ווי איר אלע ווייסט, זענען מיר "סמוך ונראה" צו א יאר צום צוויי טרויריג בארימטן פרשה ווי דער מהניג הבירה האט מאכיל געווען פאר אומוויסענדע תמימות'דיגע מאסן טריפה דאורייתא פון עופות וואס זענען טריפה מחמת צומות הגידין און דערנאך מאסקאווי קאטשקעס. דעריבער איז כדאי ארויסצושטעלן א שטיקל איבערזיכט אויפן פארלאפענעם יאר.ווען פסק'ען מיר לויטן רבינו תם און ווען נישט?
א שטיקל הקדמה צו די שאלה:
אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס וואס פון זיינע "מעלות" איז אז ער באפאסט זיך מיט שווערע אידישע ווערטער, איז ערשינען אזא סארט הסבר אויף דעם דערמאנטן שפריך ווארט "סטראשע די גענז". דער געדאנק לויטעט ווי פאלגענד. די פארמערס וואס פלאנצען תבואה האבן פיל פראבלעמען מיט די פארשידענע סארט עופות וואס פליען אריין אין זייערע פעלדער און עסן אויף די תבואה. די איינציגסטע עצה וואס איז דא איז אז עס זאל שטענדיג זיין א משגיח עומד על גביו, א מענטש וואס זאל זיך געפינען און פעלד, און ווען די עופות זעהען א מענטש האבן זיי מורא צו צוקומען נאנט צו אים, און אזוי ווערט די תבואה געראטעוועט. ווער וועט אבער זיין דער משגיח תמידי אויף אזא שווערע כשרות אפאראט. אויף דעם איז דא א אלטע עצה פון שטעלן א פאלשען מענטש, דאס הייסט מ'נעמט א זאק שטרוי, און מ'טוט אן דעם שטרויזאק א פאר הויזן און א העמד, מ'שטעלט אים אין די הויך על המשמר, און אלע עופות שרעקן זיך פאר דעם מרא דאתרא וואס שטייט אזוי בקומה זקופה. אט דער דאזיגער שטרויזאק ווערט אנגערופן אויפן פוילישן יודיש א "סטראזש". און צוליב דעם ווען א מענטש ווארענט א צווייטן מיט א לעכערליכען ווארענונג, איז נישט מער געאייגנט ווי אים צו זאגן, "סטראשע די גענז", אז אזא סארט סטראזש איז צוגעפאסט פאר די גענז וועם מ'קען איבערשרעקן מיט א פשוט'ען שטרויזאק.
אט אזא פאסירונג האבען מיר לעצטענס בייגעוואוינט. פאראן ערגעץ אין די וועלט א פלייש פראדוצירער, עפעס מהודרת איינס אין די וועלט, שוחטים שלא על מנת לקבל פרס, משגיחים קרוב צו צוויי מיליאן, יעדעס קליינעם אדער פון די צומת הגידין ווערט ארויסגעשיקט אין לעברעטאריס פעסצושטעלן צו עס איז קיינמאל נישט געווען אין בג"ץ. אבער ועל כולם האבן זיי א זעלטענעם גרויסען "סטראזש", וואס פאר זיינע שארפע אויגן ציטערן אלע גענז און קאטשקעס, און אט דאס מאכט דעם "פלייש באנק" פאר די גרעסטע מהודר'דיגסטע אויף די וועלט, אזש זייט בריאת העולם איז נאך אזאנס נישט געווען.
אבער פלוצלינג, א מעשה מנורה, דער סטראזש איז אביסל אויף וואקאציע, און אן דעם רבי'ן איז הפקר און די גענז האבן מער נישט קיין מורא, אזוי ווייט אז נישט מער און נישט ווייניגער ווי עטליכע פון די "פסולי חיתון" האבן באוויזן זיך אריינצוכאפן אין די פלייש באנק. ס'איז אנגעקומען באריכטן אז מ'האט געזעהן קאטשקעס ריכטיגע פסולי חיתון דארט ממש אינטער די נאז.
מ'דארף נישט מסביר זיין צופיל, ווייל תיכף האט זיך א שטרענגע אויספארשונג אנגעהויבן, פארשידענע קאמיסיעס זענען באשטימט געווארן, יעדער מיט אן אנדערע אויפגאבע. איין קאמיסיע איז באאויפטראגט געווארן אויסצופארשן ווי אזוי זיי זענען אריינגעקומען "דא ביי מיר אין שטעטל". אן אנדערע קאמיסיע איז באשטימט געווארן מברר צו זיין פונקטליך דעם אינדענטיטעט פון די פסולי חיתון. א דריטע קאמיסיע איז באשטימט געווארן אלס "ועד משמרת הדת" מפרסם צו זיין די אינדענטיטעט פון די פסולי חיתון. יעדער ועד באזונדער האט ארויסגעגעבן זייערע באשלוסן און החלטות, מיט פארשידענע סתירות און קאנטראסטן, אז דאס האט ממש אויסגעזעהן ווי א "קהל מיטינג" ערגעץ ווי "אין ספינקער זאהל". סוף סוף נאך פיר וואכן פון נאכאנאנדיגע החלטות איז שוין געווארן גאנץ קלאר די מיינונג פון אלע ועד'ן צוזאמען - אז "זייער מיינונג איז קיין מיינונג".
אלס א ביישפיל פון די גרויסע צומישעניש וועלן מיר ברענגן דעם נושא איבער דעם אינדענטיטעט, נעמליך ווער למעשה איז געווען די פסולי חיתון. דער "האטליין פון ועד משמרת הדת" האט צום ערשט געמאלדן אז דאס איז געווען א מיסטער "מאסקאווי", אבער נאך א וואך האט ער געבעטן מחילה פון דעם געערטען רב מאסקאווי, ווייל ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט זיך קיינמאל נישט באוויזן ביים בעל דברי יואל, אויב אזוי ווער קען זיך טרויען אים צו מבזה זיין. אדרבה, דער ועד משמרת הדת האט געמאלדן אז דער בעל פסולי חיתון איז מיסטער "פעקין", וואס האט זיך געדרייט אין "טראנסילוואניע" און געוואוינט "טיר ביי טיר מיט די לצים", ער איז שטענדיג געווען "סמוך ונראה" צו די אלטע רבנים, אט אזא איינער איז א וודאי פון די פסולי חיתון.
נאך פיר וואכן, שוין האבנדיג די קעגנזייטיגע רעזולטאטן פון די אלע קאמיסיעס, האבן זיך אראפגעזעצט די גרויסע חברי הבית דין (כלומר די נישט-פעיראל דיינים) דן זיין וועלכע החלטה צו נעמען. עס איז פאר זיי געווען שווערער החלטות צו מאכן. צוערשט טאקע די אינדענטיטעט פון דעם פסולי חיתון, צו איז דאס מיסטער (פארדאן הרב) מאסקאווי, אדער גאר מיסטער פעקין. צווייטענס, צי איז הרב מאסקאווי אסור לבוא בקהל צוליב זיין שווערע פארגאנגענהייט מיט וועלכע ער האט זיך באקאנט געמאכט אלס א בייסיגער, אדער נישט. דריטענס וואס צו טוהן איבער "די כלים", ניין נישט די כלים וואס האבן נישט קיין דזשעי-נעט, נאר די כלים פון די קאטשקעס.
אויף די ערשטע שאלה איבער די אינדענטיטעט פון דעם פסולי חיתון האט דער בית דין הגדול שבגדולים נישט געקענט זיך אייניגען מיט קיין הכרעה. די סיבה איז זייער פשוט. דאס איז דאך באמת א אלטע מחלוקת, תלוי "באשלי רברבי". פון איין זייט די רבנים בעלי "שחיטה עומדת" פון די פריערדיגע דורות האלטן אז הרב מאסקאווי איז פון די פסולי חיתון, פון די אנדערע זייט שטייט כ"ק מרן הבלאט בעל ה"שחיטה מונחת" און שרייט געוואלד מוחלפת השיטה הרב מאסקאווי איז הייליג און טייער און מיסטער פעקין "שגץ ארויס". בדרך כלל נעמט דאך דער בית דין הגדול שבגדולים אן דעם דעת תורא פון רבינו בעל הבלאט א קעגן דעם דעת פון די אזויגערופענע רבנים וואס האבן קיינמאל נישט מקבל מרות געווען פון דעם "סטראזש". פארט אבער איז קענטיג אז רבינו בעל הבלאט איז אליינס נישט זיכער מיט זיינע וויינזיניגע רייד, און ער דרייט יעדע מינוט ווי אזוי ער וויל, אויב אזוי איז דאך דאס א "ברי ושמא", און אפשר דאך איז די ברי פון די פריערדיגע רבנים שטערקער פון די שמא פון רבינו הגדול בעל הבלאט?.
נישט געזארגט, "וואו תורה דארט חכמה". מ'געט זיך אן פשוט'ע עצה. ווער זאגט אז מען דארף אויסזאגן ווער ס'איז די פסולי חיתון, ס'איז דאך ממילא דא א חשד אז ביידע חברה לייט, הרב מאסקאווי און מיסטער פעקין האבן זיך צוזאמען געדרייט אין די פלייש באנק, און האבן זיך אויסגעמישט אינגאנצן. שרייבט מען א גרויסען חתן כל "הנערוינים", אז יעדער וואס האט זיך געפונען יענעם טאג אין "די חתונה זאל" איז כבר יצא הוראה אז ער איז בחשש פון די פסולי חיתון.
דא קומט אבער דער גרעסערער פראבלעם, טאקע א שווערע הכרעה בדבר הלכה. ווי דערמאנט איז דער הרב מאסקאווי א בייסיגער, "ווער ס'גייט נישט אין שפאן" איז מסוכן צו פארצוקט ווערן מיט זיין "פה מפיק מרגליות". דאס איז דאך שוין ידוע לרבים אז דער רבינו תם אסר'ט אזא בייסיגער פארשוין. איז אבער די שאלה ווער זאגט אז מען דארף חושש זיין לשיטת רבינו תם? דאס איז שוין א שווערע שאלה, "א פלפול" פון א "לשיטתיה".
בירור ההלכה
צו קענען ענטפערן דעם שאלה דארף מען א הקדמה בדברי הלכה עמוקים וואס דער בית דין הגדול שבגדולים האט שוין לאנג באקומען אויף דעם הוראות למעשה פון דעם גרויסן סטראזש. א כלל גדול האט דער סטראזש אראפגעשטעלט אז דער רבינו תם איז נאר ווי אן עד אחד, ער איז נאמן נאר "להכניס" נישט אויף "להוציא". פון וואנעט לערנט מען דאס ארויס? פון פיר גרויסע הלכות, ידיעות הטומאה שתים שהן ארבע, הוראות לרבים פון דעם מורה מורנו.
ד' שיטות ברבינו תם. ב' שיטות הראשונות אפשר ליישב ע"י הפרדה בין הוצאה והכנסה:
דאס ערשטע איז אין הלכות "גיטין", וואס ווי באקאנט איז דאך דא א "חרם דרבינו תם" אז מען טאר נישט מערער זיין אויף א גט, אויף דעם איז דאך כידוע יצאה הוראה אז מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט דעם רבינו תם. לעומת זה איז ארויס א צווייטע הוראה חמורה אז ביי קידושין דארף מען זייער נזהר זיין נישט מסדר קידושין צו זיין בלי רשות פון דעם מורה מורינו, ווייל דער רבינו תם האט דאס גע'אסר'ט. פרעגט זיך דאך די קשיא מאי אולמא דער רבינו תם ביי קידושין פון דעם רבינו תם ביי גיטין? אבער דער חילוק איז פשוט, קידושין איז "מכניס" לחופה דארף מען חושש זיין צו רבינו תם, גיטין וואס איז בגדר "הוצאה" דארף מען נישט חושש זיין צום רבינו תם. לפי זה קומט אויס אז מען פסק'נט לויטן רבינו תם נאר ביי הכנסה און נישט ביי הוצאה.
ב' שיטות נוספים של הרבינו תם שצריכים ליישב:
דאס דריטע הוראה איז ארויס פאר א לאנגע צייט צוריק, ווען מ'איז ארויס ב"קול שופר גדול" אין א שטאט נישט ווייט אוועק (ממש דארט ווי די גלילות ענדיגן זיך), וואס מ'האט "אריינגעפיפן" פאר א גרויסן רבי'ן, א פעטער נאך אויך, אלס צוליב דעם הארבן ענין פון "שיטת רבינו תם". אבער קוים א פאר יאר אוועק פון דעם און א פערדע הוראה איז ארויס לרבים, אז שרייען שבת טאר מען נישט ביי הוצאה מיטן עירוב, מיט א היקש פון שיטת רבינו תם, היות "מ'שרייט נישט שבת" איבער שיטת רבינו תם פון די צוויי און זיבעציג, און אזוי אויך נישט וועגן "מאשין מצות" (וועגן לאנג איילענד מצות מעג מען יא שרייען) בלייבט דאך די קשיא פארוואס אין די גלילות שטעטל מעג מען יא שרייען וועגן רבינו תם און אין שטאט נישט?
גם אלו יכולים ליישב בהנחה שיש להפריד בין הוצאה והכנסה בנוגע לפסוק כרבינו תם:
קומט יעצט אויס אז די סתירה צווישן די צווייטע און דריטע רבינו תם ווערט פארענטפערט, מען נישט שרייען שבת אויף "עירוב" וואס איז א "הוצאה" לרשות הרבים. איז דאך די קשיא לכאורה שווער, פארוואס ערב שבת דארף מען דווקא יא פייפן מיט א ספעציעל געבויטן שרייער צוליב דעם שיטת רבינו תם? און במשך דעם גאנצן שבת טאר מען אפילו א געשריי מיטן מויל נישט געבן? אבער ווי דערמאנט איז דאך קושיא מעיקרא ליתא, ווייל שאני הוצאה מהכנסה, דער רבינו תם האט מען נאר אנגענומען ביי הכנסת שבת און נישט ביי הוצאת שבת.
אויב אזוי איז שוין די שאלה בוקעת ועולה, וואס פאר א גדר האט די שאלה פון הרב מאסקאווי'ס בייסיגקייט, איז דאס בגדר הכנסה אדער בגדר הוצאה? אין אנדערע ווערטער דארף מען אויף דעם חושש זיין צו דעם רבינו תם ווי ביי קידושין, אדער האט דאס די הלכה פון גיטין און מ'דארף זיך נישט צוטוהן מאכן פון דעם רבינו תם בכלל?
אבער הערט און שטוינט דעם טיפן דעת תורא, ווי מען האט געטראפן א תירוץ אויף די הארבע איבעיא, מיט א שטארקן חילוק להלכה. "די ערשטע פאר וואכן" ווען מ'האט געמיינט אז אסר'ן די מאסקאווי וועט זיין נאר א "הוצאה" פאר דעם פלייש באנק, איז דאך א וודאי די הלכה נישט ווי רבינו תם, ממילא "יאכלו ענוים וישבעו". אבער שפעטער נאך אפאר וואכן ווען מ'האט געזעהן אז ס'שאדט שוין אויך צו די "הכנסה" פון די פלייש באנק, איז דאך שוין פשוט אז מ'דארף יא מחמיר זיין ווי רבינו תם, און פארדעם איז דעמאלס "יצאה הוראה מאתנו להחמיר שלא לאכלם".
און דא דארף מען מאכן קלאר אז אויב וויל מען נישט נכשל ווערן אין קיין חמץ בפסח, צומת הגידין, שחיטה מונחת, דארף מען זיין שטארק מתון, נישט אסר'ן קיין זאך ביז מ'איז נישט זיכער אז מ'האט עס שוין אויפגעגעסן אזוי אז ס'זאל קיין געלד שאדן נישט זיין וואס איז א "הוצאה". און כל שכן אז כדאי נישט נכשל צו ווערן מיט די "פסולי חיתון", דארף מען זיין זיכר נישט "ארויסנעמען א היתר פון בוזעם טאש".
געקלערט און געטוהן האט מען זיך צוזאמען געזעצט און געמאכט א האטליין פאר דעם ועד משמרת הדת. א האטליין וואס זאל מגלה זיין דעם פרצוף פון די פסולי חיתון. וינועו אמות הסיפים, מ'פילט אן האטליינס מיט מעלדונגען, און מ'מעקט זיי גלייך צוריק אויס, עפעס האט מען מורא אליינס אז מ'איז ללעג ולקלס ביי יעדען נארמאלער מענטש. אבער פארט, מ'דארף זיי אלע ווייזן אז דאס איז דער איינציגסטער וועג אפצוהיטן קדושתן של ישראל.
אט טאקע איז געקומען א ריכטיגע געלעגנהייט. ס'איז אפירגעקומען א דאקומענט פון א נארוואס אפגעהאלטענע זיכערע פסולי חיתון חתונה. וועט איר דאך פרעגן ווי אזוי קען מען זיין זיכער אז דאס איז געווען פסולי חיתון, ס'איז דאך תלוי במחלוקת גדולה ווי דערמאנט אויבן ווער איז דער פסולי חיתון הרב מאסקאווי אדער מיסטער פעקין. דער תירוץ איז אז די חתונה איז טאקע א זיכערע פסולי חיתון, ווייל דא האנדעלט זיך איבער די חתונה במשפחת "מאָלאַרד", וואס די מחותנים זענען ביידע צוזמען, הרב מאסקאווי און מיסטער פעקין האבן זיך דא משדך געווען. איז דאך דאס א פסול חיתון בוודאי. דער זמן פון די חתונה איז נישט קלאר, צוליב "דעם אפגעמעקטן דאטום", אבער איין זאך איז זיכער אז דער מסדר קידושין איז נישט מער ווי א "אינטערנעט רב". קיין "רשות" האט ער אויך נישט געפרעגט פארן "מסדר קידושין" זיין, ווייל אויב יא וואלט דאך נישט געווען קיין פראבלעם מיט די סידור קידושין, אפילו אויב ער איז א וודאי אינו בקי בטיב גיטין וקידושין. שוין נו, פרעגט נישט, סימאן טוב ומזל טוב, מ'האט געכאפט די פסולי חיתון, די לאנג איילענד חברה ביי די מעשה, סידור קידושין פון פסולי חיתון און נאך אן קיין רשות פון דעם "מרא דאתרא די בכל אתר ואתר" המולך מ"אריזאנע" עד "טעקסעס".
און איינמאל ס'איז שוין הותרה הרצועה, מעג מען דאך שוין אביסל רעדן, אויפדעקן די פרצופים פון די פסולי חיתון. איי ווי אזוי וועלן מיר דאס אלעס וויסן, איז דאך גילטיג דער גרויסער כלל גדול וואס איז גילטיג ביי צומת הגידין אז "אויב מ'זוכט טרעפט מען", און ווי אזוי צו זיכען דארף מען נישט מסביר זיין פאר די אינם "הולכים בבג"ץ", וואס הייסט ווי אזוי? "מ'זאל אליינס נאכקוקן אויף די כלי!" הגם די כלי איז גע'אסר'ט געווארן ברוב פאר והדר, אבער ווער ס'קען אביסל ווייסט אז "מתוך" שהותרה לצורך (לאנג איילענד וויץ), הותרה נמי שלא לצורך.
ס'האט נישט גענומען לאנג, און מ'האט באשיינפערליך געזעהן דעם ווייטן קוק פון דעם רב מטעם דער בלאט. מ'האט געטראפן א סימאן מובהק צו אסר'ן קידושין פון מיסטער פעקין. ובכן די כלי קוקערס האבן מברר געווען נאך פיל פארש ארבעט, אז דער מיסטער פעקין קומט פון לאנג איילענד. אזוי אויך האבן זיי דאך קלאר געזעהן אויף די כלי די שווערע גאס רעגנס וואס האבן באוואשן די לאנג איילענד ווייץ. נו שטעלט אייך פאר אזא מעשה, היעלה על הדעת אז די קאטשקעס וואס האבן אזאנס צוגעזעהן, אינמיטן די שווערע גאָס רעגנס וואס האבן זיך אראפגעלאזט דעם פארגאנגענעם זומער און פארנעפלט די דעמאלסדיגע צומת הגידין סומאטאכע, אט די קאטשקעס וואס האבן געגעסן פון אזעלכע פעלדער, קען דען זיין אז זיי זענען כשר? און בפרט נאך אז אלע ווייסן דאך קלאר אז די פעקין זענען "נישט געמאכט פון פלעסטיק און ראָבער!"...