בית פורומים אידישע געדאנק

לכבוד ט' באב פעטישן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/7/2010 16:48 לינק ישיר 
לכבוד ט' באב פעטישן


[הבהרה: איך בעט אייך מיינע טייערע ברודער איר זאלט מיר ח"ו נישט חושד זיין איז איך מיין דא זייטיגע נגיעות, חלילה וחלילה, דעם איינע מאל, כוונתי אך ורק להרבות כבוד שמים, א דאנק]

ב"ה

היות דער יום שריפת בית אלוקינו דערנענטערט זיך, דער טאג וואס דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליב שנאת חנם, בין איך דער אונטערגעשריבענער, מיך מקבל אז פון היינט חצות ביז א טאג נאך תשעה באב חצות, גיי איך נישט באזוכן קיין שום היידפארק פורום אדער סיי וועלכער וועב סייט וואס קען ענהאלטן לשון הרע, הלבנת פנים אדער מחלוקה,

איך ווייס אז די סארט וועב זייטלעך קען אסאך מאל זיין זייער עדיקטעט, אסאך מאל אויב ס'גייט דורך א שעה אומגעזען היידפארק שפריגנט מען פון די הויט אז אפשר האט מען פארפאסט א היסטארישע נייעס אדער אפשר דארף מען צוריק ענטפערן א גוטער אנטווארט וואס ליגט מיר אויפן צינג, צו מיין קעגענערס ארטיקל, וועל איך מיך אבער שטארקן איבער מיין געוויסן און איך וועל בלי נדר פאר די 48 שעה נישט קוקן אויף די וועב-זייטלעך

איך וועל איך פרובירן ווי ווייט מעגליך, אין די 48 שעה, אינדרויסן פון די ראמען פון היידפארק, נישט צו רעדן מיט קיינעם קיין שום עניני מחלוקת ופאליטיק,

איך האף אז דאס וועט זיין לזכות און דאס וועט זיין מיין חלק צו מקרב זיין די גאולה,

והימים האלו יתהפכו לימי שמחה בב"א.

ראדני קינג


רבותי! רופטס ענק אן ווארעם און מאכטס א קידוש השם! אויב איר האט מער ווי איין ניק ביטע שרייבט אייך אונטער מיט אלע אייערע ניקס כדי להרבות כבוד שמים!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 16:49 לינק ישיר 

ראדני_קינג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 19:24 לינק ישיר 

כ'האף נישט ארייצוטרעטן דא די נעקסטע שטוק צייט
לויט די הלכה פסוקה אין שו''ע טאר מען נישט די מעת לעת פין תשעה באב זיך באשעפטיגן מיט סיי וועלכע זאך עס איז מסיח דעת פין אבילות
ניק דיןתורה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2010 19:32 לינק ישיר 

למען השלום




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 20:03 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:
כ'האף נישט ארייצוטרעטן דא די נעקסטע שטוק צייט
לויט די הלכה פסוקה אין שו''ע טאר מען נישט די מעת לעת פין תשעה באב זיך באשעפטיגן מיט סיי וועלכע זאך עס איז מסיח דעת פין אבילות
ניק דיןתורה


בשמחה_תמיד
עירהתורה
גוטזאגער
רבי_יונה
ליפא_פרמ
סעפטיק_זל
וכו' וכו '




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 21:14 לינק ישיר 

נאדיר, לץ אחד דוחה.... ווער האט דיך געבעטן אריינצומישן די שמוץ??? איך וויל נישט מקטרג זיין אבער געב א קוק אין כל העולם, דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן ב"ה! א אמת'ע קידוש שם שמים! דא איז דא איין חתימה פון די ניק דין תורה, מיט איין לצנות תגובה, נאכדעם האט שוין קיינער נישט מגיב געווען! איך וועל זיך נישט שרעקן פון די ליצנות! און אינטערשרייבן: איך וועל פרובירן זיך אנשטרענגן בלי נדר! לעמעלע איך בעט דער עולם זאל נאכפאלגן און מקדש שם שמים זיין ברבים! ובזכות זה זאלן מיר זוכה זיין צו הערן דעם שופר של משיח נאך היי יאר פארן קלאגן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 22:00 לינק ישיר 

רופט זיך א לעמעלע און שטויסט ווי א אקס, אונזער עולם איז שוין לאנג פארנימען מיטן תענית, און מדרייט זיך שוין נישט אויף הייד פארק צו טרעפןו דעם 48 שעה (...) אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 23:18 לינק ישיר 

"היות דער יום שריפת בית אלוקינו דערנענטערט זיך, דער טאג וואס דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליב שנאת חנם, בין איך דער אונטערגעשריבענער, מיך מקבל אז פון היינט חצות ביז א טאג נאך תשעה באב חצות, גיי איך נישט באזוכן קיין שום היידפארק פורום אדער סיי וועלכער וועב סייט וואס קען ענהאלטן לשון הרע, הלבנת פנים אדער מחלוקה" ע"כ מדברי ראדני

טייערע ראדני - ביטע זיי זיך מקבל אויף א גאנץ יאר נישט בלויז אויף אכט און פערציג שעה, איך מיין כ'פארשטיי אז מ'קען אדורךפאלן אבער אזא אשוב ואחטא איז נישט אויסגעהאלטן לכתחילה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > לכבוד ט' באב פעטישן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext