|
|
| נשלח ב-13/7/2010 21:41 |
|
| |
סייבריד שרייבט
היינטיגע צייטן ווען א רב אדער א רבי איז נישט איבער א שטאט, נאר איבער א קהלה און די סאטמארע קהלה האט ברענטשעס איבעראל, איז שוין יא שייך צו צוטיילן, און וואס די ברך משה האט געוואלט ביז נ"ט איז אז מהר"א זאל זיין די סאטמארע רבי, די הויפט רבי פון סאטמאר, ער איז דאך די עלטסטע זין, קומט עם עס, אבער עס בלייבט שווער פארוואס האט מהרז"ל נישט געקענט באקומען מאנרוי, די 2טע גרעסטע ברענטש פון סאטמאר יא מהר"א ווען זיין די רבי, אבער מאנרוי קהלה קען געהערן פאר מהרז"ל אונטערן נשיאת פון מהר"א אדער כאטש די מאנסיער קהלה, עפעס און סאטמאר וואלט דאך געדארפט געהערן צו עם, אזוי ווי ר' מאטעלע'ס קינדער זענען צוטיילט, ס'איז קלאר אז ר' ישראלטשע וועט זיין רבי אבער יעדער זון האט א שיינע ברענטש,די זעלבע זאך דא מהר"א איז נשיא און מהרז"ל וואלט געווען קרית יואלער רב, אזוי ווי מהר"א איז געווען בחיים פונעם טאטן
נאר וואס איז יושר לאמיר גיין אז מהר"א וואלט געווען היינט די איינציגסטע רבי, וואס איז יושר אז מהרז"ל זאל ווען בלייבן סיגוטער רב, און ר' מענדל וואלט שוין געווען קרית יואלער רב, און ראש ישיבה, און מהר"א איידימער וואלטן געהאט שיינע בתי מדרשים און מאנרוי, און מהרז"ל וואלט אינגאנצן געווען סיגוטער רב, יא ס'קען זיין אז סיגוטער רב איז א שיינע טיטול, אבער ס"ה וואלט ער געווען ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב בן מהר"א, די קענסט דאס פארשטיין,און באמת איז דאס וואס די ברך משה האט געאפפערט פאר מהר"א ווילסט אריינקומען און וויליאמסבורג קום זייער גערן, אבער לאז דעמאלטס קר"י פאר מהרז"ל, און ווער מהר"א וואלט דאן געפאלגט די טאטע וואלט ער זייער מעגליך היינט געווען די איינציגסטע סאטמאר רבי,
ווייל ער האט געקענט גיט זיינע קינדער
אין האט קלאר אים נישט געוואלט געבן א פאזיציע אין סאטמאר, ער האט אייביג דוקא געוואלט ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט מער ווי איין מאל איז זיין רצון איז אז ר' אהרן זאל אלעס איבערנמען
כלש''ק: הוא ולא אחר
אין ער האט נישט געוואלט עס זאל געשעהן אין סאטמאר דאס וואס איז געשעהן מיט סיגוט ב''פ
איי פארוואס איז עס ביז נ"ט נישט אזוי געווען איז די סבה אזוי, ווייל ווען מען קוקט די ברך משה'ס קינדער וועט מען זען אז מהר"א און מהרז"ל זענען די 2 געלונגענע קינדער, (שריי נישט אז מהרז"ל איז א פויער און א ע"ה, ווייל איך קען אויך שרייען אקעגן מהר"א, נישט דאס איז די נושא דא)
קענסט שרייען קעגן ר' אהרן, עס מאכט נישט אויס, עס טוישט נישט די מציאות,
די סיבה פין ר' זלמן לייב'ס אויפפירינג אין די יונגע יארען איז א הויפט סיבה פארוואס זיין טאטע האט אים נישט געוואלט געבן א פאזיציע אין סאטמאר
פון ר' ליפא האט מען נישט מורא געהאט ווייל ער איז אינגאנצן נישט קיין רבישע שניט, און הרב שלום אליעזר האט מען אויך נישט מורא געהאט, משא"כ מהרז"ל איז יא געווען א דארן און אויגן סיי פאר מהר"א און סיי פאר די שטוב מענטשן וואס זענען און יענע יארן געווען זייער פרא מהר"א, ווייל ווי נישט ווי האט מען מורא געהאט פון עם אייביג, אז די ברך משה וועט זעהן און ער וועט עם געבן א גרויסע חלק פון סאטמאר, אזוי ווי אןיבן שוין דערמאנט, מילא האט מען פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילן די ליבשאפט פונעם טאטן צו עם מכלומרשט מיט מעשיות אז חי' שרה איז א שונא אא"וו,
אויב איז זי א שונא וועגן שפיץ, דארף דאך רעביצין סאשא זיין 3 מאל אזא שונא וועגן וויזניץ אין ליפא'ס ווייב וועגן אשכנזי
נאר וואס דען, זי האט גיט געוויסט ווי זי האלט מיטן שווער אין ''טאקע וועגן דעם געהאט אזא שנאה''
אין ווי שוין געשריבן
צייג מיר אן, 1 שטוב מענטשן וואס האט געהעצט דעם ברך משה קעגן ר' זלמן לייב
זאג מיר איין הויז בחור / שטוב מענטש, איין עובדא, אא''וו עפעס ברענג מיר
ס'האט אפי' נישט אויסגעפעלט ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין הו''א ביים רבין' אים צו געבן סיי וואס פאר א פאזיציע במשך ''אלע געזונטע יארען''
קענט עטס גלייבן אז די פאסטן און צעירים איז מען נישט געקומען צו מהרז"ל אנטראגן, נאר ער איז אליינס געגאנגען צו הרב יעקב נחמן שטויבער און שנארן א דזשאב, און אלץ די רבי'ס זין האט עם ר' נחמן גענומען פאר א מגי"ש און מכלומרשט איז ער געווען ראש ישיבה, וואס איז געווען א טיטל אן א מיטל, און דאס אלעס נישט ווייל ער האט נישט געטויגט נאר ווייל מען האט עם געוואלט דערווייטערן פונעם טאטן,
וויאזוי דארף דאס דעווייטערען
די סיבה פארוואס ער האט געהאט די טיטול אן די מיטל ''פרעג נאר די בחורים וואס האבען געלערנס דעמאלטס אין צעירים''
ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום ערנסטקייט ארום זיך
אייביג פארנומען געווען מיט זיינע קארני זשאוקס ארוםגענומען מיט א קיפקע בחורים
כמעט יעדע דרשה האט ער געגעבן ר' נחמן זאל האלטען,
נו אוודאי איז עס געווארען א טיטול אין א מיטל
אוודאי האט ער געדארפט קומען צו ר' נחמן בעטן א פאזיציע ווייל פינקט ווי ר' נחמן איז נישט בייגעפאלען מיך צו נעמען פאר מגי''ש אז אים נישט בייגעפאלען צו נמען ר' זלמן ליייב פאר מגי''ש
און ביז נ"ז האט עס זייער גוט געארבייט,און דאס איז טאקע די סבה פארוואס מהרז"ל האט גארנישט געהאט ביז ווען ער איז געפארן קיין ירושלים )
און נאך שטערקער איז די קושיא, ווען מהר"א וואלט געווען די גאר געלונגענער מענטש, און ער וואלט געברענגט כבוד און טרום פאר סאטמאר,, און ער וואלט ווען געהאט א ישיבה וואס וואלט אפגעקלינגען אלץ איינע פון די בעסטע ישיבות און דער וועלט, וואלסטו מיר נאך געקענט ענטפערן אז וויבאלד ס'איז אלעס אזוי גוט געפארן האט די ברך משה עס נישט געוואלט שטערן, אבער ביזדערווייל איז עס נישט אזוי געווען, איך גיי נישט יעצט אריין צו ער איז יא געווען גערעכט צו נישט, נאר איך רעד פון מציאות, סאטמאר אונטער די הנהגה פון מהר"א האט באקומען אסאך שונאים, די ישיבה האט געהאט זייער נישט א גוטע נאמען,
וואלען האט דיר שוין גענטפרט אויף דעם
אין דער ברך משה ז''ל האט גוט געוויסט פארוואס ער האט די אלע שונאים, ער איז געווען דעם טאטען'ס ציל ברעט – ווי דער ב''מ ז''ל אליין האט דאס ערווענט ברבים
אין בכלל דעמאלטס בשנת תשנ''ט האט מען שוין געהאלטן נאך אלעם די קהילה האט געוואקסען אין געבליהט קיינער האט נישט געקוקט מער אויף די אלע שונאים
אא"וו מילא איז שווער פארוואס נעמסטו נישט דיין 2טע זין זאל צוהעלפן, אדער מיט די קהלה, אדער מיט די ישיבה, פארוואס גיסטו עם נישט קיין שאנס,
אלא מאי
פיר אויס, האט ער מכלומרשט אריינגרוקט ר' זלמן לייב, אין איבערנאכט אים געמאכט שווערע טויזענטער שונאים.......... אלעס ווייל ר' אהרן האט אים לשיטתך געמאכט שונאים...........
(איר זעהט מיט וועם מיר שטייען אין ווארט?)
און מיט די אויבן דערמאנטע באשרייבונג איז שוין אלעס פארענטפערט, מען האט מורא געהאט פון מהרז"ל, מילא האט מען עם דערווייטערט פונעם טאטן, און מען האט אלץ אוועקגעמאכט פארן טאטן מילא איז עס ניטאמאל בייגעפאלן פארן ברך משה, און אפילו אויב ס'איז יא בייגעפאלן האט מען עס נישט געלאזט קומען לידי מעשה,
און וואס איז שפעטער געווארן אז די ברך משה האט זיך געטוישט, וועל איך ענק פארציילן, יא משה גבאי האט קלאר געהאט א יד און די טוישונג פון די ברך משה, אבער וואס האט ער געטוהן, וועל איך ענק זאגן, ער האט נאר געפענט די טיר פאר מענטשן וואס זענען געווען אנגעווייטאגט אויף די הנהגה פון סאטמאר פון אינמיטן די מ'םס ביז נ"ט און זיי געלאזט אריינגיין רעדן צום ברך משה'ן וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט, און אויך עם לאזן הערן אז ער האט א זין מהרז"ל וואס איז קען זייער פיל צוגעבן פאר סאטמאר, און נאכאמאל נישט מען האט געוואלט פון מהר"א אוועקנעמן די רביסטעווע, נאר מען האט געוואלט גרויסמאכן מהרז"ל,
דאן פארוואס ציגעשפארט פאר אלע ביז דעמאלסטדיגע חסידים?
דאן פארוואס ציגעשפארט פאר די קינדער אין אייניקלעך?
דאן פארוואס ציגעשפארט פאר זיין תלמיד מיט וועם פלעגט לערענען בחברותא?
אין ווער האט ציריקגעהאלטן יענע אלע מענטשן פין קומען צום ברך משה די אלע יארען ביז תשנ''ט?
האט מען אמאל ציגעשפארט די טיר פאר מארגעשטערן טענעבוים אד''ג? זענען זיי אמאל געווען אינטערסירט צו קומען?
(די סבה פון משה גבאי קען זיין איז געווען ווייל ער האט געוויס וואס די דיעקשאן פון מהר"א וועט זיין און ער האט געוויסט אז ער וועט ארורודערן און דאס וועט עם קלענער מאכן, אבבער די ברך משה האט דאס נישט געהאט און פלאן, און ווען מהר"א רודערט ווען נישט ארום וואלט עס לכאורה אויך נישט צושטאנד געקומען אז מהרז,ל זאל זיין רבי איבער האלב סאטמאר, ער וואלט נאר געווען רב, אדער אוןו וויליאמסבורג אדער און קר"י)
און דאס איז זייער א פשוטע און לאגישע טעם, די ברך משה האט קיינמאל נישט שפעטער פיינט געהאט מהר"א ער האט נישט ליב געהאט זיינע שטיקעס וואס ער מאכט, ער האט אסאך געוויסט, ווייל ער האט געוואלט וויסן,
נאך א מזל די זאגסט עס (יעדע שקרן ווארפט אריין עפעס אמת)
דאן פארוואס האט מען אים נישט אריינגלאזט?
און יא די ברך משה איז די לעצטע יארן געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, אבער נישט וויסן וואס טוט זיך איז קלאר נישט אמת, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל מיינען אז מהר"א איז מהרז"ל אדער פארקערט, ער האט זייער גוט געוויסט וואס טוט זיך, און ער האט נאר געטון די נארמאלע זאך,
הלוואי הלוואי, ס'איז שווער צו רעדן דערפון, אבער זאגסט אפענע ליגענט, מ'קען נישט אויפשפילן אין מ'טאר נישט אויפשפילן משלים.
ער האט ווי א גרויסע חלק יודן אין די יארען געהאט פאשידענע זמנים אין זעלבן טאג
נישט אימזינטס האט ער שוין נישט גערעדט אין די עפענטליכקייט (נאר 2 מאל ווען די 2 ברודער האבען עפעס געוואלט פאר זייערט וועגן האבען זיי אים אויפגעשטעלט ליינען א צעטיל וואס אים ליידער מבזה געווען אין די גאנצע וואלט)
נישט נארמאל איז געווען ווען ער האט דערוויטער מהרז"ל אבער נאך נ"ט האט ער נאר געטון וואס א נארמאלע טאטע טוט פאר זיין זין,
דאן פארוואס האט ער געטוהן די ''נישט נארמאלע זאך בשעת זיינע געזינטע יארען''
אין די ''נארמאלע זאך'' איז אים הערשט בייגעפאלען אויף די עלטערע שוואכע יארען ווער ער {נאר} פארגעסן
און ער האט נישט געהאט און פלאן צו צוטיילן סאטמאר, ער האט געהאט און פלאן אז מהרז"ל זאל זיין אונטער מהר"א, נאר ער האט געוואלט אז מהרז"ל זאל אויך זיין עפעס און סאטמאר, נישט נאר סיגוטער רב, און דאס האט ער קלאר געזאגט פאר מהר"א,
ווען ער האט אים דאס געזאגט???
די ווילסט קומען קיין וויליאמסבורג דעמאלטס לאז מהרז"ל און קר"י, און דעמאלטס האט ער נאכנישט גערעדט פון רביסטעווע, ווייל ווילאנג ער האט געלעבט האט ער נישט געוואלט רעדן פון זיינע קינדער וועלן עם איבערנעמען,
איי ער האט עטליכע מאל יא גערעדט דערפון מיט א קלארע הוראה
לדוגמא ר' הירצקא צוויבל, אין ר' ישראל חיים הורוויץ וכו'
ער האט פשוט געוואלט אז מהרז"ל זאל האבן אזוי ווי הרב חחים יושע און מאנסי, און הרב בעריש און ב"פ און הרב דוד מייזליש און מאנטריאל, ער איז סוכ"ס א זין מעג ער האבן אביסל מער, ווי נישט ווי אז הרב וואזנער איז מאנסיער רב, מעג ער אלץ ברך משה זון אדער וויליאמסבורגער רב אדער קר"י רב,
דאן פארוואס האט ער אין די געזינטע יארען נישט געוואלט הערן דערפון?
און צום ענד די סבה פארוואס עס איז געוואר צוטיילט איז ווייל מהר"א האט נישט קאפארירט, און דאס האט געמאכט די צוטיילונג ווייל דאס האט שוין אויפגערעגט די ברך משה,
נישטו ווער ס'זאל לאכען
פין די ערשטע מיניט האט שוין יעדער געזעהן אז משה מיט ר' זלמן לייב צילן אויף א טיילונג
אריינברענגן די מתנגדים וכו' אין כאפען די מאכט אויף די בנינים
דיין פראוו צו טוישען היסטאריע איז א שאד!
תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 22:06:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 22:09 |
|
| |
סייבריד שרייבט
און וועגן די ירושה די ברך משה האט שוין איבערגעשריבן די ירושה נאך פאר ר' מענדל האט אוועקגענומען די הויז, און יא עס איז אמת אז די קר"י האט קודם געהערט פאר די קהלה, און מען האט עס שפעטער איבערגעשריבן אויף עצי חייפ ב"פ, אבער די ברך משה האט צוטיילט די ירשוה האט ער געשריבן פאר מהר"א די הויז אויף היוז סט, פאר ר' ליפא די הויז און קר"י אויף איהעל קט, און פאר מהרז"ל זיין הוזי אויף בעדפארד, און פאר הרב לום אליעזר א הויז און ב"פ,
די ביזט דאך פארנומען מיט מאכען סענס....
דאן וויאזוי קען זיין אז די וומ''ס הויז האט ער געגבן פאר ר' זלמן לייב, דאס מאכט סענס?
ביזט דאך מודה אז ער האט {לכתחילה} געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין פולקאם מ''מ,
נו פארדעם באקומט ער א הויז וואס ער האט שוין לאנג באקומען אין ר' זלמן לייב באקומט ציגאב צו די הויז וואס ער האט שוין לאנג באקומען אין ב''פ באקומט ער אויך די הויז ווי די רבי וואינט...... (נעקסט טיים האלט בעסער קאפ, א שקרן דארף ניצן קאפ)
און דערנאך ווען ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז אויף עצי חיים ווימסב"ג האט די ברך משה זיך אויפגערעגט און געזאגט אז ווי לאנג ס'ווערט נישט צוריקדעשריבן אויף עצי חיים ב"פ באקומט נישט מהר"א זיין חלק און ירושה,
דאן פארוואס האט איר נישט געלאזט אים גיין פרעגן פערזענליך וואס ער האלט?
אין פארוואס האט ער זיך אזוי געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים, אין אויפגענומען בצהלות פנים - ווי שוין געשריבן בקיצור
און דאס וואס די שרייבסט וועגן די"ת איז געווען אז נאכן איבערשרייבן האט משה גבאי גערופן ר' מענדל צו די"ת מיט א כח הרשאה פונעם ברך משה, האט דוד עקשטיין געטענהט אז ער וויל אליינסגיין אויספרעגן די ברך משה, האט משה גבאי געטענהט אז ביי מיר האט ארבי א הייליגע אפטטיטש, און סתם אזןי אריינגיין צום רבין און עם אויספרעגן בין איך ישט מסכים, און ענדערשט לאז איך אפ די קעיס, און נישט ווייל ער האט מורא געהאט, ווייל לויט ענק וואלט ער דאן אויך געקענט איינרעדן די ברך משה אז ער זאל זאגן אז ער האט עם געגעבן די כח צוריק צו מאנען די הויז
א מין געטריישאפט.....
ער לאזט מאכען א גאנצע פייער, אין לשיטתך נעמט ער אפי' אוועק ירושה פין זיינע קינער
אבער דער 'געטרייער' גבאי לאזט נישט מיטשען דעם רבין פאר אזעלכע נערישקייטן....
כאילו ער האט נישט מורא געהאט אז די רבי וועט ענטפרן וואס ער האלט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 22:54 |
|
| |
פיין איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען מאכט אז איך ברענג ארויף דיין טענה און נאכדעם ענטפערט מען, סוי לאמיר פרובירן צו ענטפערן בקיצור נמצרץ,
1) די שרייבסט אז ער האט נאר געוואלט מהר"א און ער האט נישט געוואלט אז עס זאל געשעהן מיט סאטמאר וואס איז געשעהן מיט סיגוט, אבער וואס איך טענה איז: אז ווען מען האט געפענט די טיר נ"ט האט די ברך משה געהערט וואס מהר"א האט געמאכט מיט סאטמאר און וואס מהרז"ל איז מצליח און ירושלים, און וועגען דעם האט ער געטוהן וואס ס'איז געטוהן געווארן,
2) די שרייבסט אז איך קען שרייבן אקעגן מהר"א אבער וואס איך ענטפער איז: אז און דעם האבן מיר גאנץ אנדערע מיינונגען, און דא איז נישט דער פלאץ צו האקן אקעגן מהר"א, און וועגן די יונגע יארן איז דא מאנכע וואס זאגן אזוי און מאנכע וואס זאגן אזוי,
3) און דאס וואס די שרייבסט אז סאשא וואלט געדארפט זיין מער שונא, אבער די מציאות איז אז חי' שרה האט נישט פיינט געהאט איר שווער, זי האט פיינט געהאט מהר"א און וועגן דעם איז געווען וואס איז געווען, און די סבה פ"וו זי האט זיך נישט גוט געשפירט ביים שווער אינדערהיים איז ווייל מען האט איר טערארזירט, איי וועסטו פרעגן ווער האט טערארזירט מהרז"ל וועל איך דיר ענטפערן מהר"א און די שטוב מענטשן,
4 ) איבער די קארני דזשאוקס וואס די האסט ערווענט העי: מום שבך אל תאמר לחברך, ווער עס האט זיך ארומגעדרייט מיט די קארני דזשאוקס דארף איך דיר נישט זאגן, אויב ביסטו טאקע די עלטער וואס די לייגסט אראפ דארפסטו דאס גוט געדענקן,
און יא די סבה פארוואס ער האט נישט געהאט קיין כח און ישיבה ווייל די פאוער דעמאלטס האט געהאט די רבי'ס שטוב מענטשן און מהר"א, און זיי האבן זיכער געמאכט אז ער ווערט נישט צו גרויס,
5) די שרייבסט אז ער האט געהאט די טאטע'ס שונאים, וויל איך דיר זאגן: ער האט נישט געהאט די טאטע'ס שונאים, ער האט געמאכט די טאטע האבן שונאים, אוודאי האט די ברך משה געהאט אייגענע שונאים, אבער אזויפיל שונאים וואס די ברך משה האט געהאט, דאס אלעס האט עם מהר"א געברענגט, און נ"ט ווען מען האט געפענט די טירן האט ער עס שטארק באמערקט,
6) און דאס וואס די שרייבסט אז ער האט זיך געמאכט שונאים איבערנאכט, וועל איך דיר זאגן: ער האט זך נעבאך איינגערעדט אז די עולם איז זיינע חסידים, ער האט נישט געוויסט וואס מהר"א האט שוין געטוהן מיט די חסידות, אז די עולם האלט שוין ניט פון עם נאר פון מהר"א, און אז זיין ווארט איז גארנישט ווערד, און הא ראי' אז די אמתע נאנט חסידים זענען געבליבן מיט עם, און אפילו די וואס האלטן מיט מהר"א זענען אבער ווילאנג ער האט געלעבט געבליבן מיט עם, (קום מיר נישט פארקויפן ווער די נאטנטע זענען געווען, ווייל ענקערע נאנטע האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי וארפן סידורים אויפן ברך משה)
7) פרעגסטו פארוואס מען האט צוגעשפארט די טירן פאר קינדער און אייניקלעך? תי': ווייל זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט חוצפה אקעגן זייער זיידן און רבי'ן, און מען האט נישט געפאלגט וואס ער האט געהייסן, און מען האט די רבי מבזה געווען ווי נאר מען האט געקענט,
8) פרעגסט פ"וו מען האט עם נישט אריינגעלאזט, ענטפער: ווי לאנג ער איז געווען וואיל האט מען עם געהערי אריינגעלאזט, און ער איז א סאך מאל געקומען, דערמאן נאר צוריק די אנפאנג ס' יארן, און די סבה פארוואס שפעטער האט מען עם נישט אריינגעלאזט, איז ווייל ער איז געגאנגען און קאורט, און ער האט געטון נאך חוצפה, האט משה גבאי אלץ גבאי און געטרייע חסיד געשפירט אז ער טאר עם מער נישט אריינלאזן, (ווי נישט ווי ביי אדמורים איז אנדערשט ווי ראדני האט פריער געזאגט, די זעלבע זאך איז אויך ביי אדמורים אז די גבאי איז נענטער ווי א קינד,)
ביז 9 10 קען ציילן שיין אבער איך מוז שוין אהיימגיין,
עניוועי טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, איך בין דיר נישט געקומען דא דיר איבערמאכן, איך וויל נאר אז די זאלסט וויסן אז ס'איז דא אנדערע זייט אויכעט,, יא די קענסט ענטפערן, אבער איך קען אויף דעם אויך צוריקענטפערן און דא אויף היידפארק איז נישט קיין פלאץ צו געווינען, נאר א פלאץ זיך צו טענה'ן מילא זאג איך מיין טענה, און די מיט אלע דיינע תגובות האטסו מיר גארנישט געטוישט, און איך גלייב אז איך דיר אויך נישט, נאר איך האב אינאנצן געוואלט ארויסברענגן אונזער טענה, און שוין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 22:57 |
|
| |
היראים. איך זעה האסט מתקן געווען. אלזא לאמיר פרעגען אויף דיין נייעם לשון.
שרייבסט: "נאכדעם וואס דער גבאי וועלכע האט ליידער געהאט אזא שליטה אויף רבין' גוף, אין ר' אהרן וויל מער נישט אננעמן זיינע דעות". טא וועמענס דעות נעמט ער היינט אן?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 23:16 |
|
| |
9) דאס וואס די שרייבסט וועגען די רבי'ס געזינט: וועלעך דיר זאגן: יא 100 פראצענט די רבי איז געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, און טאקע דאס איז די סבה פארוואס ער האט געקענט שמייכלען צו ר' מענדל און נישט פארגעהאלטן, און די זעלבע מיט מהר"א, אבער ער איז נישט געווען און אזא סטעידזש, אז ער זאל ממש נישט וויסן וואס מיט זיך טוט זיך, און אז משה גבאי וויל זאל ער וועגען דעם קענען איבערדרייען גאנץ סאטמאר, און אזוי ווי טון זיין זון מיט וועם ער האט זיך אזוי געטשאטשקעט,
10) פארוואס האט ער נישט געטון די נארמאלע זאך פאר מהרז"ל פריער, אוי די קושיא רייסט פארוואס טאקע, די ענטפער פרעג מהר"א, איך האב עס שוין צופיל מאל געשריבן,
11) ווען האט ער עס געזאגט פאר מהר"א סארי: איך האב מיר נישט גוט אויסגעדריקט, איך האב געמיינט צו זאגן אז ער האט קלאר געזאגט פאר מהר"א אז אויב וויל ער קען ער נעמען וויליאמסבורג און געבן פאר מהרז"ל קר"י, און אויב ער וואלט אזוי געטון וואלט זייער צעגליך ער וווען געווען די איינציגסט סאטמארע רבי,
12) גערעדט צו ר הירצקא און צו ר' ישראל חיים, ענטפער: שוין א אלטע מחלוקה צו די מעשה איז אמת צו נישט,
13)נאכדעם פרעגסטו איבער די זעלבע קושיא וואס איך האב שוין אסאך מאל גענטפערט אויף דעם,
14) נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די ערשטע מינוט האט מען שוין געזעהן אז מען פלאנט א צוטיילונג האהא: פון די ארשטע מינוט האט מהר"א מיט זיינע חסידים זיך ארויסגעשטעלט מילא איז שוין טאקע פון די ערשטע מינוט געווארן א טיילונג, אבער וואלט ווען מהר,א געהאט יענע חוה"מ שכל און געשוויגן, אדער אפילו שםעטער וואלט ער פרובירט צוריקצודרייען די שטריק, וואלט ער סאך ווייניגער פארלוירן, און מהרז"ל וואלט געווען זייער מעגליך צו עם צוגעבינדן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2010 23:51 |
|
| |
1) די שרייבסט אז ער האט נאר געוואלט מהר"א און ער האט נישט געוואלט אז עס זאל געשעהן מיט סאטמאר וואס איז געשעהן מיט סיגוט,
אבער וואס איך טענה איז: אז ווען מען האט געפענט די טיר נ"ט האט די ברך משה געהערט וואס מהר"א האט געמאכט מיט סאטמאר און וואס מהרז"ל איז מצליח און ירושלים, און וועגען דעם האט ער געטוהן וואס ס'איז געטוהן געווארן,
(קודם די ביזט דיך אליין סותר (די ערשטע מאל?), פריער שרייבסטו אז ער האט נאך אלס געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין מ''מ נאר ר' זלמן לייב זאל אויך באקומען א פאזיציע אין דא שרייבסטו אז ער האט געוואלט טוישן ווייל ר' אהרן מאכט אים שונאים
והעיקר )
וועם גייסטו פארקויפן אז ר' זלמן לייב האט נישט געהאט קיין שונאים אין ירושלים, די שענסטע יודן פין סאטמאר לדוגמא ר' נחמן יאקאב זענען פין זיינע סאמע שונאים געווען
אין וויפיל שונאים קען מען זיך אנמאכן ווען מ'טוט נישט גארנישט אין א קהילה אין ביי יעדע שווערע זאך ברחניות אדער בגשמיות זאגט מען איך מיש מיך נישט
ער דארף ווען זיין א גרויסע מומחה פאר די ביסל שונאים וואס ער האט זיך יא געמאכט טראץ די קורצע צייט וואס ער איז דארט געווען רב
אין נאכמאל פארוואס ווען מ'האט געפענט די טיר פאר מענטשן וועלכע האבען קיינמאל נישט געוואלט קומען ביז דאן
האט מען עס ציגעשפארט פאר מענטשן וועלכע פעלגט טעגליך קומען, כולל קינדער אין אייניקלעך
אין נישט געלאזט דעם ברך משה קומען צו זייער שמחות
3) און דאס וואס די שרייבסט אז סאשא וואלט געדארפט זיין מער שונא,
אבער די מציאות איז אז חי' שרה האט נישט פיינט געהאט איר שווער, זי האט פיינט געהאט מהר"א און וועגן דעם איז געווען וואס איז געווען, און די סבה פ"וו זי האט זיך נישט גוט געשפירט ביים שווער אינדערהיים איז ווייל מען האט איר טערארזירט,
איי וועסטו פרעגן ווער האט טערארזירט מהרז"ל וועל איך דיר ענטפערן מהר"א און די שטוב מענטשן,
זאג מיר ביטע וואס האט איר ר' אהרן טעראזירט, סתם זינגען האסטו שוין געטוהן פריער אויך
אין פארוואס זאל ער איר טעראזירן
זי האט גיט געוויסט ווי זי האלט מיט איר שווער, דאס האט געברענט אין איר
און יא די סבה פארוואס ער האט נישט געהאט קיין כח און ישיבה ווייל די פאוער דעמאלטס האט געהאט די רבי'ס שטוב מענטשן און מהר"א, און זיי האבן זיכער געמאכט אז ער ווערט נישט צו גרויס,
סוי ר' נחמן שטויבער איז געווען פין די שטוב מענטשן אין ער האט אים צוגענומען יעדע דרשה...... אין געצווינגען זיך אויפצופירן ווי א בעיבי אין צעירים.
דו פראבירסט אראפצולייגען כאילו ס'געווען עפעס א אפיציעל מערכה קעגן ר' זלמן לייב - א שטייגער ווי קעגן ר' אהרן נאך תשנ''ח, אבער קיינער ווייסט נישט אז ר' זלמן לייב זאל זיין ווייניגער מכובד ווי ליפא אדער ר' שלום אליעזר - אויב עפעס האט ער געהאט א פאסטען אין ישיבה אין זיי נישט.
5) די שרייבסט אז ער האט געהאט די טאטע'ס שונאים,
וויל איך דיר זאגן: ער האט נישט געהאט די טאטע'ס שונאים, ער האט געמאכט די טאטע האבן שונאים, אוודאי האט די ברך משה געהאט אייגענע שונאים, אבער אזויפיל שונאים וואס די ברך משה האט געהאט, דאס אלעס האט עם מהר"א געברענגט, און נ"ט ווען מען האט געפענט די טירן האט ער עס שטארק באמערקט,
זאג מיר סיי ווער פין די מענטשן זענען געקומען צום ברך משה זיך קוויטלען אין זענען נאר געווען ר' אהרן'ס שונאים?
אוודאי זענען זיי געווען גרייט צו מוותר זיין אין נישט קוקען אויף די חטאים (ח''ו) פין די ב''מ ווילאנג ער לעבט אז מ'געבט זיי שיינע מוצא'ס אין אלע זייטן אין מ'באכעט זיין גרעסטע 'באמבע' ר' אהרן, סייווי איז דער ב''מ שוין נישט געזינט געווען
וועלכע פין זייערע חטאים, איז ר' אהרן געווען מער שילדיג ווי דער ב''מ ז''ל, סקול דיסטריקט, טעוועלע, רעביצין??
6) און דאס וואס די שרייבסט אז ער האט זיך געמאכט שונאים איבערנאכט,
וועל איך דיר זאגן: ער האט זך נעבאך איינגערעדט אז די עולם איז זיינע חסידים, ער האט נישט געוויסט וואס מהר"א האט שוין געטוהן מיט די חסידות, אז די עולם האלט שוין ניט פון עם נאר פון מהר"א, און אז זיין ווארט איז גארנישט ווערד, און הא ראי' אז די אמתע נאנט חסידים זענען געבליבן מיט עם, און אפילו די וואס האלטן מיט מהר"א זענען אבער ווילאנג ער האט געלעבט געבליבן מיט עם,
(קום מיר נישט פארקויפן ווער די נאטנטע זענען געווען, ווייל ענקערע נאנטע האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי וארפן סידורים אויפן ברך משה)
או וויי, יעצט קומט די קלימאקס
כ'גלייך ווען די שרייבסט אזוי, זאל יעדער זעהן מיט וואס פאר א בעקער די זאלי'ס זענען
אז מ'האט א פראבלעם מיט היסטאריע טוישט מען עס....
איך הייב יעצט אן צו טראכטען אז די מענטשן וואס קומען כ''ו ניסן צום ציון זענען זאלי'ס פארשטעלט וווי ארונים
אין די זאלי'ס וואס פלעגן פין אים טרייבן לצנות זיי אין קווינס (מתיבתא ברך משה) און ביי זייערע שולן זענען ארונים פארשטעלט ווי זאלי'ס
7) פרעגסטו פארוואס מען האט צוגעשפארט די טירן פאר קינדער און אייניקלעך?
תי': ווייל זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט חוצפה אקעגן זייער זיידן און רבי'ן, און מען האט נישט געפאלגט וואס ער האט געהייסן, און מען האט די רבי מבזה געווען ווי נאר מען האט געקענט,
איין פראגע בעסער פין צווייטען
הייב אן די חוצפה פין ר' אהרן, די חוצה פין ר' אהרן'ס קינער, די חוצפה פין ר' שלום אליעזר אין זיינע קינדער, אין די חוצפה פין ר' בעריש אין זיינע קינדער, די חוצה פין די מאנטריאלע רעביצין מיט אירע קינדער
אינטערסאנט אז די געטרייסטע אייניקעלך זענען לשיטתך געווארען מחוצפים....
8) פרעגסט פ"וו מען האט עם נישט אריינגעלאזט,
ענטפער: ווי לאנג ער איז געווען וואיל האט מען עם געהערי אריינגעלאזט, און ער איז א סאך מאל געקומען, דערמאן נאר צוריק די אנפאנג ס' יארן, און די סבה פארוואס שפעטער האט מען עם נישט אריינגעלאזט, איז ווייל ער איז געגאנגען און קאורט, און ער האט געטון נאך חוצפה, האט משה גבאי אלץ גבאי און געטרייע חסיד געשפירט אז ער טאר עם מער נישט אריינלאזן,
(ווי נישט ווי ביי אדמורים איז אנדערשט ווי ראדני האט פריער געזאגט, די זעלבע זאך איז אויך ביי אדמורים אז די גבאי איז נענטער ווי א קינד,)
שוטה (איידעל גערעדט)
אז דאס געווען נאר די גבאי איז א האלבע רשעות אבער ווען די צוויי ברודער ארבעטן אינאיינעם איז דאס שוין....
אויב איז די טאטע ברוגז אויף אים פארן גיין אין קארט פארוואס לאזטו אים נישט אריין, זאל ער אים אנשרייען...
פארוואס איז ער נישט ברוגז אויף ר' זלמן לייב פארן מסרב זיין לדי''ת (כ'רעדט דיין שפראך)
אין פארוואס האט מען נישט אריינגעלאזט זיינע נאנסטע מענטשן, וואס פלעגן אלע יארען קומען?
נאך מער, די ווייסט ווען מ'לאזט ווען אריין יעדן איינעם צו רעדן צום ב''מ, וואלטן מיר נישט געדארפט גיין אין קארט
אבער איך מוז שוין אהיימגיין,
עניוועי טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, איך בין דיר נישט געקומען דא דיר איבערמאכן, איך וויל נאר אז די זאלסט וויסן אז ס'איז דא אנדערע זייט אויכעט,, יא די קענסט ענטפערן, אבער איך קען אויף דעם אויך צוריקענטפערן און דא אויף היידפארק איז נישט קיין פלאץ צו געווינען, נאר א פלאץ זיך צו טענה'ן מילא זאג איך מיין טענה, און די מיט אלע דיינע תגובות האטסו מיר גארנישט געטוישט, און איך גלייב אז איך דיר אויך נישט, נאר איך האב אינאנצן געוואלט ארויסברענגן אונזער טענה, און שוין
איך זעה אבער נישט פארוואס די דארפסט טוישען היסטערי כאילו מ'האט נישט געלאזט דעם ברך משה געבן פאר ר' זלמן לייב א פאזיציע אין סאטמאר וכו'
זאג פשוט וואס מארגעשטענרן אין וואלדמאן האבען ענק אויסגעלערנט נאך אין די מ' יארען: דער סיגוט'ער מיט רא''ט איז די קליפה אין מ'מעג עובר זיין על כל התורה כולה וועגן עת לעשות...
תוקן על ידי היראים ב- 14/07/2010 00:19:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 00:02 |
|
| |
[quote]9) דאס וואס די שרייבסט וועגען די רבי'ס געזינט:
וועלעך דיר זאגן: יא 100 פראצענט די רבי איז געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, און טאקע דאס איז די סבה פארוואס ער האט געקענט שמייכלען צו ר' מענדל און נישט פארגעהאלטן, און די זעלבע מיט מהר"א, אבער ער איז נישט געווען און אזא סטעידזש, אז ער זאל ממש נישט וויסן וואס מיט זיך טוט זיך, און אז משה גבאי וויל זאל ער וועגען דעם קענען איבערדרייען גאנץ סאטמאר, און אזוי ווי טון זיין זון מיט וועם ער האט זיך אזוי געטשאטשקעט,
ליידער האט ער יא געקענט, והא ראי' מ'האט עס געקענט טוהן
כ'וויל מיך נישט פארהערן מיטן מצב הבריאת פין רבי'ן ציליב פארשטענדליכע סיבות
די העלט רעקארדס זענען דא, אין איך וויל נישט טענה'ן וועגן דעם, ס'איז גענוג וויפיל מ'האט אליין געזעהן
ס''ה טענה'סטו אז ער איז געווען אויף אים ברוגז, די איינציגסטע ראי' וואס די קענסט האבען איז אז ער זאל אים אנשרייען ווען ער זעהט אים - א פאקט וואס איז נישט געשהן
סוי די דרייסט די דאטשיג לויט דיין באקוועמליכקייט
ער איז געווען געזינט אין שטארק אין געווען ברוגז אויף ר' אהרן איי ער געשטראלט ווען ער זיי געזעהן, אה! ער האט פארגעסן....
10) פארוואס האט ער נישט געטון די נארמאלע זאך פאר מהרז"ל פריער,
אוי די קושיא רייסט פארוואס טאקע, די ענטפער פרעג מהר"א, איך האב עס שוין צופיל מאל געשריבן,
יעדע ליגענט שרייבסטו איבער צען מאל
שרייב דאס ביטע אויך איבער ווייל איך ווייס נישט וואס די מיינסט
11) ווען האט ער עס געזאגט פאר מהר"א
סארי: איך האב מיר נישט גוט אויסגעדריקט, איך האב געמיינט צו זאגן אז ער האט קלאר געזאגט פאר מהר"א אז אויב וויל ער קען ער נעמען וויליאמסבורג און געבן פאר מהרז"ל קר"י, און אויב ער וואלט אזוי געטון וואלט זייער צעגליך ער וווען געווען די איינציגסט סאטמארע רבי,
סוי נאכמאל: ווען האט ער אים דאס געזאגט?
12) גערעדט צו ר הירצקא און צו ר' ישראל חיים,
ענטפער: שוין א אלטע מחלוקה צו די מעשה איז אמת צו נישט,
מיט דעם ניגון קען איך ווען אפפרעגן דיין גאנצע תגובה
דאס איז די מציאות וואס איז אייביג געווען ידועה לרבים, אין קיינער איז נישט געווען מסופק אין דעם ווי שוין געשריבן
ווייזט נאר נאכמאל ווען די לייקענסט די פאקט אז דער ב''מ ז''ל האט אפגעמאכט ווער זיין מ''מ זאל זיין וואס פאר א שקרן די ביזט.
13)נאכדעם פרעגסטו איבער די זעלבע קושיא וואס איך האב שוין אסאך מאל גענטפערט אויף דעם,
זיי מסביר
14) נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די ערשטע מינוט האט מען שוין געזעהן אז מען פלאנט א צוטיילונג
האהא: פון די ארשטע מינוט האט מהר"א מיט זיינע חסידים זיך ארויסגעשטעלט מילא איז שוין טאקע פון די ערשטע מינוט געווארן א טיילונג, אבער וואלט ווען מהר,א געהאט יענע חוה"מ שכל און געשוויגן, אדער אפילו שםעטער וואלט ער פרובירט צוריקצודרייען די שטריק, וואלט ער סאך ווייניגער פארלוירן, און מהרז"ל וואלט געווען זייער מעגליך צו עם צוגעבינדן,
אה, סוי לויט דיין בעקעריי אז ר' זלמן לייב געווארען געווארען רב שוין חוה''מ....
תוקן על ידי היראים ב- 14/07/2010 00:23:52
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 01:33 |
|
| |
סעבאריט שרייבט
איבער די קארני דזשאוקס וואס די האסט ערווענט העי: מום שבך אל תאמר לחברך, ווער עס האט זיך ארומגעדרייט מיט די קארני דזשאוקס דארף איך דיר נישט זאגן, אויב ביסטו טאקע די עלטער וואס די לייגסט אראפ דארפסטו דאס גוט געדענקן,
און יא די סבה פארוואס ער האט נישט געהאט קיין כח און ישיבה ווייל די פאוער דעמאלטס האט געהאט די רבי'ס שטוב מענטשן און מהר"א, און זיי האבן זיכער געמאכט אז ער ווערט נישט צו גרויס,
די מיינסט אפשר צי זאגן אז ער האט זיך אויפגעפירט אין צעירים ווי א בעיבי , גיזיצן מיט די פיס ארוף , גקיפקעט מיט בחורים שטותים אין הבלים ארויסגעקימען אידן טאג פין זיין אפיס מיט א שיינע שינת צהרים פלעק מיט פרישע פייקעלעך געלאכט אגאנצן טאג ווי א זיבעלע אזאש איינמאל ווען ר נחמן שטויבער האט פארגעהאלטן די נשים אין קרית זופניק אז סאיז נישט קיין צניעות ארים צילאכן הויעך ווען עס דרייען זיך דא מענער האט א פרוי זיך אנגעריפן "אז סיגעטער רב מעג לאכן הויעך מעגן אונז אויכעט"
געזאגט א דרשה איינס צווי מאל א יאר אויב האסטו עם געפרעגט עפעס אויסער די שיעור וואס ער האט פארגעלערנט האט ער מיט זיין ענוות חן געשיקט צי ר משה ראובן (אין איך רעד פין זייער בעיסיק זאכן )
דאס אלעס האט ר אהרן מיט די שטיעב מענטשען אינטערגעשטעלט ??????????????????????
WHAT A ZALEY
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 01:50 |
|
| |
[quote]
אין קץ לדברי רוח, איך זע דאך שוין מיט וועם איך האב צו טון, איך וועל שרייבן עטליכע קורצע זאצן אויף וואס יעדער ווייסט, און די איבריגע וועל איך לאזן פאר אנדערע אבער וואס איך טענה איז: אז ווען מען האט געפענט די טיר נ"ט האט די ברך משה געהערט וואס מהר"א האט געמאכט מיט סאטמאר און וואס מהרז"ל איז מצליח און ירושלים, און וועגען דעם האט ער געטוהן וואס ס'איז געטוהן געווארן,
געווען וואס האבן געהאלטן וי דיר, און געווען וואס האבן געהאלטן פונקט פארקערט, ווער ס'געדענקט יענע יארן ווי שיין זאכן זענען געווען מסודר מיט שיעורי תורה וכדו', נו פארוואס האט נישט יעדער געקענט אריין און זאגן וואס ער האלט און די רבי זאל אפמאכן? אבער וואס איך ענטפער איז: אז און דעם האבן מיר גאנץ אנדערע מיינונגען, און דא איז נישט דער פלאץ צו האקן אקעגן מהר"א, און וועגן די יונגע יארן איז דא מאנכע וואס זאגן אזוי און מאנכע וואס זאגן אזוי,
יא יא, נוסח פארוועטס אויפן רבין ז"ל איי וועסטו פרעגן ווער האט טערארזירט מהרז"ל וועל איך דיר ענטפערן מהר"א און די שטוב מענטשן,
יא מהר"א האט טעראריזירט ווען ער האט אים געגעבן א דרשה פאר שבה"ג (מפי רט"ז גראס חתן ר ישראל פערל, היינט א זאלי) ווען ער ברענגט פון אים א ווארט אין שערי אורה ווען ר' וואלף גליק יו"ר ועד ספרי רבינו האט געזאגט פאר רז"ל (תשמ"ט) אז ער איז גרייט אים צו העלפן ארויסגעבן זיינע ספרים און רז"ל האט אים געזאגט אז ס'וועט אים נאר זיין א שטער וד"ל.
וועל איך דיר זאגן: ער האט זך נעבאך איינגערעדט אז די עולם איז זיינע חסידים, ער האט נישט געוויסט וואס מהר"א האט שוין געטוהן מיט די חסידות, אז די עולם האלט שוין ניט פון עם נאר פון מהר"א, און אז זיין ווארט איז גארנישט ווערד, און הא ראי' אז די אמתע נאנט חסידים זענען געבליבן מיט עם, און אפילו די וואס האלטן מיט מהר"א זענען אבער ווילאנג ער האט געלעבט געבליבן מיט עם,
(קום מיר נישט פארקויפן ווער די נאטנטע זענען געווען, ווייל ענקערע נאנטע האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי וארפן סידורים אויפן ברך משה)
און די גרעסטע ראי' וואסערע חסידים זיי זענען מתיבתא ברך משה יוכיח, און די מחאות פאר די לוי' פארן רבין אז אין קוברין וכו'
[quote]
תוקן על ידי וואלןסח ב- 14/07/2010 01:51:40
תוקן על ידי וואלןסח ב- 14/07/2010 01:52:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 02:08 |
|
| |
איך זעה אז דא וועט מען נישט פארטיגן. מעשה זו יוכיח. אדער מעשה זו יוכיח. אדער ר' אהרן מיט די פעלץ ביי די בר מצוה און אר"י יוכיח.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 02:47 |
|
| |
סייבריט ווען איך פראביר ווען צו באקען א פאקט אין ס'גייט נישט שרייב איך אויך אזוי
אבער געדענקטס מ'האט ג'רודפ'ט ר' זלמן לייב אין וועגן דעם האט ער נישט געקענט באקומען א פאסטען מער ווי סיגוט ב''פ עכט איז ר' זלמן לייב אייביג געווען א גאון אין צעירים האט אים ר' נחמן שטויבער ג'רודפט אין שטוב האבען אים די שטוב מענטשן ג'רודפט זיין ווייב האט ר' אהרן ג'רודפט אא''וו ווען באקען א מעשה מאכט ווען היץ וואלט איך מיך דערשטיקט
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2010 20:19 |
|
| |
איך וויל דיר צייליגען נאך פוינטס אויף דיינע געבעקסן
ר' זלמן לייב איז געפארען אויף ירושלים, איז שוין געווען א אקציע פין משה פרידמאן, אין פין דארט אז ער טאקע גלייך געקומען קיין וומ''ס צו נמען די שטענדער, כידוע
אין לויט דיין ווערסיע
איז נישט מעגליך צו פארשטיין וויאזוי עס קען זיין אז די אלע יודן וואס פלעגן אלס קומען צו ברך משה אין זענען געווען זיינע געטרייסטע חסידים ותלמידים האבען זיך אלע ציגעשטעלט צו ר' אהרן
אין די אלע וואס פלעגן אים אלס בארעדן אין באשמיצן זענען געגאנגען צו ר' זלמן לייב
נאר ווי געזאגט, האסט פראבירט
נעקסט טיים טראכט פאר דעם עס זאל מאכען אביסל סענס
תוקן על ידי היראים ב- 14/07/2010 20:21:50
|
|
|
|
|