בית פורומים מנשה לוסטיג

ותצילנו מפגע רע..

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2010 03:45 לינק ישיר 
ותצילנו מפגע רע..

  יא, איר האט געוואלט הערן מער?איז גוט, עמער אייך שילדערן נאך א ספעקטאקל פון א נודניקע תליט''א, א נשמה יתירה אזאנס..

קודם לאמיר מגלה דעת זיין, אז חלילה צו קלערן, אז די וועלט איז ליידיג פון פיינע לייט, ניין, ס'זענען באמת פארהאנען פיינע קליענטן אויכעט, נאר וואס דען, אט יענע פיינע זענען פארשטעקט, מ'הערט נישט פון זיי, זיי מאכן נישט פון זיך קיין באזונדערע וועזן, נאכמער, זיי וועלן אלעס טוהן, אז ס'זאל נישט באמערקט ווערן זייער אנוועזנהייט, נאר וועלן זיך אנשטרענגן אז אבי יענעם זאל זיין לייכט, און נישט חלילה אויסניצן יענעמס גוטסקייט אדער יכולת פאר אומזינסט פאר זיך. יא, אזעלכע געבן מיר צומאל דעם חיזוק און מוט אנצוגיין אין שווערע אנגעצויגענע סעזאנען אין ארבעט, אז ס'פארט און יענער לייגט צו א האנט אז די חשבונות און עבודות זאלן קלאפן און פראקטעצירן מיט ערפאלג.

לעומת זה, זענען דא אזעלכע, וואס ווען דער אייבירשטער האט געזאגט נעשה אדם, האבן זיי נישט אנדערש געקלערט נאר אז ס'האט געמיינט נאר זיי אליין.. אני ואפסי עוד.. זיי ווידער קענען איבערצייגן קליפ און קלאר אז די וועלט איז זייערט וועגן באשאפן..

זיי זענען מבינים וויאזוי אויסצוניצן דאס מאקסימום און בעסטע דעם מוכר, עהם אויסזייגן די לעצטע ביסל כוחות, אז ער זאל בלייך ווערן און נאכלויפן זייערע פארלאנגן, ווי פון א שטעקן געשמיסן. און פון די סארט ווילד לעבעדיגע באשעפענישן האנדלען מיר אין די קומענדיגע שורות.

'איר רעכענט, צו נישט..

[זיכער רעכן איך, וואס שטיי איך דא וואס..]

וויפיל קאסט א באקס פיטשעס? ס'נישטא קיין פיטשעס?? פארוואס..

וואס איז אייער נאמבער..

אה שיינדל וואס מאכסטע.. ווי ביסטע געווען נעכטן, איך בין געווען אין שטאט, און..

אנטשולדיגט מיסיס.. וואס איז אייער נאמבער..

אה, מיין נאמבער.. 354.. איין מינוט ממש.. [נעלם פאר די אויגן..]

[א צווייטע קאסטומער] איינער רעכענט דא..? [מיסיס פעיגער קומט צו לויפן..] יא יא..איך רעכען דא.. ממש איין מינוט, איך וויל נאך נעמען טרויבן.. וועלכע איז טייערער?

וואס איז אייער נאמבער קודם..

כ'האב אייך געזאגט שוין.. 354

נו..

ווי ליגן די אסטרייכערס קוקיס.. ס'פלעגט ליגן דארט, וואס האט מען דא אלעס אויסגעדרייעט... אוי, מיין נאמבער..354 עמ עמ.. איך צאל קעש.. 354

יא, 354 ???? 5678 האט איר געזאגט? [נעלם..]

[א אנדערע קאסטומער] כ'קען דא אויסלייגן מיינע זאכן? [מיסיס פעיגער איז צוריק..] איר רעכענט מיינע זאכן אדער נישט.. איך דארף א באקס פיטשעס.. ס'נישטא? פארוואס.. ווען גייט זיין..

ס'נישטא, כ'ווייסנישט ווען ס'וועט זיין.. איר ווילט נאך עפעס רעכענען?

יא, איין צוויי דריי זאכן ממש..

נו לייגט ארויף, איך קען נישט אויפהאלטן די שורה, ברענגט אהער די זאכן.

אה, דאס איז פאר האלב פרייז.. [פארוואס עפעס גיי ווייס..] דאס מיין איך איז פאר סעיל.. יא? ניין ??? לעצטע וואך איז עס געווען פאר סעיל..

ניין ניין!!! ס'קאסט נארמאל, איך קען נישט אזוי מיסיס..

וואס שרייעט איר.. איך האב רעכט צו פרעגן..

אקעי, [אוי געוואלד אוי געוואלד ותצילנו מפגע רע.. משינאת הבריות.. מבעל דין קשה ומדינה של גיהינום..] ס'נישט פאר סעיל..

פארוואס טאקע..??

[נעלם געווארן.. א אנדערע קאסטומער פאקט אויס זאכן נאטורליך.. און איך רעכען יענעם שוין רואיג.. און ס'קומט צו פליען א שטורעם ווינט..]

נאך איין זאך מיסטער לעפלער.. פליז איך יאג מיך..

[איך מאך מיך רואיג מיט הילל'ס געדולדט.. ]

ווי ליגט טונא פיש.. און לעכט.. אה! וויפיל קאסט א באקס.. עמ.. עמ..

פיטשעס???...

ניין, איר זאגט ס'נישטא.. ס'יא דא?? איך וויל א באקס..

ניין ס'נישטא.. איך פרעג וועלכע באקס ווילט איר..

איך דארף נישט קיין פיטשעס אויב ס'נישטא.. כע כע.. [זי לאכט ווי א שוטה.. איך פלאץ אוועק..]

פליז, האלטס נישט אויף די שורה..

אקעי..! [זי האלט אן די פרוכט וואס זי פאקט ארויף, און לויפט אהין און צוריק אהין און צוריק..] נאך דריי צוויבל.. נאך א מייער.. ניין נעמט עס אראפ, ווי זענען די קליינע מייערען.. אקעי וויפיל איז אלעס צוזאמען.... אוי.. איין מינוט.. כ'האב אינגאנצן פארגעסן קארן פלעקס.. אקעי אקעי נאך דא....ס, או...ן שוין!!! נו וויפיל קאסט עס..

זעקס און זיבעציג דאלער..

וואס??? איך דאך גארנישט מיט נישט געקויפט.. דאס איז א גניבה..
נעקסטע מאל רעכענט ערגעץ אנדערש..

אפשר האט איר געמאכט א טעות.. לאמיר זען מיין ביל... WOW, און וואס מיינט דעי אלטע באלאנס.. איך האב א ביל דא?

יא, איר האט לעצטע מאל געזאגט איר צאלט נעקסטע וואך..

קיינמאל נישט.. איך האב אלעס אויסגעצאלט.. און גראדע איר האט נישט דעליווערט קיין סאדע, ס'נישט אנגעקומען..

איין מינוט.. איר האט נישט גערעכענט קיין סאדע לעצטע וואך..

כ'האב יא..

אויפן מאשין שטייט אז נישט..

ס'נישט די ערשטע טעות... איך האב זיכער באשטעלט, און איך האב באצאלט די ביל..

איך קען גארנישט טוהן נאר וואס די מאשין ווייזט.

עני וועי, ס'נאכנישט נעקסטע וואך.. איך האב געזאגט נעקסטע וואך און דאס איז געווען אייער נעכטען..

[איר האט שוין בייגעוואוינט אזא אנשיקעניש?? איך האב עס מזמן לזמן.. ווי מרור און זאלץ וואסער צווישן איין גוטע  קאסטומער און די צווייטע.. שוין גם זו לטובה.. איך גלייב אינדערהיים ליידט מען דארט מער.. השם ישמרינו..]




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > ותצילנו מפגע רע..
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext