ולשמחה מה זו עושה? אפשר קען דער ציבור מסביר זיין אויב א רעבע מעג לאכן אינמיטן די ימי האבלות אזוי ווי די בילד ווייזט וויאזוי 2 ברודערס וואס איינער פון זיי רופט זיך דער אדמו"ר הגדול והקדוש. ער זיצט שבעה נאך זייער מוטער און לאכט ארום מיט די לעבאביטשער שלוחים.
דאס איז דער וועג וויאזוי א מנהיג דארף זיך אויפירען?
נשלח ב-14/7/2010 16:19
זיין טרערן זעקל האט זיך אויסגעניצט ביי די לוי'...
נשלח ב-14/7/2010 16:21
צבי הירש, איך שפיר אז עס באדערט דיר סאך מער די ליבאוויטשע שלוחים ווי דאס אז ר' אהרן לאכט.
מעגליך אז על פי הלכה מעג מען שמייכלען אויב מ'קען זיך נישט איינהאלטן, אבער לערן אביסל הלכות בין המצרים און אבילות פון תשעה באב, ווי ס'שטייט אז מ'זאל זיך נישט פרייען ובפרט בפירסום גדול ווי צענדליגער מענטשן זעהן צו. אויף א אבל שטייט אז מ'זאל זי נישט שפילן מיט א קינד וואס מאכט דעם מענטש פרייען.
קל וחומר א מנהיג ישראל דארף זיך זיכער אויפירן מיט מער פארזיכטיגקייט ווען ער ווייס אז יעדע תנועה ווערט מפורסם פאר די גאנצע וועלט איבערהויפט ווען די לעבאביטשער שלוחים דערציילן אין די פרעמד אלע שטותים וואס זיי קענען נאר פארציילן אויף סאטמער.
נשלח ב-14/7/2010 17:09
סטאפ מיט דיין נאן סענטס איך בין גיווען מנחם אבל זיין ביי רבינו שליט''א אין ער מיט ר' ליפא האבן אויך געלאכט, הויעך אויפן קול אז סאיז גיווען אויפאלענד אבער זעט אויס אז מען מעג לאכן.
נשלח ב-15/7/2010 05:58
מסתמא האט דער רבי מיט ר' ליפא באקומען א הוראה פון דעם גרויסן ברודער וויאזוי מ'דארף פראווען אבילות אויף א מוטער