בית פורומים כל העולם כולו

דין תורה אין סאטמאר בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2010 23:02 לינק ישיר 

צום ענדע פון די זיצונגען פון די וואך פר' עקב, איז די צייט פון בואו חשבון, לאמיר מאכן א סך הכל פון די דערגרייכונגען בעז"ה:

1. די הנהלת המוסדות ב"ב האט געפאדערט אז די גוזלי נכסי ציבור דער ספרדי טאלער מיט זיין שווער זאלן אויך אונטערשרייבן אויף די שטרי בירורין, און די בי"ד האט אזוי געפסקנט, און טאקע נאך דריי טאג פון שלעפערייען האבן זיי געחתמעט ווי טאטעלעך.

2. די הנהלת המוסדות ב"ב האט געפאדערט אז די קומענדיגע זיצונג פון חודש חשון זאל פארקומען דייקא אין אר"י, און די בי"ד האבן טאקע אזוי אנגענומען.

3. די הנהלת המוסדות ב"ב האט געפאדערט אז די צד השני זאלן איינמעלדן פאר די בית המשפט הציוני אז זייער תביעה אנטקעגן מוסדות סאטמאר איז אריבער צו א תורה'דיגע געריכט, און די דיינים האבן טאקע אזוי באפוילן.

דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.

אצינד איז - ווי געווענליך אין אזא פאל - די רייע פון די זאליס אנצוהייבן באקן פרישע געבעקסן צו הייבן די צוקלאפטע מאראל פון זייערע שעפעלעך וועלכע קוקן צו די ווארהייט פון די שפרעך-ווארט: פארשטיקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 02:30 לינק ישיר 

און וואס איז מיט די עיקול אקעגן משה חיים ווייס. מען האט עס אראפגענומען?.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 02:48 לינק ישיר 

ווי שוין אויבן דערמאנט, די בי"ד האט באפוילן פאר די צד התובעים בערכאות הציוני צו איינמעלדן פאר די בית המשפט אז די סכסוך איז אריבער צו א תורה'דיגע געריכט, און ביז ווילאנג די בי"ד הערט נישט אויס די טענות פון ביידע צדדים זאל די עיקול בלייבן אין קראפט, גלייכצייטיג בלייבט בתוקפו די ערבות פון 500.000 שקל וואס די תובעים האבן איינגעגעבן אין די בית המשפט.

די זאליס געבן זיך נישט קיין עצה, פון איין זייט פרואוון זיי זיך צו טרייסטן מיט חלשות אז די עיקול אנטקעגן די מוסדות איז געבליבן ווי גלייך אז דאס איז געווען די סכסוך, פון די צווייטע זייט ווערט זיי אליין שווער א הארבע קשיא: די ארונים האבן דאך איינגעגעבן די תביעה אין בית המשפט, איז פארוואס ברויכן די זאליס דאס מבטל זיין און איינמעלדן אז ס'אזי אריבער צו א בוררות ?  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 21:52 לינק ישיר 

די זאליס זוכן זיך צו טרייסטן שרייען זיי אז די עיקול אין בג''ץ איז געבליבן - אפי' דאס נישט געווען די דיון דא כמובן

פרעג זיי וואס זיי האבען דערפון ווייל ביי יעדע די''ת איז דא עיקול פין בי''ד ביזן פסק
דא  האבען די זאלי'ס געלייגט די עיקול דורך די קלאגע וואס זיי האבען געפענט אין בג''ץ ר''ל
די הנהלת המוסדות וואלט ממילא נישט געקענט טוישען גארנישט ביזען ענדע פין פסק
זעהט אויס אז בעסערע נחמת פין דעם האבען זיי נישט

זאל דער אייבישטער העלפן ווייטער - די אמת זאל גרינג נתברר ווערן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2010 15:57 לינק ישיר 

רעדנדיג שבת מיט א געבראטענער זאלי האב איך ארויס אז די מערסטע וואס טוהט זיי וויי פון די גאנצע וואך אין טעלזסטאן איז נישט אזוי דאס אז טאלער האט געמוזט חתמענען און נישט אזוי דאס אז די קומענדיגע זיצונג זאל פארקומען אין אר"י, נאר דאס אז די רבנים האבן איינשטימיג זיי געזאגט דעם פסוק אין פנים אז זיי זענען געגאנגען אין ערכאות הציוני און דעריבער האבן זיי קיין דין נתבעים און האבן נישט קיין רעכט צו פאדערן אז די בוררות זאל פארקומען אין אמעריקע.
יא! די זונדלאזע שקר מיט וואס די זאליס האבן געפרואווט צו פארדעקן זייער עבירה פון הליכה לערכאות הציוני, אט דאס איז די וואך נאכאמאל אויפגעדעקט געווארן דורך רבנים יושבים על מדין וועלכע האבן זיי געזאגט אפןע און גראב: "ענק זענען הולכים בערכאות און דערפאר האבן ענק פארלוירן די דין פון נתבעים".
ס'איז זיס צו זעהן וואספארא דזשאב דער ספרדי טאלער האט אנגעמאכט פאר מהרז"ל און איהם אריינגעשלעפט אינעם גאנצן טינוף, אלעס צוליב זיינע פריוואטע אינקאמ'ס.. 
    



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2010 19:21 לינק ישיר 

ביי די לעצטע זיצונג פאריגע וואך דאנערשטיג האט בית דין געפרעגט פאר טאלער'ס טוען אויב זיי זענען גרייט ארויס צוגיין פון בג"ץ האט ער גלייך גענטפערט יא אוודאי מיר זענען גרייט. אבער ווי דער ספארדישער טאלער האט עס געהרט איז זיינע בליט ארויף און האט אנגעהויבן שרייען בשום אופן מיר גייען נאך נישט ארויס און עס האט זיך אנגעפאנגען ליסטיג און לעבעדיג  צווישן טאלער און דער טוען ביז בית דין האט געהייסן ארויס גיין אויף א האלבע שעה און זיך אויקריגן אינדרויסן און דערנאך וואס טאלער איז געווען אינגאנצן צולאזט האט בית דין ארויס געגעבן א מעלדינג אז מען מיז ארויס גיין פון בג"ץ..
בקיצור טאלער אז צולאזט און צישפילט..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2010 19:51 לינק ישיר 

אויב אזוי איז א גרויסע סכנה, ווייל ווען טאלער ווערט דעפרעסט און צולאזט איז סכנת נפשות.. ה' ירחם


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/08/2010 20:41:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2010 12:45 לינק ישיר 

מאנטאג כ"ד חשון וועט בי"ד זיך ווידער זעצן צוזאמען און דן זיין איבער די סכסוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2010 12:46 לינק ישיר 

קרעדיט טראק

שאק! זאליס מיר בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!
נישט צום גלייבען ווי פארכאפט די זאליס זענען אינעם טמא'נעם בג"ץ, און ווי זיי פרובירען מיט אלע כוחות דארט צו בלייבן אין נישט ארויס גיין פון דארט.

די בי"ד של חמש האט אינעם לעצטן טאג פונעם זיצונג דן געווען איבערן עיקול אין די געריכט תביעה וואס די זאליס האבן אריין געגעבען קעגן די הייליגע מוסדת יטב לב דסאטמאר אין בני ברק, בי"ד האט גע'פסק'נט איבער די געריכט תביעה - אז די זאליס דארפן אריין געבן א מעלדונג אינעם ציוניסטישען געריכט, און שרייבען אז זיי האבן זיך געשטעלט צו דין תורה, און אונטער געשריבען שטרי בירורין, און זענען געבינדען צום בי"ד, און די קארט ווערט געפרוירען, אזוי אויך הנהלת מוסדותינו דארף אריין געבן אין געריכט אז זיי האבן אונטער געשריבען שטרי בירורין, און זענען געבינדען צום בי"ד.

איבערן עיקול האט בי"ד געזאגט אז איצט איז נישט געבליבען קיין צייט דן זיין איבער דעם, דאס קומעדיגע מאל וועט בי"ד דן זיין איבערן עיקול.

הנהלת מוסדתינו הק', האט תיכף אריין געגעבען אין געריכט די פאפירען אז מען האט זיך געשטעלט צו דין תורה, אבער די זאליס די הולכי בג"ץ האבן זיך נישט וואוסענדיג געמאכט דערפון, איצט האלט מען שוין איבער 2 חדשים פונעם פסק בי"ד, און די זאליס האבן נישט אויסגעפאלגט, נאר זענען ווייטער אינעם טמא'נעם בג"ץ!

איצט האלט מען בלויז א וואך פאר די בי"ד של חמש פארט צוריק קיין בני ברק, מאנטאג כ"ד חשון, בי"ד האט נעכטן איינגעמאלדען פאר כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, אז די זאליס פאלגן נישט די פסק, דאס איז טראץ דעם וואס בי"ד האלט און איין פארלאנגען אז די זאליס זאלן איינגעבען די פאפירען, אבער די זאליס האבן נעכטן קלאר געשטעלט פאר בי"ד, אז זיי האלטן נישט ביים פאלגן, און בלייבן אין טמא'נעם בג"ץ...!

הגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א האט געזאגט פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, אז בי"ד האט באשלאסן אז מען זעצט זיך נישט נאכמאל צוזאם ווילאנג די זאליס פאלגן נישט אויס די פסק, גאב"ד ירושלים שליט"א האט נעכטן געריפען ר' זלמן לייב ט"ב, אבער דערווייל איז ער זייער ביזי און קומט נישט צו צום טעלעפאן.

ר' זלמן לייב ט"ב איז זייער ביזי מיטן תימן'נער טאלער וואס איז איצט אין אמעריקא, און פארפירט ביי זלמן לייב אז מען זאל בלייבן אין בג"ץ, און זיך ארויסציען פון דין תורה.

היינט האט מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אריבער געשיקט מיט א שליח, אז ער ווארענט מיטן שארפסטן אז מען זאל שוין פאלגען דעם פסק בי"ד, אז נישט וועט ער טאן וואס מען טוט מיט איינעם וואס פאלגט נישט קיין פסק בי"ד.

איצט ווארט מען צו זעהן צו די הולכי בג"ץ וועלן שוין ענדליך אפשטעלען דעם חילול ה' שמים, און ארויס גיין פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דין תורה אין סאטמאר בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext