| נשלח ב-25/7/2010 20:04 |
|
| |
דין תורה אין סאטמאר בני ברק
היינט זונטאג פרשת עקב י"ד אב תש"ע לפ"ק איז ענדליך די לאנגיעריגער סכסוך פון קהילותינו און בני ברק יצ"ו מיט די יחידים שהשתלטו על נכסי הציבור - כת הולכים לערכאות/הבג"ץ הציוני, אנגעקומען צו א בית דין של ישראל כדת תורתינו הק'.
דא וועלן מיר ברענגען אלע פרטים בעז"ה, און מיר האפן בעז"ה אז עס וועט זיך ענדיגן ווי פריער און הכל על מקומו יבוא בשלום.
(ווער עס האט פרטים זאל ביטע ברענגן)
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/07/2010 21:09:22
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 20:06 |
|
| |
די צווי דיינים מיט דריי בוררים זענען היינט אנגעקומען קיין טעלזסטון א וואוין ארט צווישן ירושלים און בני ברק ווי זיי וועלן זיצן די קומענדיגע וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 20:12 |
|
| |
פון קהילותינו הק' און בני ברק איז געקומען צופארן הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך מנהל רוחני דמוסדותינו הרה"ח ר' יצחק ברוך אילאוביטש חבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' צבי ווייס חבר הנהלת המוסדות פון די כת הולכים לבג"ץ זענען געקומען י. וו. פון ירושלים (געוועזענער שרריבער פון דער איד) און ר' י. יוזשעף פון בני ברק
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 20:48 |
|
| |
עס קומט זיך געוואלדיג קרעדיט פאר די רבנים אין בני ברק שליט''א אין פאר גאב''ד ירושלים שליט''א אז נאך אלעם האט מען געקענט זעהן אז צד מהרז''ל זאל זיך שטעלן צו די''ת, נאך שווערע ארבעט מיט שווערע דרוק ספעציעל מיט די באקאנטע שארפע בריוו ווי די רבנים באצייכענען די הולכים בערכעות איש משחית מיט די אנדערע שווערע פעולות
אבער ווייסט איינער וואס טוט זיך מיט די קלאגע אין בג''ץ אז די קעיס נאך אפען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 23:10 |
|
| |
ווער זענען די טוענם מצד שני הצדדים?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 15:37 |
|
| |
בית דין האט געהייסן פאר'ן מסור ד.מ. טאלער חאתמענען אויף די שטרי בוררין דערנאך וואס ער האט געזאגט ביז יעצט אז עס האט גאר נישט מיט איהם!!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 17:33 |
|
| |
דער ספרדישער געגנסטער ד.מ. טאלער איז פריער געקומען א פארסאפעטער צו לויפן צום בי"ד אין טעלזסטאן, נאך וואס די רבנים האבן איהם געסטראשעט אז אויב ערשיינט נישט ביי זיי ביז 4 אזייגער נאכמיטאג (אין אר"י) קומען זיי ארויס מיט א שארפן כתב סירוב אנטקעגן איהם. ווי שוין באקאנט האבן נעכטן זונטאג - ביים ערשטן טאג פון די בוררות - באשלאסן די רבנים אז דער ד.מ. טאלער מיט זיין שווער מ. ווייס זענען בעלי דין אין דעם סכסוך און דערפאר מוזן זיי חתמענען אויף די שטרי בירורין, און די רבנים האבן זיי מזמין געווען אויף היינט אינדערפרי ביים זיצונג. אבער היינט אינדערפרי 10 אזייגער זענען די רבנים אנגעקומען און געזעהען אז דער טאלער איז נישטא האבן זיי פארגעהאלטן יענעם צד היתכן, האבן זיי אנגעהויבן צו דרייען מיטן צונג יעדע האלבע שעה מיט א אנדערן אויסרייד פארוואס ער איז נאכנישט דא, צום ערשט האבן זיי געטענה'ט אז ער ארבעט ביז זייעהר שפעט ביינאכט אינעם זאל און ער איז נעבעך פארשלאפן, נאכדעם האבן זיי געזאגט אז ער וועט קומען נאך זיין עסן פרישטיג. משה בן פראדל האט אריינגעקאלט און געפרואווט מיט זיינע דרייערייען צו פארטושן די רבנים אז דער טאלער איז נישט קיין שום מאן דאמר דא, און ער וועט במיילא מוזן אויספאלגן די פסק בי"ד אפילו אן צו חתמענען, במיילא זאל מען איהם אפלאזן.. אזויווי ס'איז געווארן 2 אזייגער מיטאג און דער ספרדי איז נאך אלס נישט ערשינען, האבן די רבנים באשלאסן איהם צו שיקן מיט זייער טוען א שארפן מעסעדזש אז אויב שטעלט ער זיך נישט אוועק פאר זיי ביז 4 אזייגער גיבן זיי ארויס א שארפן כתב סירוב וואס וועט אפדינערן אין די גאנצע וועלט. ווי א פארסאפעטער שלאנג איז ער געקומען צולויפן אינאיינעם מיט זיין שיק-אינגל יצחק עזריאל יאזשעף און זיך געשטעלט פאר די רבנים פונקט פינף מינוט פאר 4 אזייגער, אבער ער האט זיך געבעטן על נפשו אז ער קען זיך נישט געהעריג ארויסגעבן אנטקעגן די חברי הנהלת המוסדות דעריבער בעט ער אז מ'זאל ארויסגיין און ער וועט רעדן אליין צום בי"ד, די רבנים האבן אנגענומען זיין פארלאנג, וויבאלד נעכטן האבן זיי אויך אויסגעהערט שלא בפניו די טענות מצד די הנהלת המוסדות אנטקעגן איהם, יעצט זיצט ער און לייגט פאר זיינע אויסריידן פאר די רבנים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 23:04 |
|
| |
2 פונקטן
1) נעכטן ביי דין תורה האבן די זאליס איינגעלייגט וועלטן אז טאלער און מרדכי ווייס זאלן בשום אופן נישט דארפן אונטער שרייבן שטרי בירורין, זיי האבן געטאנעהט אז זיי קומען בכלל נישט דא אריין...
הנהלת מוסדותינו האט ארויס גענומען א צעטיל וואס טשאקאווער רב האט געשריבען פאר מרן גאב"ד ירושלים פאר 2 חדשים צוריק ווען הגאון ר' נפתלי פרענקל איז געווען אין ניו יארק, ווי ער שרייבט אז די זאליס האבן אים געזאגט אז טאלער און מרדכי ווייס האבן שוין אונטער געשריבען שטרי בירורין, בי"ד האט גע'פסק'נט אז מען גייט נישט ווייטער מיטן דין תורה, ביז טאלער שרייבט אונטער שטרי בירורין, און ער מיז קומען היינט צופרי צום בי"ד.
דער תימן'נער טאלער איז נישט אנגעקומען, בי"ד האט געזאגט פאר זיין טוען ר' חיים אלעזר עסטרייכער טאמער ער קומט נישט אן ביז 4 אזייגער גייט בי"ד שרייבן א שארפע סירוב קען טאלער. משה גבאי האט געקאלט בי"ד און זיך געבעטען מיט שיינעם און בייזן אז זיי זאלן אפלאזן טאלער, ער האט געמיינט אז משה גבאי קאלט... וועט בי"ד ציטערן, ער ווייסט נישט אז זיין באן איז שוין 10 יאר צוריק אוועק געפארן... אויך דער בג"ץ'ניק מיכעלע שלעזינגער האט געקאלט און מסביר געווען, זיי האט געטאפט א וואנט. ענדליך 4 אזייגער איז טאלער מתימן אנגעקומען צוזאמען מיט עזריאל יאזעף, טאלער האט אויסגעקוקט אבל וחפוי ראש ווי א שעפס געבינדען ביים שחיטה.
ער האט אנגעהויבען מיט זיין תימן'נער שפראך צו שרייען אז ער האט גארנישט מיט די גאנצע דין תורה, ער איז גרייט צו גיין נאר צו ר' אלי כ"ץ, בי"ד האט אים געזאגט אז די אלע זאכן איז סתם צו מסרב זיין, און ער דארף חתמ'נען. כי כלתה אליו הרעה האט ער געבעטען בי"ד אז ער וויל רעדן צום בי"ד אליין, קיינער זאל נישט זיין אין שטוב, בי"ד האט אים עס נאך געגבען - דער בהמה האט געמיינט אז ער גייט דאס בעטן, און בי"ד וועט אים דאס נישט נאך געבען, וועט ער קענען שרייען אין די גאס אז וועגן דעם האט ער נישט גע'חתמ'ט - א תימן'נער קאפ...
בי"ד האט יעדעם ארויס געשיקט, טאלער האט פרוביריט מיט אלע כוחות אז בי"ד זאל אים פריי לאזן, ער האט געמיינט אז ער רעדט דא צו ר' ישראל חיים מנשה... צו ער געפינט זיך אין לאנד תימן... אבער ער האט גערעדט צום וואנט. איז ער געקומען מיט א נייע טענה אז יעדער איינוואוינער אין שיכון איז א צד, ווייל ער האט געדינגען א דירה פונקט ווי ער האט געדינגען די זאל, בי"ד האט אריין געריפען הנהלת מוסדתינו און געפרעגט צו זיי האבן א פראבלעם דערמיט, מען האט געזאגט אז ניין, און מען קען דעליווערן אלע חתימות ביז מארגן, איז געבליבען אז מען וועט דעליווערן אלע חתימות, און טאלער וועט אונטער שרייבן מארגן, איצט ווארט מען צו זעהן וואספארא נייע תימן'נע תירוצים טאלער וועט אויפקומען מארגן, פארוואס ער שרייבט נישט אונטער.
אין ... די זאליס האבן היינט געהאט א מעכטיגער געווינס, מען טרינקט לחיים אין אלע זאלי צענטערן, אז בי"ד האט ארויס געשיקט יעדעם און גערעדט צו טאלער אליינס....WOW!!
נאך א נקודה פון היינט - יצחק ווייס וואס ער קומט צו דין תורה, אלס דער מורשה פון ר' זלמן לייב, - אזא פנים טראגען די זאליס - האט אינמיטען זעהעדיג ווי בי"ד גיט נישט נאך וועגן טאלער, האט ער געכאפט אן אטאקע אין אנגעהויבען שרייען, אז טאלער גייט נישט אונטער שרייבען, קיינער האט נישט געפרעגט דעם בי"ד וואס צו טון, באב"ד פון בעלזא, און גרויז וואס איז א ציוני און אן אהרוני, גייען נישט איינטיילען פאר טאלער וואס צו טאן, ר' חיים אלעזר האט אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף ווייס, גיי דיר ארויס פון דא, די הרגס'ט די דין תורה, ווייס האט זיך נישט געלאזט ער האט צוריק געשריגען אויף חיים אלעזר, ר' חיים אלעזר האט געקאלט משה גבאי און ערלעדיגט אז ווייס זאל בלייבן שטיל און מער נישט רעדן... אבער ר' חיים אלעזר האט געזאגט אז מער וויל ער נישט אז ווייס זאל קומען...
2'טע פונקט
טאלער איז טויט צו'הרג'ט מיט די זאליס, נאכדעם וואס די זאליס האבן בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין, ווען רבי נפתלי פרענקל איז געווען אין ניו יארק, נאך דעם וואס מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט זיי געסטראשעט מיט א שארפע בריוו קעגן זיי, טאלער האט דעמאלס געכאפט א פליגער אין שנעל געפלויגען קיין ניו יארק, זעהן אז די זאליס זאלן נישט אונטער שרייבן, די זאליס בלית ברירה נישט דערהייבענדיג די פרעשור פועם גאב"ד, האבן אויסגעניצט די געלגענהייט א כפרה מיטן תימן'נער טאלער - און אונטער געשריבען שטרי בירורין ווען טאלער איז געווען אין די ליפטען אויפן פליגער.
טאלער ברענט אויף די זאליס זייט דעמאלס, איבערהויפט אויף ר' זלמן לייב אין משה גבאי, וואס האבן אים צוגעזאגט אז מען גייט קיינמאל נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, נאר מען גייט עס געווינען אינעם ציוניסטישען בג"ץ.
איצט ווען עס איז געקומען צו די דין תורה, און די זאליס האבן געדארפט האבן 170 טויזענט דאלער צו באצאלען די רבנים, האט ר' זלמן לייב געבעטן טאלער אז ער זאל געבן די געלט פון די רענט פונעם זאל. טאלער האט אים באגאסען ווי א סוטה, און אים געזאגט אז ער גיט נישט קיין פעני, ער האט גארנישט מיט די גאנצע דין תורה האט ער געשריגען. ר' זלמן לייב האט אים צוגעזאגט אז ער גייט מאכן זיכער טאמער ער גיט דאס געלט, אז ער זאל נישט דארפן אונטער שרייבען שטרי בירורין, אזוי וועט ער פארדינען דערפון, מען וועט אים אפ לאזן ער וועט נישט דארפן באצאלען פאר קיינעם, מען וועט שלעפן די דין תורה א 5 יאר, און ווען די דין תורה וועט זיך ענדיגען טאמער וועט די פסק זיין פאר די זאלונים איז דאך גוט... און אז די דין תורה וועט פסק'נען אז די אהרונים זענען בעל הבית, איז טאלער נישט געבינדען ווייל ער האט נישט אונטער געשריבען שטרי בירורין, איז האלט מען ביי אלף...!
טאלער איז איינגעגאנגען דעראויף און געגבען 50 טויזענט דאלער פאר ר' זלמן לייב, און געזאגט אז דער שפיל וועט געלינגען די וואך, און ער וועט נישט דארפן אונטער שרייבן שטרי בירורין, דעמאלס גיט ער די איבריגע.
איצט האט דער שפיל געקראכט, די רבנים האבן פארשטנען דער גאוינישען תימן'נער חכמה שטיק, טאלער איז אין פעקל און מיז אונטער שרייבן שטרי בירורין, איצט ווען מען לאזן טאלער מיט ר' זלמן לייב זיך אויס'הרג'ענען אויף ווייטער.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 26/07/2010 23:13:12
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/07/2010 00:30:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 00:47 |
|
| |
פארפאלן אז ר' יונה זאגט מיז זיין אז אזוי איז עס טאקע געוועהן, ר' יונה איז דאך ברייט באקאנט מיט זיין נאמנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 01:57 |
|
| |
האט נישט וואס צו זאגן, קאטשעקט מען, לשם קאטשקענען.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 14:50 |
|
| |
היינט אינדערפרי זענען ארום געגאנגען צווי יונגעלייט און בית מדרש הגדול אין בני ברק און צוזאמגענומען חתימות פון אלע תושבי שיכון קרית יואל בני ברק אז מען נעמט אויף זיך די פסק פון בית דין. דערנאך וואס בית דין האט נאכגעגעבן די פארלאנג פון דער תימנער טאלער און ער האט געטראכט אז מיט דעם וועט ער שלעפן די דין תורה נאך עטליכע חדשים ביז מען וועט צוזאמנעמען אלע חתימות אבער "לא תצלח" און ביז עטליכע שעה האט מען שוין געברענגט פאר בית דין אלע חתימות.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 14:52 |
|
| |
3:00 (לשא"י) די רבנים זענען זייער אויפגערעגט אויף טאלער דערנאך וואס לעת עתה איז נאך נישט געקומען געבן זיין חתימה אזווי ער האט צוגעזאגט נעכטן אז היינט גלייך צופרי וועט ער חתמענען.
מרדכי ווייס האט געמאלדן אז ער גייט נאר צו די ספרדישע בד"ץ "נוה ציון"
בי"ד גרייט זיך אויף א כתב סירוב
אלץ מיט נאך פרטים
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 16:44 |
|
| |
רבי יונה, דיינע באבע מעשיות אמאל האט געהאט א טעם, ס'איז געווען בכדי אז מען זאל עס גלייבן, אבער דא וואס די שרייבסט עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, איין מינוט איז טאלע צוקריגט מיט משה, די נעקסטע מינוט איז ער גוט, לעצטע וואך האט משה ארויסגעווארפן יצחק וויס פון דער איד, און דא איז ער די איינציגסטער וואס האט א השפעה אויף עם, עם צו שטיל מאכן, אא"וו
רבי יונה, עפעס מאכט דא נישט קיין סענס, די זעלביגע ארטיקל קען איך שרייבן פארקערט, איך ההאב זייער מורא האסט עס נישט איבערגעקוקט פאר די האסט געקוועטשט די שלח קנעפיל,
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 18:10 |
|
| |
דער אפגעריסענער יצחק יאזשעף מיטן לאנגן בארד האט היינט דינסטאג ווידער ערשיינט מצדים ביי די בי"ד אין טעלזסטאן און נאכן כאפן דארט א דרימל פון נאנט צו א קיילעכיגן שטונדע איז ער אויפגעשטאנען מיט א געוואלדיגע אויפטוה וואס פאסט נאר פאר אזא חכם ווי איהם: ער לויפט אריין צו די דיינים וועלכע זיצן און ווארטן אויף די חתימה פון טאלער מיט זיין שווער אויף די שטרי בירורין, ער נעמט זיך שרייען אז 'ער' האלט אז דער ראש ישיבה (רבי חיים הערש מייזליש שליט"א) ברויך אויך צו חתמענען אויף די שטרי בירורין אפילו ער וואוינט נישט אין די שיכון, פארוואס? ליינט און לאכט נישט הויעך, ווייל ער איז דער 'בעה"ב' אויף די סאטמארער ביהמ"ד אויף רחוב הלפרין אין די געגנט זכרון מאיר, די דיינים האבן ווי פארשטענדליך איהם אויפגעוועקט פון זיין דרימל און איהם געגעבן צו פארשטיין, אז טאקע דער ראש ישיבה איז דער מנהיג רוחני פון די ביהמ"ד איז אבער 1. די בעלות פונעם בנין פארשריבן אויף די זעלבע קאמפאני פון די שיכון קרית יואל, 2. די הנהלת המוסדות זענען די פאקטישע בעה"ב אויפן ביהמ"ד מיטן באצאלן די בילס וכדו', 3. די ביהמ"ד ווערט געפיהרט בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ער איז דער איינציגסטער העכסטער בעה"ב איבער'ן ביהמ"ד און ער האט דאך שוין לאנג געחתמעט. דער אלטער יצחק יאזשעף האט זיך צוריקגעלייגט דרימלען ביזן נעקסטן חלום... שא שא וועקט איהם נישט אויף, ער זעהט זיך צוריק אין חלום אלס גבאי פון די ביהמ"ד הגדול אין שיכון...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 19:05 |
|
| |
מ'קען וועט באמערקן סיי סייבריט אין סיי מלך מלכים אין אלע זאלי ניקס
וועלן אייביג ענטפרן עפעס אזווי ''אנוי, אדער ליגנער'' אד''ג
אינטערסאנט פארוואס קענען זיי אינז נישט ברעגן די ''אמת'ע פאקטן'' וואס דארט טוט זיך
אדרבה פארצייל אז טאלער האט שוין נעכטן אינטעגעשריבן ש''ב אין בי''ד האט פלעין געזאגט ליגענט
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/07/2010 21:09:02
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 20:48 |
|
| |
באריכט פון היינט דינסטאג 3 טאג פון דין תורה
היינט צופרי איז טאלער נישט אנגעקומען, קהלתינו אין בני ברק, האט געברענגט די חתימות פון 306 תושבים, און נאך א ליסטע פון 22 תושבים וואס זענען איצט נישט דא, און זייערע חתימות וועט מען ברענגען די נעקסטע פאר טאג, געבליבען איז נאר א ליסטע פון 13 תושבים זאליס, וואס די זאליס דארפן ברענגען זייער חתימות, אבער זיי האבן עס נישט געברענגט. אין שיכון וואוינען 341 משפחות.
די זאליס זענען געכאפט געווארן אין שאק, בור כרה ויחפרהו...! ווען דער טוען מצדינו האט פארגעלייגט די חתימות פון אנשי שלומינו, און האט געזאגט: אז איצט נאך פאר מען האט אנגעהויבען די דין תורה איז שוין געווען וואלן..!!! און אנשי שלומינו באטרעפן כמעט 97 פארצענט פון די תושבים.
די זאלי טוען האט אנגעהויבען פארפירען אז די חתימות זענען בכפי'... מען האט געצווינגען די תושבים אונטער שרייבן... און ער האט געהאט גאר א שטאקע ראי' דערצו... רבינו שליט"א קען דאך נישט זיין סאטמאר רבי, ווייל ער איז אן איידעם ביים וויזניץ'ער רבי וואס גייט צו די בחירות, טא איז דאך נישט מעגליך אז רוב תושבים זאלן אונטער שרייבן לטובתו... הגאון רבי נפתלי פרענקל - וואס קען נישט צו משוגענע צודרייטע רעבע זכרונה לברכה טארעם תורות... האט זיך אנגערופען ווי קומט דא אריין די וויזניץ'ער רבי? וואס האט שייכות די בחירות דא אהער...?
הרב שפיגל האט געזאגט אדרבה בי"ד קען אנריפען אלע תושבים פרעגן, עסטרייכער האט פארפירט אז בי"ד זאל ארויס געבען א צעטיל אז מען גייט מאכן בהאלטענע חתימות... בי"ד האט עס אפגעווארפען און אנגענומען די חתימות, למעשה איז ארויס געקומען א מורא'דיגע געוואלדיגער טובה פון די חתימות.
בקיצור טאלער אנני...! ער איז נישט דא, עסטרייכער זאגט אז טאלער האט פרישע תביעות און פארלאנגען פאר ער שרייבט אונטער, אז מען זאל געבן דערווייל די אונטערשטע ביהמ"ד אין שיכון פאר די זאליס צו דאווענען... מען זאל אשר זאב גרין אריין שטעלן אין די מוסדות... נאך מענטשן דארפן אונטער שרייבען... בקיצור א גאנצע נייע פרישע ליסט...! בי"ד האט געזאגט אז איצט קען ער מער גארנישט פארלאנגען, נאר זיין חתימה דארף ער שוין ברענגען אן קיין שום טענות ומניעות.
דאס זעלבע איז מיט מרדכי ווייס, וואס האט א נייע טענה, אז דער ראש הישיבה רבי חיים הערש דארף אונטער שרייבען... און נאך פרישע טענות, בי"ד נעמט עס נישט אן, און הייסט אונטער שרייבן איצט אן קיין שום פרישע טענות ומניעות.
די זייגער האט זיך געריקט, עס איז געווארן 4:30 אזייגער און מען האלט ביי גארנישט, בי"ד נעמט ארויס א צעטיל און פאנגט אן שרייבן א כתב סירוב אויף טאלער און ווייס, ענדליך עסטרייכער שרייט אז ער ברענגט שוין זייער חתימות, מען ווארט, וישלח טאלער, טאלער שיקט א פאקס....
בי"ד איז אין שאק..!, בי"ד זאגט פאר עסטרייכער גענוג איז גענוג א פאקס איז גארנישט ווערט, עס איז סתם פורים געמאכט פון בי"ד. בי"ד פארלאנגט די ארגינעלע חתימה, בי"ד פארלאנגט אויך צו רעדן מיט טאלער און ווייס פרעזענדליך, עסטרייכער זאגט אז זיי זענען פארנומען, און היינט קען מען מער נישט צו קומען צו זיי...
בי"ד זאגט מען גייט ווייטער שרייבן דעם כתב סירוב, און בי"ד פארט אהיים היינט ביינאכט, עס איז נישט דא וואס צו זיצן ביז די צוויי מסרבים לדין טאלער און ווייס שרייבן אונטער, רבי נפתלי פרענקל רופט אן כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, דער רב שליט"א ווערט צוקאכט פון די חוצפה, ער דערזעהט זיך ביטער אויסגעשפילט פון די זאליס נאכן אריין לייגן אזא שווערע אבעט איבער א יאר.
מרן הגאב"ד שליט"א רופט אן ר' זלמן לייב, שמואל ט"ב הייבט אויף, ער זאגט אז ר' זלמן לייב קען נישט צוקומען... דער רב שליט"א זאגט אים, זאג פאר ר' זלמן לייב אז ער מוז נישט צוקומען, איך גיב 15 מינוט, און אז טאלער און ווייס שרייבן נישט אונטער, שרייבט איך אונטער דעם כתב סירוב, און איך וועל קלאר צושרייבן ווער די מסרבים לדין זענען!!
די זאליס זעהן זיך דערשטיקט צום טויט, עס נעמט נישט קיין 15 מינוט, עס איז 6:45, עסטרייכער לויפט אריין צום בי"ד מיט די טעלעפאן אין דער האנט, ער האט טאלער און ווייס אפען ליין און זיי זאגן ביידע פארן בי"ד: יא מיר האבן איצט אונטער געשריבן און מיר שיקן אריבער די ארגינעלע חתימה.
מזל טוב!!! ענדליך ענדליך נאך 3 גאנצע טאג נישט האבענדיג קיין ברירה, מיט שווערע ביטערע צוואנגען האבן זיי אונטער געשריבען שטרי בירורין!!
ויפתח את פי יצחק ווייס...! ער פארלאנגט פון בי"ד אז בי"ד זאל ארויס געבען א צעטיל אז מען טאר גארנישט שרייבן אויף הייד פארק וועגן די דין תורה...!
ער שרייט אז די אהרונים האבן נעכטן געשריבן זאכן אויף הייד פארק וואס מען רעדט ביים בי"ד, און דערמיט האבן זיי זייער פארשעמט די זאליס, מען קען נישט ווייטער אנגיין אזוי, האט ער ביטערלעך געשריגען...!
הרב שפיגל זאגט נא מען האט דאך דא דער הויפט הייד פארק שרייבער אליין, בי"ד זאל אים שוין זאגן...
בי"ד גיט א פארשלאג אז זיי קענען ארויס געבען א צעטיל אז דער אינטערנעט איז אסור....!
מיט דעם האט זיך די דין תורה גענדיגט היינט מיט א געוואלדיגער סוקסעס.
1) אז די צוויי מסרבים לדין האבן בעל כרחך געמיזט אונטער שרייבען, נאכן מסרב זיין פאר איבער 3 יאר צו חתמ'נען, און די גאנצע פלאן פון ר' זלמן לייב און משה גבאי אז טאלער און ווייס וועלן נישט חתמ'נען, און די גאנצע דין תורה וועט זיין לריק האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם.
2) עס איז געווען וואלן אין שיכון און די אהרונים האבן געווינען גאר גאר שטארק, מיט 97 פארצענט שטימען.
***
און צום לעצט דאס וואס איינער פירקעלט אויבן, אז מען האט נישט ארויס געווארפן יצחק ווייס פון דער איד, און עס איז גאר שקר ער איז יא דארט... קענסט חלום'מען ווייטער אז ער איז דארט, אבער ער איז געפלויגען צוליב די דרוק פון תולדות אהרן איבער די שרעקליכע ווידיאוס וואס זיי האבן געהאט פון אים, און אפרים שטערן'ס זון האט אים איבער גענומען.
 |
|
|
|
|
|