אזוי ווי ס'טוט זיך יעצט א מדובר וועגן א מעגליכקייט פון א די"ת אין סאטמאר, כאטשיק וואס איך בין זייער פעסעמיסטיק אז ס'וועט אמאל קומען דערצו, אבער אלנספאל, איז עס פארט די מדובר צווישן עולם, קומט אטאמאטיש ארויף אויפן געדאנק די באבובער דין תורה,
איך האב באמת קיין שום פארצוג אין די באבובער מחלוקה, אבער די שאלה וואס יעדער מענטש פרעגט, וויזוי איז דאס אז די דין תורה זאל זיך אזוי לאנג שלעפן, איך וואלט ענדערש געוואלט פארלירן שנעל ווי אפשר געווינען נאך 10 יאר,
און מיינע אויגן וואלט איך געזאגט אז א קאמפיטענט בי"ד דארף קענען פארטיגן א די"ת אין מאקסימום 1 יאר, לענגער ווי דעם איז נישט יושר, און א חילול השם, ס'א גרויסע אחריות צו אויסציען אזא דין תורה וואס איז גורם צו אפהאלטן שלום, פארלענגערן די מחלוקה ושנאה.
איך ווייס פאר א פאקט אז ביידע צדדים אין באבוב, איך רעד די סתם המון עם, זענען שוין זייער מיד פון די פארצויגענע דין תורה, זיי ווילן שוין זעהן די בייזן חולם אונטער זיי, און אנגיין ווייטער מיטן לעבן
אויסער דעם, אין א מצב וואס ערכאות איז ליידער זייער נפרץ, וואסערע מעסעדש שיקט דאס פאר יעדן אז א בי"ד איז נישט קאמפיטענט?
אויב א באבובער חסיד, איך ווייס ס'דרייען זיך נישט דא צופיל, קען אפשר געבן אשטיקל הסבר אויף דעם כל הכבוד
נשלח ב-22/7/2010 19:15
וואס אז נייעס האט געשריבען פאר יאר אס עס ענדיגט זיך...
איך האלט מ'זאל פורש בשמם זיין די נעמען פון די דיינים און זיי אויספראקן, שעים אן דעם!!!
נשלח ב-22/7/2010 23:15
לא תגרו מפני איש עקזעסטירט נישט היינט ציטאגס ממילא ממילא
נשלח ב-23/7/2010 03:46
btw bobuv origionally no one wanted to end the din torah each side tried to make sure the longer it takes untill 58 because they had binyunim and the other one because they were scared that they will not be allowed to be called bubuv everything changed when duner a"h passed away and they got despered for money and the binyunim thas how it feels, looking on the bp case you could see because they wanted it over it was running smoothly and fast
נשלח ב-23/7/2010 05:51
יעדער אין באבוב פרעגט די זעלבע קשיא. דערווייל האב איך אליינס געפרעגט איינעם פון די דיינים אין חודש חשוון פון תש"ע ווען עס גייט זיך ענדיגן און ער האט מיר געזאגט אין אין תש"ע גייט נאך זיין א פסק........
נשלח ב-23/7/2010 22:56
איך האב אויך געהערט אז נאך היי יאר גייט זייין א פסק אין לאמיר ווארטען נאך 6 וואכען
בנוגע דאס פרידער דערמאנטע תגובות איך זעה נישט פארוואס צד מהרמ''ד זאל אזוי מורא האבען צו פארלירן די נאמען באבאוו מהרמ''ד איז שוין א רבי פאר זיינע מענטשן איבער 5 יאר אין ווייל ער טוישט די נאמען וועלן זיינע מענטשן אוועקגיין? פין די אנדערע זייט גלייבט זיך שווער אז מהרב''צ וועט נישט ארויסגיין א זיגער נאך אלעם קומט א זון פאר א איידעם פין א זון נאכדערצו אז ער איז געווארען רב הצעיר בשעת זיין טאטען'ס פטירה די שאלה איז נאר ווי גרויס זיין זיג וועט זיין כנלענ''ד
נשלח ב-24/7/2010 01:37
דין תורה די ביסט ווארשיינליך גאר ווייניג באקאנט מיט די באבוב'ער מחלוקה, און אוודאי מיטן באבוב'ער דין תורה. לויט ווי עס ווייזט זיך ארויס פון די פריערדיגע תגובה לידעתך די מחלוקה אין באבוב,איז נישט צווישן א זוהן און א איידעם. עס איז צווישן דער איידעם און דער ברידער פונעם לעצטן באבוב'ער רבי זצ"ל
אבער אצינד זעה איך ווידער, אז דער ניק דין תורה ווייסט נישט בחייכון וואס עס קומט פאר אין באבוב, און כ'וואלט אים געוואלט קלאר שטעלן די סדר הדורות, אין באבוב איז געוועהן פיר רבי'ס ר' שלמה, ר' בנציון, ר' שלמה און רבי נפתלי, אצינד איז די מחלוקה ווער עס זאל פארפילן דאס פלאץ פון רבי נפתלי, און נישט דעם פלאץ פון איינע פון די פריערדיגע רבי'ס.
ר' שלמה (השני) האט געהאט איין ממלא מקום, זיין זוהן ר' נפתלי, אצינד נאך די פטירה פון ר' שלמה איז די שאלה, ווער עס איז ממלא מקום ר' נפתלי, זיין איידעם אדער זיין ברידער, דין תורה'ס טעות איז אז ער מיינט אז די מחלוקה איז ווער ס'איז ממלא מקום ר' שלמה.
תוקן על ידי סקולענער ב- 25/07/2010 08:37:37
נשלח ב-25/7/2010 08:40
ר' זיסקייט סקולענער איז גערעכט, דער דין תורה זעט אויס זייער ווייניג באהאוונט אין די באבובער פרשה.
איך קען נאר באשטעטיגן וואס סקולענער זאגט, די שאלה איז ווער איז ממלא מקום ר' נפתלי, זיין קינד אדער זיין ברודער.
און דא רעדט זיך פון רכוש, און פון א רבנות.
דאס איז עס גאר אין קורצן.
נשלח ב-25/7/2010 20:44
איך גיי נישט אריינגיין אין קיין ויכיחים
די עיקר איז אז די סכסוך אין באבאוו ליגט היינט צו טאגס ביי א דין תורה אין ניטש אין קארט ר''ל
זעהט אויס אז דארט איז נישט דא קיין מסלפים אין עוקרי התורה וואס קומען אויף מיט לאזונגען ווי תהליכי הקהילה אין ענליכע שטותים - וואס אין באבאוו וואלט דאס געווען אסאך א שטערקערע טענה ווייל דארט איז נישטו קיין שטאטוטען אדער מעמבערשיפ אד''ג
משא''כ אין סאטמאר איז דא שטאטוטען מיט מעמבערס איז די גאנצע תהליכי הקהילה תירוץ א שטוק געמיינע סירוב לדין וואס האפענטליך וועט עס זיך יעצט אפשטעלן
עס איז נאר א וואונדער אז עס שלעפט זיך אזוי לאנג די דין תורה.
אבער איינמאל וועל איך יא ענטפרן וואס א חסיד פין מהרב''צ (אזוי גלייב איך) זאגט מיר אין תיבה פרטית איך זאל אויסבעסרן מיין תגובה
פארשטייט זיך לשיטתם - איך בין נישט קיין דיין ביי זייער בית דין של זבל''א אין איך לאז איבער פאר זיי וויאזוי צו פסקנ'ן
די מחלוקה איז יא צווישען א ברודער/זון מיט א איידעם/אייניקעל
ווען מהר''ש איז נפטר געווארען זענען געווען 2 זון וואס האבען געוואלט איבערנעמען איז מען איז דעמאלטס נישט אריין אין וויכחים ברבים נאר מען האט דעמאלטס אפגעמאכט אז אזווי מהרנ''צ האט נישט קיין זון ווען מהרב''צ ווערן רב הצעיר כדי ער זאל איבערנעמען נאך מהרנ''צ'ס פטירה
לויט דעם איז די מחלוקה פין א זון אין צוגעקומענע אייניקעל
אבער ווי געזאגט איך לאז עס פאר בית דין צו פסקנן
והעושה שלום במרומיו הוא ברחמיו יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל
נשלח ב-25/7/2010 23:04
דין תורה
מיט אזא ניק וואלסטו בעסער געמעגט פארשטיין הלכה
די דין תורה איז בכלל נישט אויף די ירושה פון מהר"ש נאר פון זיין זון מהרנ"צ
ווען די וואלסט געקענט אביסל לערנען וואלסטו פארשטאטען א נפקא מינה פון ירושה ביז ירושת חזקת שררה ביי דעם איז כל הקודם לנחלה באקומט אלעס אין די חסידי באבוב 48 זאגען נישט אנדערשט
נאך א מאל אז די ביסט זייער טוען זיי שרייען נישט ירושה אין בית דין זיי האבען סאך בעסערע טענות - רוב - קים לי אין אויך רב הצעיר
נשלח ב-26/7/2010 00:26
ס'איז אביסל שווער צו פירן א דיאלאג מיט איינעם וואס שרייבט דיר אין דיין תיבה פרטית, ס'וואלט בעסער געווען ווען יענער קומט דא ארויף, און ברענגט אליינס ארויף זיינע טענות.
אבער לשיטתו פארשטיי איך נישט, וואס איז געווען דער פלאן פון ר' נפתלי און זיינע קינדער? אז זיי ווערן אפגעמעקט נאך זיין פטירה? און באקומען נישט קיין שום חלק פון זיין ירושה? זיין ירושה גייט צוריק צום ברידער? אזא זאך איז שווער צו גלויבן, און אויב איז דאס יא געוועהן אן אפמאך, פארוואס איז דאס נישט דא בכתב? אדער לכה"פ א טעיפ?
נשלח ב-26/7/2010 01:41
מיט די טענה'ריי דא קען מען אביסל פארשטיין פארוואס די דין תורה ציהט זיך
שוין איבער 5 יאר.
עס האט געדויערט א לאנגע צייט פאר בי''ד צו כאפן ווער זענען די בעלי דינים,
ברודער, איידעם,
איז דאס ירושה נכסים אדער א רבנות שאלה? באלאנגט דאס פארן ציבור צו נישט?
ווער האט דער ציבור?
הייסט ר' בנציון א מוחזק אדער נישט? און טאמער יא וויפיל העלפט דאס איהם?
איז דער נאמען באבוב א ירושה צו נישט און טאמער יא און טאמער נישט? וואס
האט מהר''ש געהאלטן?? אויף דעם האט מען זיך געקריגט חדשים
און טאמער ער האט עפעס געהאלטן איז דאס מחייב צו נישט? און וואס האט
מהרנ''צ געוואלט? דארף מען זיך מיט איהם רעכענען? איז רב''צ געווען טאקע רב
הצעיר און איז ער טאקע שטארקער דערפאר? איז באבוב א קהלה צו א חסידות??
און אויב אזוי און אויב אזוי וואס איז יעצט? וויפיל זענען ווערד די נכסים?
וכדומה וכדומה א''א לפרטם כי רבים המה, און דאס זענען אלע שאלות וואס איז
נישט שייך ביי קיין געווענליכע דין תורות און דאס איז מוראדי'ג שווער זיך
צו דערגרונטעווען צוליב די קאמפליצירטקייט, און דער בי''ד וויל דאך אודאי
מאכן א קלארן אויסגעהאלטענעם פסק און דאס פאדערט אסאך אסאך צייט מיט ישוב
הדעת.
און גיין זאגן אז דאס איז א חרפה וחורבן איז סתם א חילול השם!
די רבנים ווילן זיך שוין פון לאנג זעהן ארויס אבער זיי קענען נישט מאכן
קיין איבערגעאיילטע פסק וואס דאס וואלט געווען א חרפה וחורבן.