, ער זאל נישט האבן א סיבה פארוואס מקנא צו זיין דעם ברודער.
און איך מיין אז רז"ל פערזענליך האט נישט געהאט קיין איין שונא אין סאטמאר ביז תשנ"ה, פשוט ווייל ער האט קיינמאל גארנישט געטון, און איינער וואס טוט נישט (הן לטוב והן לרע) האט מען נישט פיינט.
איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין, אז לאחר הסתלקות רבינו הברך משה, ווען מהר"א ווערט ממלא מקום, און רז"ל ערקלערט זיך אלס כ"ק אדמו"ר מסיגעט שליט"א וואלט עס אויך קיינעם נישט געשטערט, נאך מער, תלמידי וחסידי מהר"א וואלטן קלאר געגאנגען אויך צו אים א שטייגער ווי תלמידי וחסידי הברך משה פלעגן גיין צו ר' הערשעלע ספינקער, ס'איז נישט געווען קיין סתירה.
נאר וואס, כיון שנעשה מה שנעשה, נעשה מה שנעשה
און די איבריגע איז היסטאריע...
ואגב סייבעריט, לשיטתך פארשטיי איך באמת נישט דעם ברך משה , פארוואס האט ער נישט געגעבן א חלק פון סאטמאר פאר ליפא? אין מיין ער איז דאך אויך א זון, פארוואס האט ער אים נישט געגעבן מאנסי? בארא פארק? לאנדאן?
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 17:48 |
|
| |
וואלן, איר ברענגט ארויס א גאר וויכטיגער פונקט איבער די ירושה, וואס ברויך אביסל מער אויסגעשמועסט ווערן, דהיינו דער סיגעטער שול אין בארא פארק,
דער סיגעטער שול אין בארא פארק איז באותו זמן, לכאורה געווען די ווערדספולער פערזענליכער פארמעגן פון ברך משה, דער ביהמ"ד איז דעמאלטס געווען א רעלאטיווער נייער הערליכער ציגעלנע בנין, בערך 10 יאר אלט, און די שענסטע און טייערסטע געגנט און בארא פארק, ס'א שיינע סייז בנין, א גרויסער ביהמ"ד, א זאל אונטען, א גרויסער דירה אויבן, אט דער גאנצער רכוש האט ר' זלמן לייב באקומען פאר אלע זיינע געשוויסטער,
[חוץ יוז סט. וואס ר' אהרן האט טאקע באקומען פריער, אבער דער סיגעטער ב"פ שול איז זיכער געווען סאך א גרעסערע בנין און קהלה ווי דער וומ"ב סיגעטער שול.]
יעצט, והוא העיקר: אפשר איז דא אסאך וואס ווייסן נישט און געדענקען נישט, אבער דעמאלטס אין יענעם תקופה ווען דער ברך משה, אלס סאטמאר רבי, און די פריע מ' יארן, האט איבערגעגעבן זיין טייערסטע פארמעגן פאר ר' זלמן לייב'ן איז דער סיגעטער קהלה אין בארא פארק געווען פון די שענסטע אין שטערקסטע היימישע קהילות אין בארא פארק, דארט האבן געדאווענט, פילע שיינע תלמידי חכמים און כידוע אסאך בעלי בתישע מענטשן, איך געדענק אז מ'האט געהאט געשמיסט אז דער ביהמ"ד גייט אין אפאר יאר זיין צו קליין,
ר' זלמן לייב האט דא באקומען בחנם א פערטיגע running business, ער האט נישט געדארפט גארנישט שוויצן פאר קונדן, און נארמאל וואלט יעדער געקלערט אז, מיט 53 שול מיט זיינע פראבלעמען וואלט ער געדארפט איבערשטייגן 53 און זיך בויען די גרעסטע סאטמארע טיפ קהלה אין בארא פארק, אזא גאטונג ווי ר' אלעזר הורוויץ וכדומה,
נאך א וויכטיגע זאך די סיגעטע קהלה איז געווען גענצליך זעלבסטשטענדיג פון די גרויסע קהל יטב לב, דאס מיינט אז ר' זלמן לייב איז אין גאנצן נישט געווען נכנע אונטער קיינעם, ער האט געהאט כמעט 20 יאר די געלעגנהייט זיך צי בויען א אייגענע הערליכע אימפעריע,
יעצט, בואו חשבון, וואס איז געווארן פון די שיינע סיגעטער קהלה נאה וחסידה, אין די קרוב צו 20 יאר וואס דער "גלונגענער" ר' זלמן לייב איז געווען דער רב הקהלה, רבותי, ער האט געמאכט א תל דערפון א חורבן, ער האט עס באנקראטירט! אויף אזוי ווייט אז בשנת תשנ"ט, קרוב צו 20 יאר שפעטער, איז ער געקומען וויינען צו זיין טאטע "טאטי, אהרן האט אלעס און איך גארנישט?!"
דו ביטאנג! גארנישט?! דו האסט דאך באקומען די שענסטע! נאך סאך פאר יעדער האט עפעס באקומען, ווער איז דיר שולדיג אז דו האסט עס אוועקגעפאטשקעט,
נארמאל וואלט ר' זלמן לייב בשנת תשס"ט, אויב ער איז ווען נאר א פערטל "געלונגען" ווי די זאליס פארקויפן, וואלט ער געדארפט זיין און א באקוועמע פאזיציע וואס עס וואלט נישט געווען קיין קלער ער זאל איבערלאזן די סיגעטער קהלה,
דאס מיינט אזוי, ר' זלמן לייב האט געהאט א טשענס זיך אויפציבויען א שיינע זעלבסטשטענדיגע חסידות, אן קיין שטער, אבער אזוי לאנג די הצלחה האט זיך געוואנדן אין זיינע אייגענע כשרונות, אן קיין מחלוקת, האט קיינער נישט געקוקט אויף זיין זייט, ווי נאר איז געקומען מיט א סלאגאן פון "אהבה מסתרת", ער גייט מתקן זיין די חטאים פון זיין טאטע, ער גייט זיין דער קאנקורענץ פון זיין עלטסטע ברודער, ער גייט אנמאכן די גרעסטע מחלוקה אין מאדערן היסטאריע, אה! פלוצלינג איז ער ביי די 50 יאר געווארן געלונגענער א "נועם המידות",
מיין עיקר פונקט וואס איך וויל ארויסברענגן איז וויזוי קען דער רז"ל האבן די העזה אין וויינען אז ער האט גארנישט באקומען, און די צייט וואס ער האט לכאורה באקומען די מערסטע פון יעדן, און ער האט עס פשוט אוועקגעפאטשקעט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 17:48 |
|
| |
וואלן ווי איך זעה האסטו זיך נאך געדרייט ביי די צייטן פון קדושת יו"ט און ייטב לב, איך וואלט מיט דיר געוואלט רעדן איך דארף אביסל אינפאו פון יענע צייטן, עניוועי איך האב נישט געגלייבט אז א יוד וואס האט דורך געלעבט די ביטערע 2טע וועלט קריג זאל נאך שרייבן דא אויף היידפארק, עניוועי גענדיגט מיט די הלצות, און יעצט צום פונקט,
דאס איז קלאר אז סיי ייטב לב און סיי קדושת יו"ט האט איבערגעלאזט סיגוט פאר איין קינד,פשוט ווייל עס איז נישט געווען קיין מציאות פון צוטיילן, ניין ס'האט נישט געהאט קיין מציאות צו נעמן סיגוט און צוטיילן און 2, פארגעס נישט סיגוט איז נישט געווען קיין קהלה, ס'איז געווען א שטאט און די ייטב לב און קדויו"ט זענען געווען א רב און א שטאט, און צוטיילן מיינט מאכן 2 באזינדערע בתי מדרשים און די שטאט, און די זעלביגע איז געווען ביי אלע אנדערע חסידות אינדערהיים, משא"כ היינטיגע צייטן ווען א רב אדער א רבי איז נישט איבער א שטאט, נאר איבער א קהלה און די סאטמארע קהלה האט ברענטשעס איבעראל, איז שוין יא שייך צו צוטיילן, און וואס די ברך משה האט געוואלט ביז נ"ט איז אז מהר"א זאל זיין די סאטמארע רבי, די הויפט רבי פון סאטמאר, ער איז דאך די עלטסטע זין, קומט עם עס, אבער עס בלייבט שווער פארוואס האט מהרז"ל נישט געקענט באקומען מאנרוי, די 2טע גרעסטע ברענטש פון סאטמאר יא מהר"א ווען זיין די רבי, אבער מאנרוי קהלה קען געהערן פאר מהרז"ל אונטערן נשיאת פון מהר"א אדער כאטש די מאנסיער קהלה, עפעס און סאטמאר וואלט דאך געדארפט געהערן צו עם, אזוי ווי ר' מאטעלע'ס קינדער זענען צוטיילט, ס'איז קלאר אז ר' ישראלטשע וועט זיין רבי אבער יעדער זון האט א שיינע ברענטש,די זעלבע זאך דא מהר"א איז נשיא און מהרז"ל וואלט געווען קרית יואלער רב, אזוי ווי מהר"א איז געווען בחיים פונעם טאטן
נאר וואס איז יושר לאמיר גיין אז מהר"א וואלט געווען היינט די איינציגסטע רבי, וואס איז יושר אז מהרז"ל זאל ווען בלייבן סיגוטער רב, און ר' מענדל וואלט שוין געווען קרית יואלער רב, און ראש ישיבה, און מהר"א איידימער וואלטן געהאט שיינע בתי מדרשים און מאנרוי, און מהרז"ל וואלט אינגאנצן געווען סיגוטער רב, יא ס'קען זיין אז סיגוטער רב איז א שיינע טיטול, אבער ס"ה וואלט ער געווען ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב בן מהר"א, די קענסט דאס פארשטיין,און באמת איז דאס וואס די ברך משה האט געאפפערט פאר מהר"א ווילסט אריינקומען און וויליאמסבורג קום זייער גערן, אבער לאז דעמאלטס קר"י פאר מהרז"ל, און ווער מהר"א וואלט דאן געפאלגט די טאטע וואלט ער זייער מעגליך היינט געווען די איינציגסטע סאטמאר רבי,
איי פארוואס איז עס ביז נ"ט נישט אזוי געווען איז די סבה אזוי, ווייל ווען מען קוקט די ברך משה'ס קינדער וועט מען זען אז מהר"א און מהרז"ל זענען די 2 געלונגענע קינדער, (שריי נישט אז מהרז"ל איז א פויער און א ע"ה, ווייל איך קען אויך שרייען אקעגן מהר"א, נישט דאס איז די נושא דא) פון ר' ליפא האט מען נישט מורא געהאט ווייל ער איז אינגאנצן נישט קיין רבישע שניט, און הרב שלום אליעזר האט מען אויך נישט מורא געהאט, משא"כ מהרז"ל איז יא געווען א דארן און אויגן סיי פאר מהר"א און סיי פאר די שטוב מענטשן וואס זענען און יענע יארן געווען זייער פרא מהר"א, ווייל ווי נישט ווי האט מען מורא געהאט פון עם אייביג, אז די ברך משה וועט זעהן און ער וועט עם געבן א גרויסע חלק פון סאטמאר, אזוי ווי אןיבן שוין דערמאנט, מילא האט מען פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילן די ליבשאפט פונעם טאטן צו עם מכלומרשט מיט מעשיות אז חי' שרה איז א שונא אא"וו, קענט עטס גלייבן אז די פאסטן און צעירים איז מען נישט געקומען צו מהרז"ל אנטראגן, נאר ער איז אליינס געגאנגען צו הרב יעקב נחמן שטויבער און שנארן א דזשאב, און אלץ די רבי'ס זין האט עם ר' נחמן גענומען פאר א מגי"ש און מכלומרשט איז ער געווען ראש ישיבה, וואס איז געווען א טיטל אן א מיטל, און דאס אלעס נישט ווייל ער האט נישט געטויגט נאר ווייל מען האט עם געוואלט דערווייטערן פונעם טאטן, און ביז נ"ז האט עס זייער גוט געארבייט,און דאס איז טאקע די סבה פארוואס מהרז"ל האט גארנישט געהאט ביז ווען ער איז געפארן קיין ירושלים )
און נאך שטערקער איז די קושיא, ווען מהר"א וואלט געווען די גאר געלונגענער מענטש, און ער וואלט געברענגט כבוד און טרום פאר סאטמאר,, און ער וואלט ווען געהאט א ישיבה וואס וואלט אפגעקלינגען אלץ איינע פון די בעסטע ישיבות און דער וועלט, וואלסטו מיר נאך געקענט ענטפערן אז וויבאלד ס'איז אלעס אזוי גוט געפארן האט די ברך משה עס נישט געוואלט שטערן, אבער ביזדערווייל איז עס נישט אזוי געווען, איך גיי נישט יעצט אריין צו ער איז יא געווען גערעכט צו נישט, נאר איך רעד פון מציאות, סאטמאר אונטער די הנהגה פון מהר"א האט באקומען אסאך שונאים, די ישיבה האט געהאט זייער נישט א גוטע נאמען, אא"וו מילא איז שווער פארוואס נעמסטו נישט דיין 2טע זין זאל צוהעלפן, אדער מיט די קהלה, אדער מיט די ישיבה, פארוואס גיסטו עם נישט קיין שאנס, און מיט די אויבן דערמאנטע באשרייבונג איז שוין אלעס פארענטפערט, מען האט מורא געהאט פון מהרז"ל, מילא האט מען עם דערווייטערט פונעם טאטן, און מען האט אלץ אוועקגעמאכט פארן טאטן מילא איז עס ניטאמאל בייגעפאלן פארן ברך משה, און אפילו אויב ס'איז יא בייגעפאלן האט מען עס נישט געלאזט קומען לידי מעשה,
און וואס איז שפעטער געווארן אז די ברך משה האט זיך געטוישט, וועל איך ענק פארציילן, יא משה גבאי האט קלאר געהאט א יד און די טוישונג פון די ברך משה, אבער וואס האט ער געטוהן, וועל איך ענק זאגן, ער האט נאר געפענט די טיר פאר מענטשן וואס זענען געווען אנגעווייטאגט אויף די הנהגה פון סאטמאר פון אינמיטן די מ'םס ביז נ"ט און זיי געלאזט אריינגיין רעדן צום ברך משה'ן וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט, און אויך עם לאזן הערן אז ער האט א זין מהרז"ל וואס איז קען זייער פיל צוגעבן פאר סאטמאר, און נאכאמאל נישט מען האט געוואלט פון מהר"א אוועקנעמן די רביסטעווע, נאר מען האט געוואלט גרויסמאכן מהרז"ל, (די סבה פון משה גבאי קען זיין איז געווען ווייל ער האט געוויס וואס די דיעקשאן פון מהר"א וועט זיין און ער האט געוויסט אז ער וועט ארורודערן און דאס וועט עם קלענער מאכן, אבבער די ברך משה האט דאס נישט געהאט און פלאן, און ווען מהר"א רודערט ווען נישט ארום וואלט עס לכאורה אויך נישט צושטאנד געקומען אז מהרז,ל זאל זיין רבי איבער האלב סאטמאר, ער וואלט נאר געווען רב, אדער אוןו וויליאמסבורג אדער און קר"י)
און דאס איז זייער א פשוטע און לאגישע טעם, די ברך משה האט קיינמאל נישט שפעטער פיינט געהאט מהר"א ער האט נישט ליב געהאט זיינע שטיקעס וואס ער מאכט, ער האט אסאך געוויסט, ווייל ער האט געוואלט וויסן, און יא די ברך משה איז די לעצטע יארן געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, אבער נישט וויסן וואס טוט זיך איז קלאר נישט אמת, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל מיינען אז מהר"א איז מהרז"ל אדער פארקערט, ער האט זייער גוט געוויסט וואס טוט זיך, און ער האט נאר געטון די נארמאלע זאך, נישט נארמאל איז געווען ווען ער האט דערוויטער מהרז"ל אבער נאך נ"ט האט ער נאר געטון וואס א נארמאלע טאטע טוט פאר זיין זין, און ער האט נישט געהאט און פלאן צו צוטיילן סאטמאר, ער האט געהאט און פלאן אז מהרז"ל זאל זיין אונטער מהר"א, נאר ער האט געוואלט אז מהרז"ל זאל אויך זיין עפעס און סאטמאר, נישט נאר סיגוטער רב, און דאס האט ער קלאר געזאגט פאר מהר"א, די ווילסט קומען קיין וויליאמסבורג דעמאלטס לאז מהרז"ל און קר"י, און דעמאלטס האט ער נאכנישט גערעדט פון רביסטעווע, ווייל ווילאנג ער האט געלעבט האט ער נישט געוואלט רעדן פון זיינע קינדער וועלן עם איבערנעמען, ער האט פשוט געוואלט אז מהרז"ל זאל האבן אזוי ווי הרב חחים יושע און מאנסי, און הרב בעריש און ב"פ און הרב דוד מייזליש און מאנטריאל, ער איז סוכ"ס א זין מעג ער האבן אביסל מער, ווי נישט ווי אז הרב וואזנער איז מאנסיער רב, מעג ער אלץ ברך משה זון אדער וויליאמסבורגער רב אדער קר"י רב,
און צום ענד די סבה פארוואס עס איז געוואר צוטיילט איז ווייל מהר"א האט נישט קאפארירט, און דאס האט געמאכט די צוטיילונג ווייל דאס האט שוין אויפגערעגט די ברך משה,
און וועגן די ירושה די ברך משה האט שוין איבערגעשריבן די ירושה נאך פאר ר' מענדל האט אוועקגענומען די הויז, און יא עס איז אמת אז די קר"י האט קודם געהערט פאר די קהלה, און מען האט עס שפעטער איבערגעשריבן אויף עצי חייפ ב"פ, אבער די ברך משה האט צוטיילט די ירשוה האט ער געשריבן פאר מהר"א די הויז אויף היוז סט, פאר ר' ליפא די הויז און קר"י אויף איהעל קט, און פאר מהרז"ל זיין הוזי אויף בעדפארד, און פאר הרב לום אליעזר א הויז און ב"פ, און דערנאך ווען ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז אויף עצי חיים ווימסב"ג האט די ברך משה זיך אויפגערעגט און געזאגט אז ווי לאנג ס'ווערט נישט צוריקדעשריבן אויף עצי חיים ב"פ באקומט נישט מהר"א זיין חלק און ירושה,
און דאס וואס די שרייבסט וועגן די"ת איז געווען אז נאכן איבערשרייבן האט משה גבאי גערופן ר' מענדל צו די"ת מיט א כח הרשאה פונעם ברך משה, האט דוד עקשטיין געטענהט אז ער וויל אליינסגיין אויספרעגן די ברך משה, האט משה גבאי געטענהט אז ביי מיר האט ארבי א הייליגע אפטטיטש, און סתם אזןי אריינגיין צום רבין און עם אויספרעגן בין איך ישט מסכים, און ענדערשט לאז איך אפ די קעיס, און נישט ווייל ער האט מורא געהאט, ווייל לויט ענק וואלט ער דאן אויך געקענט איינרעדן די ברך משה אז ער זאל זאגן אז ער האט עם געגעבן די כח צוריק צו מאנען די הויז
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 18:03 |
|
| |
סיבאריט
אז די ווילסט פארענטפערן די גזילה פין מהרז"ל מיזטו נאך נישט אויפקימען מיט א שקר גס אז די הויז אין איהעל קארט איז דעם רעבין ז"ל פרייוואטע אייגענטום
אין דערצייט וואס קהל האט געבויט דעם הויז אין ציגעבויט צים הויז
ווען משרייבט איבער א הויז ציליעב לעגאלע סיבה פין איין קאנגערעישאן צים צוויטען ווערט עס נישט אויס מיינס
אז מהרז"ל וויל נישט ציטיילען די ירושה JOST DONT DO IT
ער דארף זיך נישט פארעטפערן פאר קיינעם
די זאליס קערן נישט זיי האבן די גאנצע תורה דארט ווי איך האב עם
אויב קען מען וויי טיען אהרענען איז אלע אוסורים אין די תורה אטאמאטיש מותר
די ארונים וויסען דעם אמת אין אין זיי גייען נישט קויפן דיינע שטותם אין שקרים
די פרעמדע גאס
ווער עס האלט מיט מהרז"ל וועט עני וועי בלייבן
ווער נישט איז דאך עני וועי נישט
אין גאט אין הימעל קען מען נישט פאפען
ממילא סיבאריט טייערע דיין ארבייט איז לריק ארויסגעווארפענע
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 18:35 |
|
| |
איי איי סייבעריט, איך בין געווען מסופק צו די ביסט א בני יואל פון די אהבה מוסתרת, אבער דו ביסט פשוט אויפגעוואקסן על ברכי רז"ל
יעצט קוקט אויס אז דו ביסט פשוט אויפגעוואקסן על ברכיו.
נו הער אמאל אויס וואס א איד וואס איז א טראפ עלטער פון דיר האט צו זאגן.
נישט קיין נפק"מ ווי אלט איך בין, ס'איז פונקט גענוג אז ווען רז"ל איז געווארן רב אין וומסב"ג האב איך שוין געהאלטן נאך די חתונה, און וויפיל איך האב נישט מיטגעהאלטן פערזענליך האב איך געהערט פון אנשים נאמנים וואס האבן עס מיטגעהאלטן.
יעצט פאר אלעם א שאלה:
דו האלטסט אז דער תולדות אהרן רבי ז"ל האט געוואלט אז זיין קהלה זאל ווערן צוטיילט ווי עס קוקט היינט אויס?
דו האלטסט אז דער ספינקער רבי ז"ל האט געוואלט אז זיין קהלה זאל ווערן צוטיילט ווי עס קוקט היינט אויס?
איך ווייס נישט, איך ווייס אבער יא וואס איך האב געהערט כמ"פ פון רבינו הברך משה "איך וויל צוריק געבן סאטמאר פארן פעטער אזוי ווי איך האב פון אים באקומען" דאס מיינט נישט צוטיילן.
אוי איך האב פארגעסן, דו האלטסט אויך אז דער רבי האט נישט געוואלט צוטיילן.
פיין מסכים.
יעצט לאז מיר דיר פרעגן א שאלה, דער רבי האט געמאכט התמנות פאר כמעט אלע זיינע קינדער שוין אזוי פרי ווי אין די אנהייב מ' יארן (פאר תשמ"ה) ר' בעריש אין בארא פארק, ר' שלום אליעזר אויף 15 עוו. (תשמ"ב) ר' דוד מייזליש אין מאנטרעאל (תשמ"ב), ר' זלמן לייב אין סיגעט ב"פ (תשמ"ג).
נאך אלעם האט ער אין תשמ"ה געמאכט דעם רבין פאר רב אין קרית יואל, איז געבליבן נאר ר' חיים יושע און ר' ליפא אן א התמנות, ר' חיים יושע איז געווען גאר יונג, (וי"א אז ער האט נישט געוואלט נעמען א רבנות פאסטן ווי לאנג ער האט נישט קיין קינדער, כך שמעתי בשנת תשנ"ד, אבער נישט קאנפירמד).
תשמ"ה פאר דער רבי האט ממנה געווען דעם רבין שליט"א, זענען געקומען אידן צום רבין ובתוכם ר' הערשל פאלקאוויטש, און געבעטן דער רבי זאל ענדערש שיקן ר' זלמן לייב, וועגן די רבי איז א איידעם אין וויזניץ, האט דער רבי געזאגט פאר די אידן "יודע צדיק נפש בהמתו" איך קען מיינע קינדער.
ר' זלמן לייב איז געווארן ראש ישיבה לצעירים נאך אין יאר תשמ"ה (ווען מען האט בכלל געעפנט דעם מושג פון ישיבה לצעירים) ער האט נישט געדארפט שנארן פאר א דזשאב, ער האט געהייסן ראש ישיבה און ר' נחמן דער מנהל. (און דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט נעבעך געמוזט פארשפארן די סיגעטער ישיבה)
במשך די יארן האבן די ראשי קהלה געוואלט אריינשטעלן רז"ל אין וויליאמסבורג ער זאל זיין א רב אין א ביהמ"ד א שטייגער ווי רז"ל פילאפף אין זופניק און ר' יחזקאל ט"ב אין קליימער, די רבי האט קיינמאל נישט מסכים געווען.
בריאותו פון רבין איז איינמאל שוואכער געווארן תשמ"ז, נאכדעם נאכאמאל תשנ"ג (אחר פטירת בתו) און אויף גאר א גרויסן פארנעם תשנ"ו, און פון דארט איז עס געווארן ליידער פוחת והולך.
אייגענע אקציעס פון בחורים איז בעיקר געווען אין די יארן פון תשמ"ט ביז תשנ"ה, די שטורמישע יארן אין סאטמאר, דערנאך איז כמעט נישט געווען, אפשר אמאל אמאל דורך יחידים, איך געדענק נישט, אדרבה ווייז מיר אן עפעס, פון תשנ"ה און ווייטער איז די ישיבה געשטיגן ב"ה, מען האט פרובירט אסאך פעולות לטובה, ווייל ווי נישט ווי איז ביטער שווער צו פירן א ישיבה מיט 18 יעריגע בחורים, וקווינס יוכיח, נישט ווייל ס'איז קווינס, נאר וויי ס'איז 18 יעריגע בחורים, תשנ"ה האט מען אריינגעשטעלט ר"מ זילבערשטיין, אלעס אין א קייט פון פעולות צוריקצושטעלן די ישיבה אויף די רעלסן.
אין א זייטיגע נאטיץ דארף באמערקט ווערן, אז די ישיבה בחורים מיט זייערע אקציעס אין די יארן פון תשמ"ט תשנ"ה זענען גארנישט געווען ערגער ווי די בחורים מיט זייערע אקציעס אין תשכ"ז תשל"ט, דער חילוק איז נאר געווען קעגן וועם מען האט געטון די אקציעס.
יעצט, פון תשנ"ה ביז תש"ס האט זיך גארנישט דראמאטיש געטוישט אין די ישיבה, ס'איז געווען עוורידזש פיין, מען איז געקומען פון איבעראל, ס'האט אין יענע יארן געהאלטן שוין ביי קרוב צו 800 בחורים.
ממילא האב איך דא א פאר קשיות.
קודם וועלכע מענטשן זענען געווארן פריש אנגעווייטאגט פון תשנ"ה און ווייטער אז משה גבאי האט זיי געדארפט עפענען די טיר, און אויב האט ער געעפענט די טיר, פארוואס האט ער פאר אנדערע פארשפארט די טיר, אדרבה זאל די רבי אויסהערן יעדן און אליין באשליסן וואס ער האט צו טון.
אויב האט מען געוואלט אז רז"ל זאל נישט זיין מער ווי ר' חיים יושע אדער ר' בעריש, פארוואס האט מען אים געשיקט קיין ירושלים און דערנאך צוריקגעברענגט קיין וומסב"ג, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
ס'איז זייער נישט פארשטענדליך וואס דו שרייבסט איבער לה"ר וואס מען זאל האבן געברענגט צום רבין אויף רז"ל, ער האט נישט געהאט קיין שונאים, ס'איז קיינעם נישט אנגעגאנגען וואס ער טוט, והראי' די אלע חוצפה'דיגע אקציעס פון גיין טאנצן נאך זיינע חתונות מיט זיינע שוואגערס עקסטער אין א זאל, האט נאר איין מענטש אויפגערעגט, דאס איז זיין ברודער ליפא, און ער האט אים פארדעם אראפגעווארן די שטריימל ביים באגלייטן אין יאר תשנ"ב בפני כל עם ועדה.
נישט געווען נאך א איד אין גאנץ סאטמאר וואס ס'זאל דאס שטערן, די גאנצע זאך איז נאר געקומען אויפן אויבערפלאך ווען ער האט זיך פרובירט אהער צו שטעלן אלס דער מומחה אין כיבוד אב ואם.
דו שרייבסט:
און אלץ די רבי'ס זין האט עם ר' נחמן גענומען פאר א מגי"ש און מכלומרשט איז ער געווען ראש ישיבה, וואס איז געווען א טיטל אן א מיטל, און דאס אלעס נישט ווייל ער האט נישט געטויגט נאר ווייל מען האט עם געוואלט דערווייטערן פונעם טאטן.
זיי דיך מסביר, ווייל מען האט אים געוואלט דערווייטערן פון טאטן איז ער געווען ראש ישיבה א טיטל אן א מיטל, מיט וואס איז ער געווארן מיט דעם דערווייטערט, ער איז דאך ווייטער געווען א גאנצע וואך אין וומסב"ג, ס'איז עפעס נישט פארשטענדליך וואס דו שרייבסט.
און נאכאמאל, ס'איז נאריש צו זאגן מיט א ברירות אז ווען ער בלייבט סיגעטער רב וואלט ער גארנישט געהאט (כלשונך ווייניגער ווי דעם רבינ'ס יואלי, כאילו ער האט עפעס א מלוכה, ער האט זיך א ביהמ"ד'ל און פארטיג) קראלי רבי האט זיך געגרינדעט א ביהמ"ד פאר זיך, האט ער עפעס ווייניגער ווי ר' אביש? ווייניגער ווי ר' אייזיק?, ולשיטתך אז ער טויג?, און איך זאג דיר אפילו לשיטתי אז ער טויג נישט, קודם ער וואלט זיך געקענט צולערנען, איך האלט נישט אז ער איז סתם א דאמבעל, ער האט פשוט נישט געהאלטן ביים ארבעטן ווייל ער האט נישט געהאלטן אז ער גייט אמאל עפעס ווערן, אבער ס'איז דא גענוג שיינע רבי'ס היינטיגע צייטן וואס זענען אסאך ווייניגער ווי אים.
און ווי געשריבן אויבן, אסאך חסידי מהר"א וואלטן געגאנגען צו אים, סיי צו זיינע טישן, און אפילו זיך קוויטלען ביי אים, פארוואס נישט? דעם הייליגן רבינ'ס א קינד?
נאר וואס, די קופה של שרצים האבן קלאר געזאגט אז זיי ברענגן אים אהער ווייל מען גייט צוטיילן סאטמאר, דעמאלטס ווען דו ביסט ארומגעלאפן און געשפילט קעטש אינדרויסן פון ביהמ"ד מיט קינדער פון דיין יארגאנג, האט משה גבאי קלאר געזאגט די ווערטער סיי פאר ר' משה שעהר ז"ל, און יבלחט"א פאר ר' הירצקא צוויבל און נאך, מען האט נישט געדארפט זיין צו קלוג צו זען וואס עס גייט פאר, און ממילא נעשה מה שנעשה
בקיצור, איך האב אסאך מאריך געווען, איך דארף גיין עפעס ארבעטן אויך, תן לחכם ויחכם עוד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 19:00 |
|
| |
קודם וואלן די האסט געזאגט זייער א גוטע טענה צום סוף אז מען דארף גיין ארבייטן, און איך דארף די זעלביגע אויך טוהן,
עניוועי איך בין נישט געקומען דא דיר איבערמאכן, און ס'איז קלאר אז זיך טענה'ן איבער דעם איז ניטאמאל די פלאץ דא אויף היידפארק, ווייל מען וועט קיינמאל נישט פארטיג ווערן, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן פאר ענק די 2טע זייט, און מסביר זיין וואס די אנדערע קוק איז, און איך האב זייער הנאה אז די האסט עס פארשטאנען, איך האב נישט געווארט אז די זאלסט צו מיר מודה זיין, ריך האב נאר געוואלט אז די זאלסט פארשטיין, און גיין יעצט ענטפערן וועט נישט נעמען קיין ענד,
איך וויל נאר ענפערן אפאר קלייניקייטן דאס וואס ראדני טענה'ט אז ער וואלט פון סיגוט געקענט מאכן א העליכע קהלה, איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט, איך וויס נאר משלים פון אנדערע בתי מדרשים מיט געלונגענע רבנים און זיך, אבער וויבאלד זיי האנדלען מיט אלטע באטשיס, איז זייער שווער צו מאכן דערפון א זאך,
און דאס וואס וואלן האט אראפגעברענגט תו"א, האלט איך אז די אלטע תו"א רבי וואט נישט אנגעגאנגן אויב הרב שמואל יעקב איז און אר"י און הרב דוד איז און אמעריקא, און נאכמער ס'איז נישט גלייך ווייל תו"א איז נאר געווען איינס אזוי ווי און סיגוט, טאקע נישט קיין שטאט אבער ס'איז נאר געווען איין קהלה, און די זעלבע איז מיט ספינקא, משא"כ סאטמאר,
און נאך איך האב פריער דערמאנט אז מהר"א וואלט געקעט זיין רבי נאר מהרז"ל האט די ברך משה געוואלט אז ער זאל האבן א גרויסע חלק און סאטמאר, נישט רבי, אבער כאטש רב אדער ראש ישיבה האט ער יא געוואלט
עניוועי ס'איז דא צדדים לכאן ולכאן, און מען וועט ישט פארטיגן, און איך גלייב נישט אז איך וועל איינעם איבערמאכן, נאר וואס איך וויל זאגן אז ס'איז דא 2 צדדים, און ס'איז דא אנדערע בליק אויכעט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 20:15 |
|
| |
סייבריד
איך האב הנאה פין יעדע תגובה דיין'ס
האסט געראדע א גיטע פעדער, אין פראבירסט מיט דעם צו פאברעצירן זיסע פאקטען, אקעגן א מציאות וואס יעדער געדענקט - נוסח פארמעגליך
דיין פראבלעם איז איז יעדער געדענקט די אלע זאכען אין קיינער גייט נישט טוישען קיין מציאות ביי זיך אין מוח ווייל איינער זאגט אים דיינע אויגען אין אויערן האבען נישט געארבעט יענע יארען, ס''ה ווייזטו וואס פאר א פעלטשער אין שקרנים איר זענט, אין איך מיין אז ס'איז א שאד
איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן צו פיל, אביסל וועל איך יא ענטפרן
| sybarit כתב: |  | | היראים איך האב זייער הנאה פון דיר די הייבסט אן ארויסצוברענגן מיין צד. לאמיר דיר פרעגן מאכט דען סענס אז די ברך משה וואס האט געהאט 4 קינדער און 2 פון דעם געלונגענע (לאמיר נישט יעצט אנהייבן אז מהרז"ל איז א ע"ה און איך זאג אויך נישט גארנישט אקעגן מהר"א) און פאר איינעם זאל ער איבערגעבן די גאנצע רביסטעווע. און די אנדערער זאל בלייבן מיט סיגוטע ביהמ"ד און ב"פ און שוין. די האלטסט אז ס'וואלט ווען געווען יושר פון א טאטע אזוי צו טון. טראכט אריין לאגיש. מהרז"ל וואלט געהאט ביי די 60 סאך ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב ביי די 24 און פאר דעם האב איך א גאנצע הסבר אז די נאן סענס איז געווען ביז נ"ט. און פון דארט און ווייטער האט שוין אלעס פיין געהאט סענס. געפייניגט האט מען עם אז ער זאל גארנישט געבן פאר מהרז"ל. ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט זיין א שטער פאר מהר"א. און נ"ט האט די ברך משה זיך אויפגעוועקט און געזען וואס דא גייט פאר האט ער געטון וואס ער דארף צו טון. (דאס איז נאר ראשי פרקים. די מעשה האט נאך אסאך פרטים. ) |
|
ווי מ'האט דיר שוין געזאגט עס מאכט טאקע נישט קיין סענס צו געבן אלעס פאר איין קינד, תינח ירושה
אבער אדמו''רת האט שוין ראדני קינג זייער גיט ארויסגברענגט די נ''מ
ועל כולם לאמיך יא אריינגיין אין די עצם גאונות, עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד, די יונגע יארען פין ר' אהרן אין די יונגע יארען פין ר' זלמן לייב, אין פאר די וואס געדענקן עס פארשטייען זייער גיט פארוואס ער האט אים קיינמאל נישט געוואלט געבן א ערסטע פאסטן אין ''סאטמאר'', פינקט ווי פאר די אנדערע קינדער אין איידימער, אין פאר ר' אהרן יא דווקא געוואלט געבן אלעס.
די עקסטרעמע הערצה פאר ר' אהרן האט זיך נישט אנגעהויבן וועט ער איז געווארען סאטמערע רבי, פרעג די יודן אין סיגוט ווי ער פלעגט זיך מיט אים טשאקענען מיט אים, אין שוין דאן פארטרויטן ביי יעדע זאך ווי עס האט זיך אויסגעפעלט
אין שפעטער - נאכען אינבערנעמן די הנהגה אין סאטמאר עפענטליך אויסגעדרוקט די סיבה דערפון פאר ר' פרץ לעפקאוויטש, צילייגענדיג קלארע ווערטער וואס פרעגן אפ אלע שטותים
און אפשר זאגסטו ווער האט אראפגעהאלטען דעם ברך משה פין אויפנמען ר' זלמן לייב ביז די שוואכע יארען?
פארוואס ווייסט מען נישט אז ר' זלמן לייב זאל האבען געפירט עפעס א מערכה מיט איינעם דערוועגן?
האט אים איינער געשטערט פין רעדן צו זיין טאטע?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 21:28 |
|
| |
היראים קודם כל שקויעך פאר די קאמפלימענט וואס די גיבסט מיר איבער מיין עצם שרייבן,
און יעצט ענטפערן בקיצור, דאס וואס די זאגסא אז אדמורת האט יא א זון זו געבן נאר פאר איינער, דאס בין איך נישט מחולק, איך שרייב נאר פארוואס ער וואלט נישט באקומען די 2טע פאזיציע און סאטמאר אונטער מהר"א, ווי אויבן דערמאנט למשל קרית יואלע רב,
און אויב ווילסטו אנהייבן מיט די גאונות פון מהר"א און עם הארצות פון מהרז"ל, און די שטארקע עקסטרעמע הערצה וואס די טאטע האט געהאט צו עם, און ער האט געוואלט נאר ער, און נישט קיין אנדערער, דאס איז וואס איך האב געזאגט, יא מתחלה האט די ברך משה טאקע נאר געוואלט מהר"א, און ער איז געווען פארגלייבט און עם אויף זייער א עקסטרעמע אופן, אבער נאכדעם וואס מען האט געפענט די טירן, און מען האט אריינגעלאזט אנדערע זאגן קריטיק אויף מהר"א, און וויאזוי ער האט געפירט די סאטמארע חסידות, און מיט וויפיל מענטשן מען האט זיך צוקריגט, און פון די אנדערע זייט האט מען געלאזט מענטשן זאגן מעלות אויף מהרז"ל ווי געלונגען ער איז און ירושלים, און ווי א געוואלדיגע הערצה די עולם האט דארט צו עם, און די ברך משה האט איינגעזעהן און מהרז"ל כח, האט זיך אויפגעהערט די שטארקע הערצה וואס ער האט געהאט נאר צו מהר"א, און פארשטערקערט זיין סימפאטאטיע צו מהרז"ל און ער האט דאן געטוהן דאס וואס איז געטוהן געווארן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 21:32 |
|
| |
מיינע תגובות זענען שוין פארראכטען אנטשולדיג פאר אומאנגענמליכקייט
טרעפט דאס אויף די 3,טע פיעזש פונעם אשכול
תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 22:10:22
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 21:34 |
|
| |
תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 22:08:28
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 21:35 |
|
| |
איין קליינע נקודה - די זאליס פרובירען צו פארענטפערן מיט אלע כוחות פארוואס רבינו שליט"א טאר קיין ירושה נישט באקומען, זיי באקן פרישע ווארעמע ליגענט מעשיות, די הויז אין קרית יואל, די ברך משה האט נישט געוואלט, וכו'.
אבער דאס איז דאך זיכער אז ר' שלום אליעזר איז דאך גארנישט שולדיג אין זייער אלע געבאקענע ליגענט מעשיות, טא לאמיר הערן די ליגענט פארוואס ר' שלום אליעזר באקומט נישט ירושה.
|
|
|
|
|