שקר שקר שקר,
איך האב יעצט ערהאלטן די ביילאגע וואס עכט געדארפט אריינגיין אין דער איד און צוליב טעכנישע סיבות איז עס ארויסגעפאלן,
דא איז עס:
וויכטיגע מעלדונג פון אונזער באליבטן סגן ראה"ק ר' שאול פערלשטיין נ"י;
טייערע חסידי רבינו שליט"א
אזוי ווי עס איז באקאנט האט ווייטער א קאראפטירטער אראנדש קאונטי שופט געפסקנט א חיי שעה געווינס, אז מ'מוז גיין צו דין תורה, וויל איך דא מעלדן מיטן פולן גאראנטי אז אלעס בלייבט ביים אלטען, און אזוי ווי מיר האבן ב"ה מצליח געווען פאר קרוב צו 10 יאר אז ח"ו דער סיכסוך זאל אנקומען צו א נארמאלער בי"ד, וועלן מיר טאן אלעס אין די וועלט אז זאל ווייטער אזוי אנהאלטן, דער עולם זאל זיך חלילה נישט פארלירן, מ'זאל געדענגען ווי מ'געהער,
ביי דעם געלעגנהייט וויל איך ווידערהוילן אונזער אלטער הנהגת התורה שטעלונג, אז מיר זענען אלס געווען מוכן זיך צו שטעלן צו די"ת, אבער מיט איין תנאי כפול קודם למעשה אז מיר באקומען א 100% גאראנטי אז אונזער גיי מיר געווינען למשל, אז דער דיין זאל אזא איינער ווי ר' זלמן לייב פילאף אדער ר' יצחק מאנדעל, אדער ר' יצחק שטיין, וואס אינה"נ זיי האלטן אז ר' אהרן איז א קליפה און א קשר בוגדים, אבער ווי באקאנט זענען דורכגעווייקטע תלמידים פון רבי'ן ז"ל, און דער רבי האט זיי געטרויט מיט די האקעלסטע ענינים, ממילא וועלן מיר בלייבן מיט די דיינים, ווייל חדש אסור מן התורה וכל המשנה ידו אל התחתונה.
מיר האבן געדינגען געניטע אדוואקאטן, וואס האבן אונז אלע געזאגט אז דער פסק וועט נישט אנהאלטן מער ווי איין וואך און מ'גייט אי"ה באקומען א סטעי, און בעז"ה וועלן מיר נאך אפזיצן אין קארט עוד רבות בשנים!
ובשם השם נעשה ונצליח!
 |
|
|