אזוי ווי איך געפין זיך איבערן זימער און א פארשטופטן קאנטרי ווי די צעטליך פון קהל קומען נישט אן ביז אהער סא אויב איינער קען דא ארויף שטעלן די צעטליך וואלט געווען א מוראדיגע טובה נישט נאר פאר מיר
ביטע ארויפלייגן דא ווען די הקמת המציבה וועט פארקומען שכח!
נשלח ב-12/7/2010 19:56
די הקמת המציבה איז שוין געווען, די מעמד וועט זיין מארגן דריי אזייגער (אפגעשטיפט וועגן ר"ח)
נשלח ב-12/7/2010 20:49
מ'פיקטשערט זיך מיט די נייע מציבה פונעם רעבעצין ע"ה
נשלח ב-12/7/2010 23:49
מארגן דינסטאג נאכ'ן הקמת המצבה וועט פארקומען גרויסארטיגע הספדים פאר די חשוב'ע רביצין ע"ה א"ח כ"ק רבינו הברך משה זי"ע ואמה של מלכות וועלכע האט זוכה געווען צו שטיין צו הילף פאר'ן רבי'ן ז"ל פאר א משך פון 60 יאר, און האט זוכה געווען צו אזוינע שיינע דורות וואס יעדע מאמע וואונטש זיך בנים ובני בנים גדולי תורה ויראה מנהיגי כלל ישראל לשם ולתפארת. ת.נ.צ.ב.ה.
נשלח ב-13/7/2010 00:13
שיףרבי, די רעדסט כאילו זי פארדינט זיך עפעס. סך הכל האט זי געהאט מזל צו ווערן די ווייב פונם ברך משה, און מזל אז איר מאן איז געווארן ממלא מקום אין סאטמאר.
איך קען אסאך פון אירע הערליכע אייניקלעך ווי למשל הרב סיני און הרב אהרן בן הרב שלום אליעזר. הרב מענדל און הרב חיים הערש בן הרב אהרן ועוד...
די פאקט אז דער הר"ר איז א אייניקל פון רבין מאכט אים שוין א ת"ח און א צדיק?
נשלח ב-13/7/2010 00:45
וויסט איינער ווער האט אויסגעשטעלט די נוסח המציבה?
נשלח ב-13/7/2010 04:21
הרה"ג כתבא רבה ר' מרדכי אהרן זאבעל בהרה"ג ר שלמה ר"מ בישיבה גדולה ק"י דער זעלבער האט געמאכט די נוסח אויף רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
נשלח ב-13/7/2010 06:08
הרה"ג בן הרה"ג? צוויי וואוילע מענטשן גראדע אבער לאז ארויס די טיטלען
נשלח ב-13/7/2010 13:24
ביים ברך משה זי"ע האט זאבעל נישט געמאכט דעם נוסח המצבה, עס איז אויל בלאף.
נשלח ב-13/7/2010 18:28
פריש, די פאקט אז יענער איז א "הרב ר" מאכט אים דאס נאך נישט א ת"ח, בהחלט נישט ולא זו בלבד נאר ווען מען שרייבט חו"פ (וד"ל) לאך איך, איך גלייב אז די לאכסט אויך ווען מען שרייבט אויף אים חו"פ. איך בין נישט פון די חסידים שוטים (איך גלייב אז די קענסט אליינס מעיד זיין דערויף). איך בין מסכים אז נישט אלע פון דעם רבי'נס אייניקלעך זענען געלונגען, און די זעלבע איז נוגע פאר סאטמאר אויך. קומען פארקויפן אויף הייד פארק און שרייבן "בנים ובני בנים גדולי תורה ויראה מנהיגי כלל ישראל לשם ולתפארת" איז סתם א ליצנות.
נשלח ב-13/7/2010 19:19
ווי אזוי זאגט די וועלט? "דעמעדש איז דאן"
נשלח ב-13/7/2010 19:23
נעיק, ווי אזוי זאגט פארמעגליך? מיין טאטע לאזט מיר נישט רעדן מיט קליינע קעפ. איך פארשטיי אז די ביסט נישט דער איינציגסטער מיט א קליינע קאפ וואס קויפן אפ אלע ענקערע דמיונות. ליין נאכאמאל וואס איך האב געשריבן אין זיי מיר מסביר וואס דריקט דיר.
נפל, אויב אין טאהש פארשטייסטו אז א אייניקל וואס איז נישט דווקא איי איי איי ברירט נישט דעם רבי'נס גדלות, פארוואס רייסטו אינטער די סאטמארע רבצין וועגן אירע שוואכע אייניקלעך? דאס צייגט אויף א קליינע קאפ.
נשלח ב-13/7/2010 19:23
תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/07/2010 19:32:29
תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/07/2010 19:35:05
נשלח ב-13/7/2010 19:25
די האסט פארגעהאלטן פאר "נפל" און דערנאך האסטו אליינס גענטפערט בשם "נפל"