בית פורומים כל העולם כולו

ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2010 22:11 לינק ישיר 
ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה

די זאלי'ס וואס זייער גאנצער מהות איז א פינסטערע לעבן, זיי זענען פארנומען א גאנצען טאג צו זעהן ווי מ'קען אפטוהן אין טוהן רשעות אין רציחה פאר יענעם
בראש פין זייערע געטריי מיסדים אין מנהיגים משה פרידמאן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים וועלכע פארמאגען שוין צענדליגע יארען עקספיריענס פין רשעות אין השחתה ר'ל
האבען יעצט געטראפען א פרישע ציל אין רשעות

ווי באקאנט פארקויפט זיך שוין א שטוק צייט די פארטיגע עסן פין די פירמע שפע אפעטייזונג
דער בעה''ב איז אינגערמאן מחיסידי פאפא וומ''ס אין האט די הכשר פין התאחדות,
אין די בלוט דארשטיגע האבען אפגעמאכט אים צו נעמען אויפן צימבל ווייל ער נעמט די פלייש פין פאפא בוטשער וועלכע ניצט ע''פ הוראת הדומ''ץ פאפא דוקא די פלייש פין די בית השחיטה המהודרת אזווי כמעט אלע קהלישע פלייש געשעפטן
עס ווערט אויסגערופן א בויקאט קעגן אים, פאר'ן גרויסען חטא פין שטיצן די בית השחיטה אומדירעקט
אין מ'לייגט נאך אריין די גאנצע רשעות אין די תורה הק' ר''ל

עס ענדיגט זיך נישט דארט, מען שיקט ארום די טעלעפאן נאמבער פאר אלע מתמידים אין קווינס קעמפ אז יעדער זאל קאלען מיט אימשילדיגע רשעות'דיגע תמימות פרעגן וועמענס פלייש ער ניצט אין מ'זאל גלייך אראפהאקען ווי זייי האבען שוין געטוהן ביי עטליכע געשעפטן (מיט קיין ערפאלג ב''ה)

עס וואלט געווען ראטזאם אז איינער זאל ארויפלייגען ווי מ'קען קויפן די שפע פראדוקטן אז דער עולם זאל וויסן צו שטיצן דווקא די בויקאטירטע פין די בלוט זויגערס (לויט דעם וועט יעדער וועלן א בויקאט פין זיי..)

מיר מוזען סופארטען די אלע וואס ליידען פין זייערע רשעות אין השחתה
אין אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן וועלן מיר מוזען זיך אויסלערנען זייער שפראך,
עס איז טאקע כמעט נישטו קיין פראדוקטען מיט זייער הכשר אין כמעט קיין שום געשעפט נעמט נישט אריין זייער פלייש אין וועגן דעם וועלן מיר מוזן טרעפן אנדערע מהלכים
אבער עס איז דא גענוג
אויב וועט זיך אויספעלן וועט מען דארפן בויקאטירן יעדן זאלי געשעפט

די רשעות מיז נעמען א ענדע.

דרך אגב,
די בית השחיטה דארף נישט אוזנער סופארט ב''ה
זיי זענען ווייטער ביים אלטען פראבלעם אז זיי קענען נישט נאכקומען יעצט זומער האט נאמאל אנגעהויבן שעכטן 5/6 טאג א וואך מיט ציגעלגייגטע שוחטים
די פארלאנג פין יודן ציבור המדקדים בכשרות וואקסט ב''ה טעגליך
נאר די רשעות קעגן אימשילדיג ציווילע אידן מיז נעמען א עק.
מ'קען נישט וויסען וואס קומט דארט נעקסט יעדע השחת'לע ווערט גלייך א חוב קדוש אין בלוט דארשטיגע וועלן זיך צוכאפען דערצו ווי נאצי צו א איד ר''ל




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/07/2010 00:44:12




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2010 22:47 לינק ישיר 


ישר כח היראים פאר דעם אשכול, איך האלט אינמיטן מאכן א ליסטע פון געשעפטען פון איבער ניו יארק וואס פארקויפן ביי די טעק האט נאר קרית יואל'ער שחיטה למען ידעו ווי מ'מעג אריין גיין און ווי נישט.

ווער ס'קען מיר העלפן מיט'ן שיקן א אישי וועלעכע סטאר און זיין געגענט פארקויפט נאר קרית יואל'ער שחיטה (און פארשטייט זיך מע וועט נאכגיין די אישי'ס צו ס'איז אמת) וועט ווערן ארויף געלייגט דא למען ידעו ווי מען פארקויט פלייש ממליחה ואילך און ווי מע קען קויפן כשר'ער פלייש.

אזוי אויך ווי מען קען קויפן שפע פראדוקטען, אדער אנדערע פליישיגע פראדוקטען מיט היימישע כשר'ער פלייש זאל מיר שיקן א אישי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2010 22:56 לינק ישיר 

לייגן ליסטעס פון סטארס וועם יא צו שטיצן? נאו פראבלעם, כאטש לעניית דעתי העלפט דאס נישט פאר זיי.

איין זאך נאר, זייטס נישט קיין בהמות און לייגטס נישט די נעמען פון סטארס וועם נישט צו שטיצן ווייל איר מאכט נאר שאדן פאר זייערע קאנקורענטן. קיין שום געשעפט אדער ביזנעס וויל נישט באקומען א נאמען אלס אן אהרוני אדער אלס א זאלי. יעדער איינער וויל באקומען יעדנ'ס שטיצע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 00:06 לינק ישיר 

זאלסט מיר מוחל זיין היראים, אבער עפעס שטימט נישט דא
התאחדות גיבט די הכשר, און ער נעמט פאפא פלייש "עפ" הוראות דומ"ץ פאפא"
ווי אזוי ארבעט דאס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 00:37 לינק ישיר 

Could anyone confirm if shafa uses "only" kj chicken? I never wanted to buy their products not knowing what schita they use



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 04:10 לינק ישיר 


איך האב נישט געגלייבט וויפיל אישי'ס איך וועל באקומען, אויפ'ן פארלאנג פון אפאר וועל צו ערשט שרייבן פאר די וואס בלייבן און שטאט און קויפן עסן זומער ווי מען קען קויפן טעק האט נאר זומער און שטאט
און וומ"ס וואס איך האב ביזדערווייל באקומען איז נאר די סאטמאר נאכטמאל אנגעפירט דורך מנוחה ושמחה

און בארא פארק וואס איך ווייס ביזדערווייל איז די נאכטמאל פון התאחדות אברכים ד'סאטמאר ב"פ און אויף 53 און די נאכטמאל פון קהילת באבוב אויף 48 און די טעשיקן פון די נאכטמאל פון קהילת בעזלא אויף 45

דאס איז ביזדערווייל אויף היינט, איך האב שוין באקומען א גרויסע ליסטע פון געשעפטען אויך אבער איך דארף נאך רופן די בעלי מכשירים און שיקן מענטשען צום סטאר דאס טשעקען ועוד חזון למועד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 06:14 לינק ישיר 

און וואס איז מיט די הונדערטע שמחות פון אייגענע משפחה מיטגלידער און פריינד וואס די רשעים עסען נישט דאס פלייש פארציע ביי די סעודה און שיקען דאס אין מיסט קאסטן וואס מאכט שאדען און שברון לב מיט שנאת חנם אויף דעם בעל שמחה וואס אסאך פלאגען זיך בממון ודמים צו מאכען א שמחה של מצוה און דא קומען די ערב רב צבועים מגלגולי קרח ועדתו מיטן טלית שכלו תכלת און מאכען שאדען און א געשפאט פון יענעמס שמחה. און פלענטי מאהל קען מען זיי זעהן קויפן אדער פרעסען אין פארשידענע געשעפטן און רעסטוראנטען וואס האט בכלל נישט זייערע הכשרים אדער שחיטה.
מ'דארף זיך פורש זיין פון די פארביסענע אנשים הרשעים האלה און זיי מער נישט לאדענען צו קיין שמחות און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי ביז זיי וועלן תשובה טוהן און מתקן זיין דעם עיכוב הגאולה וואס זיי זענען גורם במעשיהם המוכערים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 11:09 לינק ישיר 


 אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 15:28 לינק ישיר 

מענין לענין באותו ענין, אז מ'רעדט פון אפעטייזינג און הכשרים
ווייסט איינער וואס ס'גייט פאר מיט "געשמאק" וואס איז באמת געווען געשמאק און כ'מיין די איינציגסטע אפעטייזינג פירמע וואס האט נישט געהאט סאכדעס הכשר, (כ'מיין אז אלע האבן, פלאמס, טוב טעם, גאלדן פלאו וכו')
פארוואס איז עס מער נישט דא צו באקומען (אפשר נאר אין מיין גראסערי)? און צו ס'איז נאר צייטווייליג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 17:36 לינק ישיר 

הייסט איך מיז עסן ק"י יואל פלייש? אויב נישט בין איז שולט אויף מיר די אלע חרמות דלעיל?
טאמער וויל איך נישט עסען ק"י פלייש מאיזה סיבה שיהי'?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 18:40 לינק ישיר 



מלך די ביזט נישט געצווינגען צו עסן, אבער מאכן א גאנצע איבערקערניש בשעת א איד מאכט א שמחה, אין שיקן 20 30 אינגעליך זאלן פרעגען דעם בעל שמחה, וועלעכע פלייש איז דאס? מאכן דעם בעל שמחה פילן ווי א שמאטע בשעת שמחתו, פארוואס? ווייל ער האט א אנדער כשרות ווי דיר?
אז די ווילסט קום נישט צו זיין שמחה, קומסט זיץ שיין און א ווינקיל און עס נישט, אבער מאכן א גאנצע מעשה פון א שטיקל פלייש,

און לאמיר דיר זאגן אז ביי אונז איז דא אסאך אידן וואס עסן נישט נאר קרית יואל פלייש, אבער די וועסט קיינמאל נישט זהען נישט די לעצטע יאר, און נישט פאר 3-4 יאר צוריק, אז איינער זאל צוגיין צום בעל שמחה און מאכן א מעשה פון דעם, ער זיצט אויף זיין פלאץ און עסט נישט מיט א תירוץ "איך האב שוין געגעסן" וכדומה, דאס הייסט א ערליכער איד וואס מיינט אמת דעם באשעפער

און נאך איין זאך, עפ"י הלכה איז עד אחד נאמן באיסורים אז א איד זאגט דיר (נישט א נוגע למשל א בעה"ב) אז די זאך איז כשר איז דאס כשר, און שרייען פארקערט איז א רשעות און גאוה, זיך מאכן ווי איך בין א ערליכער איד מיר איז נישט גוט דעם חז"ל, אבער יעדער דא מיז וויסן אז איך בין א ערליכער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 19:04 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, ווען איך קום צו א שמחה פרעג איך תיקף פון וועמען דאס פלייש איז, טאמער איז עס פון ק"י עס איך עס נישט, פארטיג, איך ווייס פון וואס פארא סקאנדאלן דו רעדסט, מאך איך דעם מחותן א פילן ווי א שמאטע דורעך נישט עסען עפעס וואס איך האלט נישט ביים עסען? איך מיין אז נישט קומען צו א שמחה מאכך א מחותן פילען אסאך אסאך ערגער ווי א שמאטע

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 26/07/2010 19:08:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 19:27 לינק ישיר 

יושנה כתב:
און וואס איז מיט די הונדערטע שמחות פון אייגענע משפחה מיטגלידער און פריינד וואס די רשעים עסען נישט דאס פלייש פארציע ביי די סעודה און שיקען דאס אין מיסט קאסטן וואס מאכט שאדען און שברון לב מיט שנאת חנם אויף דעם בעל שמחה וואס אסאך פלאגען זיך בממון ודמים צו מאכען א שמחה של מצוה און דא קומען די ערב רב צבועים מגלגולי קרח ועדתו מיטן טלית שכלו תכלת און מאכען שאדען און א געשפאט פון יענעמס שמחה. און פלענטי מאהל קען מען זיי זעהן קויפן אדער פרעסען אין פארשידענע געשעפטן און רעסטוראנטען וואס האט בכלל נישט זייערע הכשרים אדער שחיטה.
מ'דארף זיך פורש זיין פון די פארביסענע אנשים הרשעים האלה און זיי מער נישט לאדענען צו קיין שמחות און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי ביז זיי וועלן תשובה טוהן און מתקן זיין דעם עיכוב הגאולה וואס זיי זענען גורם במעשיהם המוכערים.


איך האב לעצטנס געהאט א שמחה אין א זאלי קומט אינמיטן ארייין אפעטיטלעך זעצט זיך צום טעללער אבער מאכט זיכער צו פרעגן קודם הויעך פונעם גוישע סארווירער ''is this KJ Meat? ווען ער ענטפרט אים אז ניין, ליידיגט ער אפ די גאנצע טעללער
פרעגט אים דארט איינער דאס אז דאס איז נישט קרית יואל'ס פלייש דאס גלייבסטו דעם גוי.... - די גיבסט די גוי א נאמנות אבער  פאר די רבני המכשירים פין בית השחיטה וועלכע זענען אויסגערופנע ת''ח יראי השם זיי גיבסטו נישט קיין נאמנות
אין  די פלייש וואס די עסט למעשה ווייסטו אפי' נישט וועמענס הכשר עס האט איז די האסט שוין אויפגעגסן - אבי נישט קרית יואל...
די ביין איז אים געבליבן שטעקן אין האלז פאר בושה

--------------

אבער דאס איז נאר מענין לענין
דאס איז נישט די טעמע אין פאר דעם וואלט מען נאך געקענט אביסל אראפשלינגען

אבער דאס גיין טעראזירן יעדן קאמפעני, רעסטעראונט, קעיטערער, וכו' אלעס ווייל במישרין אדער בעיקיפן שטיצען זיין די בית השחיטה - טראץ וואס יענער מיינט גארנישט דערמיט צו שטיצן איין צד מער ווי די צווייטע
דאס איז רשעות אין רציחה וואס מיז נעמען א עק
מיר מוזן זיך אננעמן פאר זיין  בלוט אין שטיצן דוקא די וואס ליידען פין זייער רשעות
אין נאכמאל ''דער שפע אפעטייזונג'' האט גארנישט מיט די ארונים ער ניצט פלייש פין פאפא וועלכע נעמען נאר פין די שחיטה מהודרת ע''פ הוראת פין זייערע דיינים


אין פאר הולך
דארפסט נישט ברענגן די ליסט
די פאקט רעדט פאר זיך ''אז כמעט אלע רעסטעראנטען פין ניו יארק אין לעיקוואד מיט א היימישע הכשר  (התאחדות, מישקאלץ, וכו')  - אין האבען נישט די הכשר פין טארטיקאוו (וועלכע האט א אייגענע שחיטה וואס זייערע געשעפטן ניצן) ניצן די פלייש פין די שחיטה המהודרת
אין ''קיינער'' ניצט נישט קיין פלייש פין די ממליחה ואליך סקאנדאלישער בוטשער
ויאכלו ענוים וישבעו





תוקן על ידי היראים ב- 26/07/2010 19:34:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2010 20:19 לינק ישיר 


טאמער פארשטייסטו נישט וואס איך מיין וועל איך דיר דאס מסביר זיין ברחל בתך

יעדער ווייסט אז עטרת אברהם, ויואל משה, בית רחל, ברכה סימא, עטרת חי', תורה ויראה, אור החיים ביידע, נעמען נישט קרית יואל פלייש

און בית רחל קרית יואל, אולם עקשטיין, קרן ויואל משה, עטרת חי' שרה, תפארת מרדכי, עטרת ראזנבערג, תפארת רבקה נעמען נאר קרית יואל.

אויב א משפחה מיטגליד קומט צו א שמחה און איינע פון די זאלן און פרעגט דעם בעל שמחה א קשיא וועגען די פלייש, איז א רשע וגס רוח, א שופך דם פאר א איד ביום שמחתו.

איך האב א גרויסע משפחה כן ירבו, איך האב חתונות און ביידע, איך האב קיינמאל נישט גזהען א חסיד פון רבי'ן וואס עסט נאר קרית יואל זאל צוגיין ברבים פרעגען הויך "וועלעכע פלייש איז דאס?" ווייל ער מיינט דעם באשעפער, ער עסט נישט און שוואכע רעסטעראנטון, ביי פריוואטע מסיבות ווי קיינער וועט נישט הערן אז ער איז א מחמיר און האט א דעה עסט ער אויך נישט קיין פלייש

אבער ביי די נועם המידות אידן זיי וועלן שיקן אלע זייערע קינדער בחורים פרעגען דעם מחותן הויך אלע זאלן הערן "וועלעכע פלייש איז דאס?" זיי ווילן נאר אז מע זאל מיינען זיי זענען ערליך ביי זיך אין שטוב ברענגט ער אריין OU טרינקט קוק גייט צו די שוואכסטע רעסטעראנטון, אבער דא לייגט ער ארויס זיינע חזיר פיסלעך ראה כשר אני, איך עס נישט די טריפענע שחיטה פון קרית יואל

אויב האסטו פארשטאנען מלך איז גוט, און אז נישט לעבסטו מיט א גרויסע שנאה און די ווילסט נישט הערן אדער זהען עפעס אנדערש, האב איך נישטאמאל וואס צו רעדן צו דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 20:28 לינק ישיר 

די אנגעהצטע שנאה וועלכע טרייבט די זאלי'ס צו אזעלכע רשעות'דיגע אקטען הייבט זיך נישט אן דא
יעדן טאג נעמט מען זיך צו א צווייטען קרבן
פאר א בלויזע דוגמא וועל איך אנמערקן איינס פין די לעצטערע בויקאטען נישט קיין אנדערע ווי קעגן די לעבנס קריטישע ארגענעזאציע די בארימטע חברה הצלה דקרית יואל - א אקט פין רציחה לכל הדעות
 זייי האבען אויסגערופן א גענצליכע בויקאט, פארן בלויזען חטא אז דער מנהל פין חברה הצלה האיש החסד ר' משה אהרן שטיינבערג דאווענט נישט אין סאסמאן'ס
אין אז די דער גרויסער עסקן ר' משה לייב וויטריאל איז דארט א מעמבער אין ער האט נישט געלאזט א אימצוווילזירטע ארעסטענט שפילן קראנק כדי צו אנדרייען כייעס אין רייאטען אין ק''י
(אפי' אין פאליציי סטאנציע האט מען אים אויך נישט געלאזט רופן א אמבעלאנס ביז מאכען א געהעריגען ריפארט אין אים ארויסגעלאזט)
טראץ וואס זיי זענען די גרעסטע אויסניצער אין ביי יעדע נערישע פאל טראכטען זיי נישט קיין 2 פארן רופן הצלה
(די זעלבע איז מיט גמ''ח הצלה, חברים וכו' די גרעסטע אויסניצער אין די גרעסטע קריטיקירער)
די זעלבע איז מיר ר' משה לייב איין טאטע אין הימל ווייסט וויפיל ר' משה לייב האט זיי שוין געהאלפן סיי וואס די גאס ווייסט אין סיי וואס מ'ווייסט נישט ביי די אלע טשיילד אביוז קעיס'ס דאס איז אסאך מער ווי די געזעץ פארלאנגט פין אים
דאך די שנאה טרייבט זיי צו אויסרופן א בויקאט קעגן אזא מוסד ווי חברה הצלה
מיר מיזן סופארטען די אלע וועלכע פאלען א קרבן צו די רשעות אין השחתה פין משה פרידמאן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים



------------------------------------------------------------------


וועגן מיין פאריגע תגובה האב איך דאס באקומען אין אישי

עס זענען דא אסאך בעלי מכשירים וועלכע לאזען נישט ניצן קיין שום פלייש נאר פין קרית יואל
ביי אינז אין מאנסי ווייס איך פין 2
דא אין מאנסי זענען א גרויס חלק זאלען אין קעיטערער'ס (אויב נישט רוב) אינטער די השגחה מעולה פין הרה''ג ר' מנחם פישער שליט''א דומ''ץ וויען מאנסי
אין ער לאזט בשו''א נישט ניצן קיין שום פלייש נאר פין קרית יואל
די זעלבע איז מיט הרה''ג ר' שמעון כ''ץ דומ''ץ קהל ויואל משה מאנסי וועלכע לאזט נישט אריין אין די 2 קאנטינענעטל פלייש געשעפטן נאר קרית יואל שחיטה
(ער נעמט אריין פין די זאליס בוטשער אין ב''פ פאר די פאר היצקעפ אבער לאזט עס נישט לייגען אויפן שעלפ, מ'מוז עס האלטען אין פריזער)


מפי השמועה הער איך אז די זעלבע אין מיט הרה''ג ר' בנימין גרובער אבער כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2010 21:35 לינק ישיר 

עס האט מיר לעצטענס דערציילט א אינגערמאן, וואס א קרוב זיינער איז א איידעם ביי א גרויסע זאלי היץ קאפ, י. ג. פון ק"י, וואס קיינער האט נישט קיין חשש אז ער איז סתם אזוי א זהיר בכשרות, אבער זייענדיג אמאל ביים איידעם אינדערהיים אויף שב"ק רופט ער זיך אן הויך, דו האסט די טרייפענע קרית יואל פלייש, איך קען נישט עסן ביי דיר קיין פלייש, נו דער איידעם האט זיך פארביסן די ליפן און געשלונגען.

א וואך שפעטער איז געווען א משפחה חתונה אין א זאל פון וומסב"ג וואס באלאנגט נישט צו סאטמאר, און ס'איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך, מיט א טשויס ביי די פלייש, דער אינגערמאן האט כדרכו פון יעדן ערליכן איד שטילערהייט געפרעגט דעם קעיטערער פון ווי ער נעמט דעם פלייש, און ער האט אים געזאגט אז ס'איז קרית יואל, די אנדערע בני המשפחה איז נישט בייגעפאלן צו פרעגן, ס'איז דאך נישט א אהרונישע זאל.

ער האט יעדן געלאזט אויפעסן ובתוכם זיין שווער, און דערנאך האט ער זיי מודיע געווען וואסערע טריפות זיי זענען נעבעך נכשל געווארן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext