בית פורומים כל העולם כולו

דין תורה אין סאטמאר בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2010 21:55 לינק ישיר 

קען איינער קאנפערמען אויב די מוסדות האט שוין אמאל געהאט  א דין תורה מיט טאהלער אפאר יאר צירוק?. וועגען די ליעס אדער וועגען די רענט. 
אין אויב יא וואס האט מען געפאסקענט דאמאלט'ס. (אויב ס'איז געווען אזא דין תורה)
אין אויב איז דא א פסק דאן וואס דארף מען יעצט פסק'נן?.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 22:12 לינק ישיר 

עס איז אמאל געווען עפעס א דיון נישט מיט  טאהלער, נישט אין דין תורה נאר און ציוניסטישן קאורט דורך
יצחק ראזענבערג דער הולך לבג''ץ ה''י, וואס ר' אהרן וויינט אז עס איז יהרג ואל יעבור רח''ל,
און לכאורה איז ר' אהרן נישט אינפארמירט דערפון, דער ראזענבערג איז פון זיינע שיינע אידן און ער האט דערויף
קיינמאל נישט מוחה געוועזן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 22:24 לינק ישיר 

העלד.
די דין תורה פון יצחק ראזענבערג איז פארגעקומען אויף היידפארק, בערך 15 מינוט צוריק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 22:31 לינק ישיר 

די 603 אונטערשריפטן וואס די הנהלה האט באקומען אין איין נאכט איז א געוואלדיגע דערגרייכונג, אויפן לעגאלן פראנט.

דאס צעווארפט די קארטן פון די הולכי הבאגאץ, און קען האבן א פערמענאנטן אפעקט אויף דעם אויסגאנג פון די דין תורה.


די זאליס מוזן  יעצט ארבעטן 5 חדשים צו באשאפן זאליס אין שיכון, וועלכע זאלן באטרעפן אמווייניגסטנס 10 פראצענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 22:48 לינק ישיר 

עס איז פארגעקומען אפאר מאל דין תורות צווישען ר' משה חיים ווייס אין טאלער ביים בי"ד פון הגאון רבי משה לאנדא, איצט האט טאלער זיך נישט געוואלט נאכמאל שטעלן ביי הרב לאנדא ער האט געטאנעהט אז זיין אלטע דין תורה איז שוין פארטיג, און די שטרי בירורין האט שוין עקספייערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2010 23:13 לינק ישיר 

איבער וואס איז געווען יענע דין תורה?
אין וואס איז געווען די פסק?.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 09:23 לינק ישיר 

אזווי טאלער איז דאך צוקריגט מיט רז"ל דערנאך וואס ער האט נישט געהלטן ביים גיין צו דין תורה און רז"ל האט אים געצווינגען צו אראפ לייגן 50.000 $ אזווי ר' יונה האט שוין אויפגעדעקט דא... נעכטן נאכט האב איך באקומען א הודעה פון א חבר מיינער אז טאלער האט געפלאנט אוועק צו פארן פון אר"י קיין שווייץ אויף אפרוה (??) און נישט מורא האבן פון א "כתב סירוב" אבער אזווי די רבנים האבן זיך פון דעם דערוואוסט האבן זיי שנעל געמאכט ע"פ ההלכה א "צו עיכוב" אז ער זאל נישט קענען ארויס פארן פון אר"י ביז נעקסטע וואך דינסטאג..

די הודעה האב איך באקומען פון א חבר איך האב עס נאך נישט מברר געווען לאמיתה..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 18:49 לינק ישיר 

ר' יונה
סא די ארונים האבן געווינען די דין תורה פאר סהאט זיך אנגעהויבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 19:21 לינק ישיר 

לאוו דווקא געווינען די דין תורה,
נאר געווינען מיט גיין צו דין תורה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 22:18 לינק ישיר 

היינט מיטוואך עקב האט זיך ענדליך אנגעהויבן די דין תורה אין טעלזסטאן נאך וואס די בעלי דינים אינעם סכסוך דער ספרדי טאלער מיט זיין שווער מ. ווייס האבן שוין אונטעגעשריבן אויף די שטרי בירורין.
די רבנים האבן געגעבן צו ערשט די רשות הדיבור פאר'ן טוען מצד הנהלת מוסדות סאטמאר ב"ב ער זאל פארלייגן די תביעות און טענות, און נאך עטליכע שטונדן האבן די רבנים אנגעהויבן אויסצוהערן דאס ווארט פונעם טוען מצד השני.

אין די נאכמיטאג שעה'ן (ביי איהם נאך שחרית) איז אנגעקומען דער ספרדי טאלער מיטצוהאלטן די די"ת, ער איז דאך שוין אויך א מחותן נאכ'ן אונטערשרייבן, אבער ווי נאר ער האט זיך באוויזן אין בי"ד שטיבל האבן איהם די רבנים געהייסן אונטערשרייבן נאכאמאל די שטר"ב מיטן ארגינעלן חתימה, וויבאלד נעכטן האט ער נאר אריינגעפעקסט זיין חתימה.

יעצט נאך וואס די זאליס עפענען זיך די אויגן און זעהען אז טראץ אלע זייערע שלעפערייען און דריידעלעך: האלט מען שוין ביי א בוררות און דערצו האבן נאך טאלער מיט זיין שווער אונטערגעשריבן, פאנגען זיי אצינד אן אויסצוגעבן די ביטערקייט אין זייער קינדערישע געדאנק, דער טאלאנטפולער אינסייד שרייבערל 'באלאנד' פרואווט איינצורעדן זייערע קינדער אז מארגן גייט די זיצונג פארקומען אין א צווייטע ארט ווייל די ארונים האבן אנגעשטעקט ווידאו'ס אין די בי"ד שטיבל.
היי מארגן וועט מען זיך אויפוועקן און זעהן אז ער האט לייגט צונאר זיין עולם גולם, נישט געפערליך ער וועט שוין עפעס ענטפערן, אזויווי ווען מיט דריי מאנאטן צוריק האט ער זיך געשוואוירן אין רז"ל'ס בארד אז טאלער האט שוין אונטערגעשריבן אויף די שטר"ב, און די לעצטע דרייט טאג האט זיך אויסגעשטעלט פאר הוילע בלאף מיט וואס ער פיטערט זיינע קעלבלעך כדי די קליינע קינדער זאלן נישט פרעגן די קושיות...


תוקן על ידי אויששש ב- 28/07/2010 22:20:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2010 22:30 לינק ישיר 

דער סבלן צאלט אויך טוען געלט? אדער נאר די לויער געלט האט ער געצאלט מיט א געקראכטע טשעק פון זיין פריוואטע אקאנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 22:43 לינק ישיר 

איך קלער אז די דין תורה דארף פארקומען אין "תפיסה"... אז זיין טאטע זאל האבן וואס צו טאן. וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:34 לינק ישיר 

זייער טאלאנטפולער ניק 'באלאנד' האט באשלאסן אז נאך וואס די גנבים האבן שוין געמוזט אונטערשרייבן אויף די שטר"ב, איז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו האלטן די מאראל פון זייערע קעלבלעך דורך באקן פרישע געבעקסן איינס שענער פון די צווייטע:
מ'האט געכאפט ווידיאו אין די בי"ד שטיבל, הרב ראזנבערג האט זיך צושריגן אויפן רעב'ין שליט"א, און מארגן מופט מען אויף א צווייטע ארט, די חברי הנהלת המוסדות מיט די עסקנים האבן זיך צוהאמפערט און צושלאגן, יחזקאל ראטער האט ארויסגעשליידערט הערשל ווייס און דער טוען האט ארויסגעשליידערט הערשל האלצער.... און נאך און נאך
זיינע זיסע געבעקסן ווארפן א שטיקל בילד אויף זייער אינערליכע דערפרעסיע, ס'אזי צום האפן אז ער זאל מארגן ווייטער ברויכן באקן און דערמיט פרואוון צו מאכן שמייכלען זיינע קעלבלעך 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2010 19:07 לינק ישיר 

אפדעיט היינט דאנערשטאג:

נאך לענגערע לעכערליכע טענות פון די צד השני אז די קומענדיגע זיצונג זאלן פארקומען דייקא אין אמעריקע, האבן די רבנים באשלאסן אז ניין, די קומענדיגע זיצונג וועט אויך פארקומען אין אר"י אנגעהויבן פון ט"ז חשון תשע"א זונטאג חיי שרה ביז כ"ז חשון דענארשטאג תולדות.
ווי אויך האבן די רבנים באפוילן אז די צד השני מוזן איינמעלדן אין די בית משפט הציוני אז די סכסוך איז אריבער צו א בוררות, און די עיקול וועט אנהאלטן נאר ביז ווען די בי"ד וועט אויסהערן די טענות פון די צדדים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2010 19:15 לינק ישיר 

נעכטן איז יוסף90 ווידער אמאל אנגעקומען צו די דין תורה און טלזסטון אבער ווי נאר ער איז אריין האט דער טוען מצד הנהלת המוסדות און בני ברק אים געפרעגט אויב ער ווייסט עפעס צו זאגן אז ער גייט (אויף זיך) זיך אפזאגן?? יוסף90 פרעגט אים וואס מיינט איר? זאגט אים דער טוען אזוי האסטו דאך נעכטן באריכטעט אויפן הייד פארק אז (איך) דער טוען מצד הנהלת המוסדות גייט זיך אפזאגן מכל מיני סיבות!! יוסף90 איז געווארן פארלוירן בפרט אז עס איז געווען בפני קהל ועדה און האט גלייך אנגעהויבן מיט זיינע תירוצים עעעעעם... עעעעם... !!! נישט איך נאר יענער און יענער...... בקיצור ער איז ארויס בבושת פנים....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דין תורה אין סאטמאר בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.