בית פורומים אידישע געדאנק

להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2010 18:11 לינק ישיר 
להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה

איך וויל מעורר זיין פארן ציבור המדקדקים בכשרות, אזוי ווי ס'דא אסאך אידן וואס עסן התאחדות השגחה אבער זענען מקפיד נישט צו עסן פון די קרית יואלע מוסקאווי שחיטה, - דאס שפע אפעטייזינג האט התאחדות השגחה, אבער וואס זיי שרייבן נישט איז, וועמען'ס שחיטה זיי נוצן, און מענטשן זעענדיג התאחדות שטעלט מען זיך פאר אז דאס איז אויך פון התאחדות פליישן, דעריבער לכל מאן דבעי למידע, איך האב אריינגערופן די שפע אפעטייזינג מברר זיין, אין דעס בין איך געוואויר געווארן, אז זייערע פליישיגע פראדוקטן זענען קרית יואלע מוסקאווי שחיטה (ווייל דעס באקומען זיי לכאורה די ביליגסטע, אויב אלץ הידור וואלטן זיי עס ארויסגעשריבן אויפן לעיבל).

ובזה יצאתי ידי חובתי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 20:20 לינק ישיר 

איך גלייב  נישט וואס איך הער, זיי האבן פשוט אויסגענארט דעם עולם? איך קויף אלס איין ביי שפע [ביז היינט] מיינענדיג אז די פלייש איז התאחדות אזוי ווי זיי שרייבן "בהשגחת התאחדות הרבנים" איך קען נישט גלייבן אז זיי זענען אזעלכע בלאפער'ס, ווי קען מען דאס מברר זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 20:21 לינק ישיר 

געדענקסט ווי מיר האבען היינט די נייע מילך?
ווייסט אפשר פארוואס?
אפשר ווייל סאכדעס איז אזוי פארלעסליך...........?
די וואס עסען סאכדעס עסען אויך די מאסקאווי קאטשקעס אליין והא ראי' סאכדעס האט דאס געשאכטען אין וויינלאנד, דזשי-דזשי (מהדרין) און מאנטריא'.


ובזה יצאתי יד חובתי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 20:33 לינק ישיר 

the office from CRC tell # is 718-384-6765



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 20:42 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס אדם הראשון רעדט.... איך פארלאז זיך יא אויף סאכדעס און מאסקעווע שחיטה נעם איך נישט אריין שוין אפאר חדשים, בכל אופן קומט אויס אז שפע נאר אויס אירע קאסטומער'ס, איינער האט דא די נומבער פון שפע? ווי קען מען דאס מברר זיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 20:54 לינק ישיר 

פארוואס ווייסטו נישט וואס כרעדט-דא האסטו

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2811194&forum_id=21016

די נייע מילך "לעף פארם"

פארוואס קלערסטו האט בי"ד דאס געמוזט טוען? ווייל מען קען מער נישט נוצען גאלדען פלא און סאכדעס..

זיי גייען געבען אויף אלע מילכיגע, בעקערייען, אנדערע עסעןס ווייל דער עולם וויל נישט סאכדעס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:01 לינק ישיר 

ער ניצט קרית יואל ווייל ער איז א פאפא'נער אין זייערע דיינים לאזען נאר ניצן די קרית יואלע שחיטה
עס האט גארנישט מיט קיין פאליטיק
די רשעות פין בויקאטען אידעשע פרנסות ווייל עס שמעקט נישט מיט די פאליטיק איז אין לשער

איך וועל אי''ה אנהייבן צו נוצן דוקא שפע'ס פראדוקטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2010 21:05 לינק ישיר 

ווער ווייסט אויב לויט די תקנות מעג מען ארויף לייגן די # איך האב א סעל # פין דעם וואס ברעגט עס אין די סטארס די # איז געווען אויף קול מבשר אפאר וואכן צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:05 לינק ישיר 

אוי, רשעות, וויי געוואלד!

דיין איידל סבלני'ש הארץ קען דאס פשוט נעבעך נישט דורכטראגן. מיין מיטלייד מיט דיר איז אן א שיעור.

און לאמיר זען שעפעלע טייערער. דו הייב אן צו קויפן שפע, און מיר וועלן אויפהערן, און וועל מיר זען צי ער וועט דערלייגן אדער פארדינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:07 לינק ישיר 

דין תורה וועמענס הכשר האט ער פאפא אדער התאחדות פארוואס שרייבט ער נישט אז די פלייש איז פין ק"י?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:15 לינק ישיר 

אדם הראשון איך גיי נישט אריין צו די פארלאזט זיך יא אויף התאחדות צו נישט, די פארדרייסט די גאנצע שמועס מיט דעם, די עיקר פוינט איז אז ווען איינער קויפט א פראדוקט אין גראסערי און זעהט דערויף בהשגחת התאחדות איז דאס א געפערליכע שייגעץ שטיק אויב עס איז פשוט שקר און מען איז מכשיל אידן מיט די מאסקעווע שחיטה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:26 לינק ישיר 

טאקטיש וועט התאחדות דארפן סוף סוף מחליט זיין הלנו או לצרינו. די אהרוינים זענען שוין לאנג ברוגז אויף התאחדות, זיי פירן שוין יארן א נישט מוצלח'דיגע מערכה קעגן התאחדות.

אויב איז אמת אז התאחדות דעקט אינטער איר השגחה די מאסקאוויש שחיטה וועט התאחדות זיך טרעפן אין זייער א שמאלע ווינקל.

לפענ"ד דארף התאחדות מחליט זיין ווי זיי שטייען און דאס לאזן וויסן פארן פאבליק.

און ווי א טאג פריער אלס בעסער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:41 לינק ישיר 

דין תורה: קודם כל ס'איז זייער שיין פון דיר אז דו ווערסט אזוי אויפגעשוידערט אז איינער וויל בויקאטן אידישע פרנסות און דיין איידל הארץ קען דאס נישט פארטראגן. ירבו כמוך ב'ארונים'


עס טוט מיר אבער זייער לייד דיר צו זאגן אז דיין הארץ האט זיך אומזינסט איבערגעארבייט, קיינער בויקאטירט נישט קיין פרנסות איינער האט נאר מעורר געווען אז זיי נוצן די מוסקאווי שחיטה. איך למשל בין זייער מקפיד נישט אריינצונעמען אין שטוב די ק"י פלייש און איך פלעג נוצן די שפע פראדוקטן. און איינער האט יעצט פשוט מעורר געווען אז זיי נוצן קי פלייש, דאס אלעס...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:52 לינק ישיר 

דער גאנצער אשכול דא איז אומר דרשוני, תמה תמה יקרא

זייט ווען האט התאחדות א פאליסי צו מפרסם זיין פון וועלכער שלאכט הויז זיי געבן א הכשר? התאחדות האט דאך נישט קיין אייגענע שלאכט הויז, אבוויעסלי לויט התאחדות איז קרית יואל פלייש כשר וישר, האבן זיי דען אמאל מפרסם געווען אז זיי זאלן האבן חושש געווען אויף ענקער פאבריצירטע פאליטישע מאסקאווי סקאנדאל?

ס'גארנישט, עטס זענט יעצט געוואויר געווארן אז עטס לעבטס אין א טעות, א מענטש מעג אמאל מאכן א טעות אין לעבן, ענק האבן ביז איצט געלעבט אין א חלום אז איינער האט זיך ציקראצט פון ענקער פערזענליכע שמוץ קאמפיין קעגן ענקער שונא #1 בית השחיטה, זענט עטס יעצט געוואויר געווארן אז איר לעבט אין א טעות, ס'גארנישט, ס'נישט עק וועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:54 לינק ישיר 

אינטערשטע שורה ווייסט איינער די נומבער פון שפע ווי מען קען עס מברר זיין צו עס איז טאקע אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 21:54 לינק ישיר 

אויב אזוי פארוואס זענען די ארונים אזוי ווילד אקעגן התאחדות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext