בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: די תורה געוואנט ווידעראמאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2010 22:48 לינק ישיר 

נו אויב אזוי, וואס איז דער פראבלעם? לעטס גא טו דין תורה!
וואס דרייט איר ארום?, לאמיר גיין צו דין תורה און וואס דער בית דין 
וועט פסקענען וועלן מיר אלע אננעמען, וויליאמסבורג, בארא פארק,
קרוינהייטס, קרית יואל, מאנסי, ווייט לעיק, סוואן לעיק, מאנטיסעלא, 
וואדבערין, לאנדאן, בני ברק, אנטווערפאן, אוסטראליע, ירושלים, 
און ווי נישט?, וואס די רבנים וועלן פסקענען וועלן מיר אלע אנעמען,
מסכים? מיר זענען מסכים, האו אבאוט יו? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 23:01 לינק ישיר 

יענקעלע11 כתב:
נו אויב אזוי, וואס איז דער פראבלעם? לעטס גא טו דין תורה!
וואס דרייט איר ארום?, לאמיר גיין צו דין תורה און וואס דער בית דין 
וועט פסקענען וועלן מיר אלע אננעמען, וויליאמסבורג, בארא פארק,
קרוינהייטס, קרית יואל, מאנסי, ווייט לעיק, סוואן לעיק, מאנטיסעלא, 
וואדבערין, לאנדאן, בני ברק, אנטווערפאן, אוסטראליע, ירושלים, 
און ווי נישט?, וואס די רבנים וועלן פסקענען וועלן מיר אלע אנעמען,
מסכים? מיר זענען מסכים, האו אבאוט יו? 


גוד פוינט, און מיט דעם דארף מען זיך האלטן

די זאליס צימישן דעם עולם, אז מ'קען פשוט דיזי ווערן פון זיי,

ווען אימער מ'רעט פון דין תורה קומען זיי אלס מיט קעלבערנע טענות אז זיי ווילן אויך דאס זיי ווילן אויך יענס, מזאל אויך דן זיין קרית יואל מ'זאל אויך דן זיין בארא פארק, ר' אהרן זאל אויך אונטערשרייבן, מ'זאל רעדן פון רבנות, מ'זאל נישט רעדן פון ברך משה, אביסל טינט פון דעם אביסל טינט פון יענעם, מ'זאל דעס מיט יענס, מיט זרח און מעכיל, מ'ווערט אזוי צימישט פון זיי אז מ'פארגעסט אינגאנצן אז עט די ענד אוו די דעי, הייבן זיין אן מיטאמאל צו וועלן גיין צי די"ת וועגן זייער פארשימלטע תהליכי הקהלה המצאה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 23:05 לינק ישיר 

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וויאזוי די אהרונים האבן יארן געלעבט מיט א דומיון אז ר' אהרן איז א בן יחיד
און ער גייט זיין דער סאטמארער רבי בכל אתר ואתר און וויאזוי עס האט זיך נעבעך אויסגעלאזט.

וויליאמסבורג די קרוין און די שפיגעלע פון סאטמאר האבן די זאליס פארכאפט מיט אלע קהלישע בנינים
אלע בתי מדרשים און מוסדות התורה כוללים חדרים סקולס וואס האט נישט קיין גלייכן אין די גאנצע וועלט.

בארא פארק ווי ר' אהרן האט יעצט די מאכט זיצט מען ביי דין תורה און איינער ווייסט וויאזוי דאס וועט זיך אויסלאזן

ירושלים א גאר סימבאלישע פארט פון סאטמאר א הערליכע קהלה האבן די זאלוינים אינגאנצן פארכאפט
ווי ר' אהרן דנן קומט מיטאמאל אויף אין חלום צו פארווירקליכן דארט זיין אלטן חלום

לאנדאן זענען די זאליס און פולע קאנטראל אויף די קהלה, בית החיים, ת''ת, און מיידל שולע, כולל אברכים, אד''ג

מאנסי א הערליכע שטאטישע שוהל מיט שיינע גרויסע מוסדות מיט א גאר געלונגענעם רב א שטאלץ פאר איעדן סאטמארן חסיד, ר' אהרן האט דארט אויך נישט קיין דריסת הרגל.

מאנטריאל די סאטמארער קהלה בית המדרש מיידל סקול כולל קאנטרי האט ר' אהרן דארט זילטש.

בני ברק האבן די ארוינים געווינען רוב מענטשען און די זאליס האבן כיטריש באוויזען צו פארכאפן צייטווייליג  די בעלות פון די בנינים, און די אהרונים האבן נישט נישט קיין שום בעלות, אויף קיין שום בנין אין בני ברק ,זיי קענן זיך יעדע ליאדע מינט'קעלע זען אן א דאך איבערן קאפ, ר' אהרן ווען ער רעדט פון דעם נושא איז ער זייער נעבעך אנגעווייטאגט ווי מען האט איהם פיין צוגעפיקסט מיט זיין בני ברק נעבעך

די איינציגסטע פלאטץ און די וועלט, וואו די אהרונים האבן פארכאפט די בנינים און  כמעט העלפט פון די מענטשען איז און קרית יואל אבער ער האט שוין אויך נישט קאנטראל אויפן גאנצן שטעטל ווי פארצייטנס עס לערנען שוין דארט טויזענטער יא טויזענטער קינדערלעך אין אנדערע מוסדות התורה אויף וואס ר' אהרן האט נישט קיין שום קאנטראל.

מי יגלה עפר מעיניך ראחובער רב קוק וואס איז געשעהן מיט דיין הייליגע צוואה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 23:09 לינק ישיר 

SYBARIT

אויב ענק האבן אייביג נאר געוואלט מזאל זיך ציטיילן
אין לויט דיר וועט ב"ד עניוועי אזוי פסקענען
פארוואס זענט עטץ קיינמאל נישט געקימען צי ד"ת מיטען תריץ "תהליכי הקהלה" 

אמער ב"ד גייט דאך עניוועי פסקענען לטובת ענק דאס הייסט ציטיילן,
אין נישט נאר וומ"ס נאר אפילו ק"י בארא פארק מאנסי אויכעט
 וואס דאס ווילען דאך ענק אגאנצן צייט
קימט דאך אויס אז די ביסט אין אסאך א בעסערע פאזיציע ווי מיר 
סא געגאנגען וואס ווארט עטץ 

אפשר זענט עטץ נאך נישט געניג א געשענע פאקט ?


סיבאריט סגארנישט אזוי קיקט מען אויס ווען מגעווינט


תוקן על ידי טאטלע ב- 22/07/2010 23:31:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2010 23:22 לינק ישיר 

נעבעך!!! די זאליס וואס האבן כסדר געוויסט וואס דער קארט גייט פסקענען, ווארט ביז יוני דעם זיבעטן! נאוועמבער 13 גייט איר פארלירן דעם בית החיים וכו', און אזוי ווי זיי האבן אנגעהויבן צו כאפן פראסקעס פון די ריכטער, און מען האט זיי געשטעלט אין פלאץ, טוישט זיך דער ניגון, זיי ווייסן שוין פונקטליך וואס דער בית דין "גייט" פסקענען, זיי האבן שוין האלב קרית יואל און האלב בארא פארק, ויחלום שנית... נעבעך נעבעך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2010 23:37 לינק ישיר 

[עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וויאזוי די אהרונים האבן יארן געלעבט מיט א דומיון אז ר' אהרן איז א בן יחיד
און ער גייט זיין דער סאטמארער רבי בכל אתר ואתר און וויאזוי עס האט זיך נעבעך אויסגעלאזט.
עס איז שוין גארנישט קיין דמיון צו דיין גרויס ווייטוג טראץ וואס מיט די בילדינגס איז עס נישט געלונגען איבעראל אבער מיט די חסידים ב''ה א שטארקע סוקסעס
אין די א''ג דמיון איז נישט אינזער דמיון דאס איז די חלום פין רביה''ק בעל ברך משה אלע יארען
וואס ווען נישט זיין שררה הוגעריגע זון פארוועם ער האט דווקא נישט געוואלט קיינמאל געבן קיין שטעלע אין סאטמאר וואלט זיך די מחלוקה נישט געהאט מיט וועם אנצוהייבן

וויליאמסבורג די קרוין און די שפיגעלע פון סאטמאר האבן די זאליס פארכאפט מיט אלע קהלישע בנינים
אלע בתי מדרשים און מוסדות התורה כוללים חדרים סקולס וואס האט נישט קיין גלייכן אין די גאנצע וועלט.
שוטה (מן הסתם ביזטו נישט געווען ביי נילת החג)
לאמיר לייגען די נייע ביהמ''ד אין א זייט - אז מ'איז מסבר לדין ווי פורקי עול וואס האסטו פין בנינים
דער שטריק דאווענט אין א ביהמ''ד וואס ער האט גענומען בכח הזרוע אין איז נאך עד היום מסרב פין זיך שטעלן צו די''ת
סוכות מאכט ער א לישב בסוכה אין א סוכה גזולה אא''וו,
וואס פאר א פנים האבען זיינע תפילות וכו'
אבער ביז אהער, יעצט איז ב''ה געקומען דער טאג ווען די ריכטער צו וועם ער האט זיך געוואנדען ליידער, האט אים געשיקט צו די''ת..... כאפ שטארק אן דיין שפיגעלע - ווייל האפענטליך וועט ער שוין נישט קענען מאכען דארט קיין לישב בסוכה.
אגב אז די רעדסט פין נישטו זיינס גלייכען, די מוסדות הק' אין קרית יואל האבען שוין לאנג איבערגעשיגען אלע ג'גנבעט בנינים אין וומ''ס, כאפ דיך ארויס אין ק''י באטראכט די איבער 10 פרעכטיגע בנינים וואס מ'האט געבויט בלויז די לעצטע 6-7 יאר

 
בארא פארק ווי ר' אהרן האט יעצט די מאכט זיצט מען ביי דין תורה און איינער ווייסט וויאזוי דאס וועט זיך אויסלאזן
אין ווען מיר שטעלן זיך ווען נישט צו די''ת אזווי ענק אין וומ''ס....
למעשה באלאנגט עס יעצט ביי די ארונים, ווען די פרעגסט וואס עס וועט זיך אויסלאזען פרעג עס אויך אין וומ''ס

ירושלים א גאר סימבאלישע פארט פון סאטמאר א הערליכע קהלה האבן די זאלוינים אינגאנצן פארכאפט
ווי ר' אהרן דנן קומט מיטאמאל אויף אין חלום צו פארווירקליכן דארט זיין אלטן חלום
אז די זאלי'ס האבען עס מוז עס זיין א סימבאלישע פאקט
אין זאלסט בעסער נישט וויסען וואס פאר א שיין שטיקעל בכמות ובאיכות די ארונים האבען דארט אראפגעציפט

לאנדאן זענען די זאליס און פולע קאנטראל אויף די קהלה, בית החיים, ת''ת, און מיידל שולע, כולל אברכים, אד''ג
אזוי די ביהמ''ד הגדול אין לאנדאן איז... ענקער נייע מיידל שולע האלט שוין ביי וועלכע קלאס... ווי איז ענקער ביה''ח אין לאנדאן? ווי אלט איז ענקער כולל אין לאנדאן?
באקען פאקטען קען יעדער! אבער במילתא דעבידאל לגלי' דארף מען שוין זיין א זאלי'ס


מאנסי א הערליכע שטאטישע שוהל מיט שיינע גרויסע מוסדות מיט א גאר געלונגענעם רב א שטאלץ פאר איעדן סאטמארן חסיד, ר' אהרן האט דארט אויך נישט קיין דריסת הרגל.
ווייל די זאלי'ס האבען יא מער א ווארט דארט ווי די ארונים
ווען ר' אהרן וואלט נישט געהאט קיין שול אין מאנסי וואלט אים ר' חיים יושע אויך אריינגלאזט...

מאנטריאל די סאטמארער קהלה בית המדרש מיידל סקול כולל קאנטרי האט ר' אהרן דארט זילטש.
והא ראי' אז ענק קענען ניטעמאל ארויפלייגן א לוח המודעת באקס אין ביהמ''ד...
דאס אז די ארונים האבען צוגעקויפט נאך א קאנטרי אין ישיבה האבען אין ס''ה געפענט נאך א ווינקעל אין סאטמאר מאנטריאל ווי דארט איז השחתה-מחלוקת ריין אבער זיי געבן נישט אויף קיין שום בנין לע''ע
אל אפכם וחמתכם

בני ברק האבן די ארוינים געווינען רוב מענטשען און די זאליס האבן כיטריש באוויזען צו פארכאפן צייטווייליג  די בעלות פון די בנינים, און די אהרונים האבן נישט נישט קיין שום בעלות, אויף קיין שום בנין אין בני ברק ,זיי קענן זיך יעדע ליאדע מינט'קעלע זען אן א דאך איבערן קאפ, ר' אהרן ווען ער רעדט פון דעם נושא איז ער זייער נעבעך אנגעווייטאגט ווי מען האט איהם פיין צוגעפיקסט מיט זיין בני ברק נעבעך
יא! קיינער האט נישט ג'חלום'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס ר' זלמן לייב טייטלבוים וועט תובע זיין די מוסדות אין ציוניסטישען בג''ץ ה''י, אין זייערע א''ג דיינים וועלן אפיציעל מחפה זיין אויף די מחללי ש''ש
יא, ענק זענען אנגעקומען ערגעץ.
אבער פריי דיך דארט אויך נישט די די''ת דארט הייבט זיך אן בקרוב, ס'איז ענק טאקע געלונגען צו שלעפן ירושלמ'ער רב אפאר יאר, אבער ביז דאן.


די איינציגסטע פלאטץ און די וועלט, וואו די אהרונים האבן פארכאפט די בנינים און  כמעט העלפט פון די מענטשען איז און קרית יואל אבער ער האט שוין אויך נישט קאנטראל אויפן גאנצן שטעטל ווי פארצייטנס עס לערנען שוין דארט טויזענטער יא טויזענטער קינדערלעך אין אנדערע מוסדות התורה אויף וואס ר' אהרן האט נישט קיין שום קאנטראל.
נעבעך נאר האלב, וועגן דעם איז טאקע מענדל שווימער מעיאר
וועגן דעם איז די זאלי שול אזוי גרויס ווי א 2 דריטעל פאליש פין די גרויסע שול...
וועגן דעם לערנען יונגלעך אין האלב פין די מיידלעך אין איין בילדינג אויף לארקין ראוד (די איבריגע מיידלעך לערנען אין טרעילערס אין א געבארגטע שטח)

מי יגלה עפר מעיניך ראחובער רב קוק וואס איז געשעהן מיט דיין הייליגע צוואה
טיפיקעל זאלי'ס: דער סאטמאר מאנטשעסטער רב ''א קוק'' (ביזט לכאורה א תלמיד פין מ שטערן) פארן איבערזגאגען וואס רביה''ק האט אים געהייסן.

ווען איך בין ווען א לוזער רעדט איך ווען אויך ווי דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2010 23:45 לינק ישיר 

איך מיין אז עס די האעכסטע צייט צו דאנקן די נייע טים וועלכע נעמט קעיר פון די קאורט קעיס און די דין תורה'ס. דאס איז ברוך מרדכי ג. פון ב"פ. און די דוד עקשטיין'ס ליגעל טעים (ווי אברהם יושע ג.)ץ

זייט זיי האבן עס איבערגענומען, האבן מיר איין זיג נאכן צווייטן ב"ה וכן ירבו. די גאנצע אידיע פון די ראסס שול איז זייערס. און איך ווייס פון גאר א קראנטע מקור, אז עס קומט נאך. עס איז נישט פארטיג דא. זיי גרייטן צו נאך א געזינטע זעץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 23:49 לינק ישיר 

דאס איז זינט רביה''ק בעל ברך משה איז ארויף בגנזי מרומים
זאל ער ווייטער זיין א גיטע מליץ יושר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2010 23:51 לינק ישיר 

ווילאמסבורג די שפיגעלע פון סאטמאר?

קאן זיין

עטץ האט עס בכח הזרוע ארויסגעכאפט (די בנינים) די ווייסט וואס פאסירט מיט א שפיגעלע ווען מען הענדלט עס נישט קערפול? עס צוברעכט זיך, און דערנאך ווען ס'איז צובראכן קוק אריין דערין וואס זעסטו, שפאלטענעס פון אלע זייטן.

 

דאס איז גענוי וואס איז געווארן מיט וויליאמסבורג




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 23:54 לינק ישיר 

באקומען אין אישי

 

איך האב נישט קיין רשות כתיבה ביטע ענטפער אים

 

1) ראשית דו לעבסט אין א גרויסער טעות,  זייט וויסענד אז דער ציל פון די ארונים איז לגמרי נישט אז עטס זאלטסט נישט קענען האבן א חסידות פונקט ווי אונז, דאס וואס דו לייגסט אן אלס ארוינישע אפמאך אז איר זענט בלויז שונאי מהר"א דאס איז אינגאנצען נישט אונזער אפמאך , פונקט פארקערט מיר וואלטן זיך געפרייט ווען איר זאלט זיין נארמאלע מענטשן און לעבן פאר זיך און אויפהערן אינטערברענגען יעדן דבר טוב וואס מהר"א וויל איינפירן ביי זיינע חסידים, יא עס באדערט אונז אייער וואוקס אלס פארטיי וואס איר יסוד איז אונז צו שטערן און מחנך זיין דורות אז די אהרונים זענען א קליפה וואס עמלק איז הייליג אקעגן זיי אבער ווער פארגינט ענק נישט צו פירן א שלוםדיגע חסידות ווי פאפא (אנטשאלדיגט פארן ניצן אזא קליינע דוגמא ווייל ליידער אנצוצייגן אויף א גרעסערע חסידות איז כמעט נישט שייך וויל איבעראל איז דער בעל דבר אויך בנמצא אנצוזייען מחלוקת)

 

און זאלט איר קיינעם נישט פאפן אז אייער ציל איז צו האבן א מנהיג רוחני ווייל אויב אזוי וואו זענט איר גאנץ חודש תשרי וואו זענט איר ביידע רוחניותדיגע פארברענג וואס האט נישט דעם פיקטשער פראפאגאנדע פון די אמאליגע נעילת החג טישן

 

און דאס איז א קלארער פאקט אז ענקער פארבינדאנג אינאיינעם איז בלויז א שטעקן קעגן די סטרא אחרא לשטתכם, דעריבער פארקויף נישט קיין באלאניס אז מרעדט דא פון מהרזל'ס ישיבה און מוסדות אלס אייגענע חסידות אייגענטאם,

 

2) נאר אפי' ווען סזאל זיך האנדלען ווי אין באבוב אז סאיז פשוט צוויי חסידתן וואס איינער וויל דעם אלס מנהיג רוחני און איינער וויל דעם, איז עס א שאלה פון יחלוקו ווייל די מעמבערס האבן זיך צעטיילט, אבער דו פארשטייסט אלייין אז ווען סאטמאר קומט אריין אין באבוב איז נישטא קיין שאלה ווייל סאיז זיכער גניבה צוליב וואס ער איז קיין מעמבער קיינמאל נישט געווען (קען זיין אז באבוב איז בכלל אנדערש ווייל סאיז נישט א קהלה וואו סאטמאר נאר א חסידות, אבער לאמיר רעדן ווען יא)

 

ממילא אין סאטמאר זענען די אלע זאליס קיין מעמבערס קיינמאל נישט געווען יעדער האט געראט זיין אויסגעשפראכן ביהמ"ד וואו ער האט געפרעדיגט זיין חינוך קעגן די סאטמארער הנהגה, ממילא יעצט ווען זיי זענען ארויסגעקומען פון די מייז לעכער ווערט נישט ינעמס נכסים פון יארן אריינבויען געלט פלוצים דיינס, חוץ מזה איז אין סאטמאר דא שטאטוטן וועלכע לויטן פאר קהל ארויסצושטעלן פון די קהלה די מענטשן וואס צוברעכן די הנהגה, און אויב וועלן די זאליס נישט קענען אויפווייזן אין דין תורה

 

*אז דער רבי זאל האבן געטוישט קהל (א זאך וואס ניטאמאל אין קאורט האבן זיי געקענט אויפווייזן קלאר)

 

*און אז דער רבי זאל זיין העכער קהל אויף גשמיותדיגע אנלעגענהייטן

 

*און אז דער רבי זאל קענען טוישן א מיינונג נאך די 80 (א זאך וואס ער אליין האט גפסקט ביי ד בערגערס)

 

 *און אז די צוואה הקדושה פאר תלמידיו הנאמנים זענען פאלש

 

וועט עטס מוזן מישב זיין די גרויסע גניבה און מוזן צוריקלויפן אין אייערע לעכער!!!



תוקן על ידי וואלןסח ב- 22/07/2010 23:58:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 00:32 לינק ישיר 

נאך אין אישי פון זעלבן מענטש

שכוח
לייג ביטע צו
און בנוגע וואס דו זאגסט צו צעטיילן אין ק"י איז שוין אין כלל פון די גאנצע סוכסך, אבער באמת איז קרית יואל נאך פיל שטערקער צוליב וואס די גאנצע שטאט באלאנגט פאר קהל (וואו סאיז געווען מפורסם א קאפי פון אן אפליקעשאן אינעם קונטרס חומה בצורה בנוגע קידושין) ממילא זענען די מתנגדישע שוהלן אין א שאלה להלכה אפילו אויב סאיז מיט ענקער אייגענע נעמען און אייגענע בנינים,ווי עס האבן שוין גפסק'ט די פריערדיגע גדולים הגה"ק בעל מנחת יצחק גאב"ד העדה און הגה"ק הרמ"א פריינד ז"ל אלס ראב"ד און די גאנצע בד"ץ נאכן אויסהערן ביידע צדדים, אז די פרעמדע מוסדות אין ק"י זענען נגד התורה, ואין משיבין את הארי לאחר מיתה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 02:11 לינק ישיר 

יעסוויקען הער מיך צו, איך האלט מיך נישט ביים טענה'ן מיט דיר אין אישי, אז די קענסט נישט שרייבן אויפן פארום ווייל די האסט דאס אנגעפירקלט מיט דיינע געמויזעכטס, לאז צורו יעדן איינעם! איך האב דיר שוין געשריבן אין אישי, איך זע אז ס'העלפט נישט לויט ווי איך הער בין איך נישט דער איינציגסטער וואס די האסט דיך גענומען אנשרייבן מיט דיינע רויטע גראפיטי אותיות.. איך לייג דא ארויף וואס יעדער זאל אים ענטפערן ווי נאר ער שיקט א קאלארפול מעסעזדש... ווען מ'שרייבט אים דאס בלייבט ער שטיל, נאך שטילער ווי די זאליס אין קווינס פארום לגבי דעם פסק פון קאורט פון ערב ת"ב: ענטפער מיר איין זאך, זאג מיר וואס די ווילסט יעצט, איך האלט נישט ביים אריינגיין מיט דיר אין א דיסקאשען וועגן דעם סאבזדשעקט! לויט ווי ס'קוקט מיר אויס האסטו נישט קיין טראפ נאליזדש אין די גאנצע ענין, איך וויל וויסן אויף וואס ענק ווארטן יעצט, די קאורט האט געשיקט צו דין תורה, פארוואס גייט מען אפיעלן??? זענט עטץ נישט געווען די וואס האבן געוואלט גיין צו דין תורה די לעצטע 10 יאר??? אדער זענט עטץ פשוטע היפאקריטס! און אויסגערופענע מחללי שם שמים!!!! איך וויל הערן פון דיר איין זאך, וואס איז פשט אז די טוסט זיך אויף אז מ'גייט גיין אפיעלן??? ווילט עטץ קומען צו דין תורה אדער נישט???? געגאנגען, די קאורט האט געשיקט צו דין תורה כאפט אייך צו... אזוי ווי די זדשאזדש אין בארא פארק האט מסדר געווען די ארונים.... אייכם?????? וואס גייט עטץ אפיעלן???? נישט דאס האט איר ערווארטעט פון די קאורט???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 03:41 לינק ישיר 

btw besides the point i think in monroe the aronim have chazukeh no one was moiche but the aroinim said "planye gezalne hie" the firs second



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 17:14 לינק ישיר 

שופט בית-משפט העליון לסאטמר: "לכו לבית-הדין"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2010 20:02 לינק ישיר 

איך ברענג אראפ די ארטיקל פון "ככר השבת" (די פריערדיגע לינק)
צוליב די עומק השכל וואס ליגט אין די צוויי בילדער וועלכע זיי האבן אויסגעקליבן פון די רביים, ודי למבין...



שופט בית-משפט העליון לסאטמר: "לכו לבית-הדין"

השופט בבית משפט העליון בארה"ב, מר ויקטור אלפיירי, סרב להכריע במחלוקת בין שני האחים האדמו"רים מסאטמר שליט"א, על בעלות בית החיים, בתי המדרש ועל רכוש הנאמד בכחצי מיליארד דולר. א´ פישר, בא כוחו של האדמו"ר רבי אהרן: "ניצחון מובהק לאדמו"ר" (ארה"ב)

יוסי נכטיגלי"ב באב תש"ע   09:27  23.07.10הדפסה
האדמו"רים מסאטמר (יוסי פרסיה, כיכר)
האדמו"רים מסאטמר (יוסי פרסיה, כיכר)
"אין מקומה של מחלוקת על בעלות של בית קברות יהודי בבית משפט אמריקאי", כך פסק השבוע שופט בית משפט העליון, ויקטור אלפיירי.

השופט הפנה את שני הצדדים הניצים - נציגי שני האחים האדמו"רים מסאטמר שליט"א - הרבנים אהרן ויקותיאל יהודה (המכונה זלמן), לבית-הדין.

השופט קבע כי שלושת הדיינים שעסקו בעבר בנושא - הרבנים זייטנרייך, באבאד וגראוס, יטפלו ויכריעו גם במחלוקת הנוכחית.

השופט ציין שמחלוקת האחים על ירושת אביהם מסתעפת ל-23 תביעות החובקות מגוון רחב של נושאים, מנדל"ן, בחירות, ישיבות ובתי כנסת.

ההערכה היא כי המחלוקת על הרכוש מסתכמת בכ-500 מיליון דולר.

אנדרו פישר, בא כוחו של האדמו"ר רבי אהרן הסביר שהתביעה הנוכחית על בעלות בית החיים אינה על הקרקע בלבד.

בית החיים הינו מקום מנוחתו של אבי שני האדמו"רים - ה"ברך משה" מסאטמר, רבי משה טייטלבוים זצ"ל.

המחלוקת על בעלות בית החיים התעוררה לפני כשנה, כאשר אחד מחסידיו של האדמו"ר רבי יקותיאל-יהודה נפטר. משפחתו חפרה עבורו חלקת קבר בסמוך לבית החיים, למרות שבית החיים הוא בבעלותו של האדמו"ר רבי אהרן, לפי החלוקה האוטומטית שנעשתה מיד לאחר הסתלקות האב.

מאז, ניסו שורת דיינים לפתור את המחלוקת ובתקופה האחרונה, כאמור, נעשתה גם פנייה לבית-המשפט בארה"ב.

אלא שהשופט, למרות שאינו יהודי, סרב לפסוק בנושא. "מחלוקת על עניין יהודי כל-כך לא יכולה להיות מוכרעת בבית-משפט עליון", הסביר לנציגי שני הפלגים.

פישר טוען שפסק הדין של השופט הינו ניצחון לפלג החסידים של רבי אהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: די תורה געוואנט ווידעראמאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.