|
|
| נשלח ב-26/7/2010 21:36 |
|
| |
| באבע_מעשה כתב: |  | איך האב א גרויסע משפחה כן ירבו, איך האב חתונות און ביידע, איך האב קיינמאל נישט גזהען א חסיד פון רבי'ן וואס עסט נאר קרית יואל זאל צוגיין ברבים פרעגען הויך "וועלעכע פלייש איז דאס?"
|
|
לא ראיתי אינו ראיה, איך האב יא געזעהן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 21:59 |
|
| |
די טעמע איז נישט דא וועגן קומען ביי יענעם'ס שמחה אין נישט עסן די פלייש אז איינער וויל עס דיסקאסען קען ער עפענען א צווייטע אשכול
ביטע זיך האלטען צו די טעמע מיר מוזן סופארטען די אלע וועלכע ווערן באקירוועד פין די בלוט דארשטיגע שנאה אזא קרבן ווי ''שפע''' טאר נישט ליידען וועגן די גרויסע חטא פין שטיצן אומדירעקט די שחיטה המהודרת בלויז ווייל די סוקסעספולע מהודר'דיגע בית השחיטה שטעכט זיי אויס די אויגן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 00:48 |
|
| |
ער גייט נישט גארנישט ליידן אי"ה, נאר אייטעמס וואס האבן טשיקן וועלן אפאר זאליס נישט קויפן, מה כל הרעש?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 02:05 |
|
| |
ער גייט אי''ה שיין פארדינען אויב וועלן מיר אלע זיך פאראייניגען צו שטיצען דווקא די וואס ליידען פין ענקער רשעות אין טעראר וועט יעדער וועלן זיין פין ענק באקירעוועד
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 15:57 |
|
| |
איינער ווייסט פון ער נעמט די בהמה פלייש פאר די ביעף טשאלנט און גאלערעטע?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 16:41 |
|
| |
פארוואס זאלסטו זיי נישט קאלן אליין
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 16:56 |
|
| |
איך פארשטיי נישט דא די גאנצע טענה'ריי, איינער האט נאר מעורר געווען אז שפע אפילו אז עס איז אונטער די השגחה פון התאחדות, האט ער אער נישט התאחדות טשיקען נאר קרית יואלער פלייש, עכ"פ די הכשר פון התאחדות איז נישט אויף די עצם פלייש, נאר אויף די עצם פראדוקט,
און ווייטער אזוי ווי עס איז דא מענטשן וואס עסן נישט קיין קרית יואלע פלייש, נישט ווייל איינער שרייט אז עס איז ח"ו טריף, נאר ווייל יעדער איינער עסט נאר א השגחה פון איינעם אויף וועם ער פארלאזט זיך, און ער האלט אז ער איז א ערליכע מענטש, משא"כ אזא איינער וואס ער האלט נישט פון עם, וויל ער פון זיין השגחה נישט עסן, און דאס איז א סבה וואס עס איז דא א גרויסע ציבור יודן וואס וועלן נישט עסן קיין קרית יואלע שחיטה, ווייל משום איזה סבה שהוא (כמה סבות) פארלאזן זיי זיך נישט אויף די וואס גיבן די הכשר דארט
און יעצט צוריק צו שפע, וויבאלד התאחדות גיט א הכשר איז דא כמה וואס מיינען אז עס איז אויך התאחדות פלייש, און אויך איך האב אזוי געמיינט, איז יעצט געקומען איינער און אויפגעדעקט אז ניין עס איז קרית יואלע פלייש, און די אלעי יודן וואס עסן נישט קיין קרית יואלע פלייש זאלן זען נישט צו עסן זייערע פליישיגע פראדוקטן,
סוי מאי כולי רעש, ער פרובירט נישט קיינעם אונטערצוברענגן ער האט נאר געשריבן א זאך אז מענטשן זאלן וויסן,
נאר וויבאלד עטס האטס א קאמפלעקס פון די פלייש, מילא שפרינגטס עטס אייביג ווען עטס הערטס עפעס איבער ענקער פלייש, און דאס איז די סבה פארוואס עטס מיינטס אז מען מאכט משוגע מענטשן וועגען ענקער פלייש, ביי אונז און משפחה איז געווען פונקט פארקערט, זי זרליס גייען צו די ארונישע שמחות און מען פארפירט נישט וועגעןן די פלייש, מען עסט עס נישט און שוין, משא"כ די ארונים איז דא געוויסע וואס וועלן נישט קומען צו די שמחות פון די זאליס ווייל מען טאר נישט עסן ענקער פלייש, איי עס נישט, און מאך א טשאלענט אינדערהיים און די וועסט עס דארט אויפעסן, זיי טוען דאס אבער נישט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 18:29 |
|
| |
פין אישי
איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין כל העולם סא זאג פאר דעם סיבאריט אז ווען מען עפנט ווען אן אשכול אזוי תמימותדיג: "לידיעת הציבור שפע נעמט ק"י פלייש" איז ער אפשר גערעכט אבער אזוי ווי די נאמען פונעם אשכול איז גארנישט אזוי "אומשולדיג" נאר "להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה" און בכלל וויאזוי עס איז געשריבן געווארן כאילו מען רעדט דא פון א פרישע פינקל מעשה שרייט ארויס פון יעדעס ווארט אז "איך מיין פאליטיק" ווייל מען מוז דאך אונטערברענגען די "סטרא אחרא"... און בכלל "חזקה על זאליס שכל מערכה שאינו מועיל לפאליטיק אינו מערכה" סא פון די פלייסיגקייט פון די מערכה זעהט מען וויפיל "ערליכקייט" און "תמימות" עס ליגט דא...
ע''כ פין אישי
דער סייבאריט שטעלט אן אזא פנים פין א תם, ער ווייסט גארנישט וואס מען וויל פין אים
ער בויקאטירט - דאס מאל די ביזנעס פין א ציווילען יונגערמאן על לא עוול בכפו
כאילו אים שטערט די ק''י פלייש אין ער האט א פראבלעם אין כשרות - ווען ער זאל זיך אפי' איינערעדן אז ער האט א פראבלעם אין כשרות וואלטן זיי שוין איינמאל פארפירט אויף די שוואכע כשרות סטאנדארט אין זייער ממליחה ואילך בוטשער
א גאנצע אשכול ווי מ'גיסט העצע אין שנאה אין יענער שרייבט קלאר אז ער קויפט עס מער נישט, אין דער חכם קומט אזוי אימשילדיג פרעגן ''פארוואס איז דאס רשעות''?
זאלי דו!
עפן דיך דיינע אויגען, דער יונגערמאן פין שפע האט ענק גארנישט געטשעפט
אויב ווערט אימוועלענדיג געשטיצט די קרית יואל'ע מוסדות דורכדעם וואס ער ניצט די מהודר'ידיגע פלייש וואס זיין דיין הייסט אים ניצן, קומט נישט מ'זאל יורד זיין לנכסיו
אין אגב, די פאליטיק געשטימטע ''התאחדות'' לאזט רואיג ניצן די פלייש פין די שחיטה המהודרת - די איינציע שחיטה וואס זיי לאזען חוץ פין זייערע הכשרים (אפשר וואלט בעסער געווען פאר די פאליטיק אז זיי זאלען נישט לאזען אבער למעשה ניצן כמעט אלע התאחדות רעסטעראונטען די שחיטה מהודרת)
זיי האבען קיינמאל נישט געזאגט אז זייער הכשר מיינט דוקא זייער שחיטה
עטס ווילסט פשוט לייגען דרוק אויף יעדן סטאר ווייל די בית השחיטה שטעכט ענק די אויגען
סיי ציליב די חומרות והידורים וואס יעדע ערליכע איד ווערט נתפעל פין אזא שיינע שחיטה
סיי ציליב די גרויסע אינקאם וואס דאס וועט בעז'''ה זיין פאר די מוסדות הק' אין ק''י מיט אירע קרוב צו 7000 תשב''ר בליעה''ר
אין דאס קרענקט ענק
באלד וועסטו נאך זאגען אז די בויקאט קעגן שטיצן חברה הצלה אין קרית יואל איז אויך געווען ווייל עס זענען דא וואס זענען מקפיד נישט צו נוצן די הצלה פין ר' משה אהרן שטיינבערג אין מ'האט אנדעקט אז ער דינט אלס מנהל.....
נאכמאל מיר מוזען זיך אננעמטן פאר די געליטענע פין זייערע בלוט דארשטיגע שנאה
אין זעהן צו שטיצען די אלע וועלכע ליידען דערפון
אין אויב עס וועט זיך נישט אפשטעלן וועט מען גיין ווייטער בעז''ה
דרך אגב, איינער זאגט מיר אז ביידע זייטן אין סאטמאר האבען יעצט א קאמפיין צו טעלעפאן קאללס
די ארונים זענען פארנומען צו רופן די RFR REALTY בעטן זיי זאלען אויפהערן די חפירות אין יפו
אין די זאלי'ס זענען פארנומען צו רופן שפע אפעטייזונג צו לייגען פרעשור קעגן די שחיטה מהודרת
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 18:30 |
|
| |
Don't understand how the Zalis could still eat meat with hisachdus hecsher, maybe they used chickens or katchkas from the same farm as kj and now has all the problems they kept on blaming on the farm like tzumos hagidin etc.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 18:37 |
|
| |
נעבעך נעבעך, דער ליידט אויף א קאמפלעקס ה"י
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 18:50 |
|
| |
אין אנדער אשכול שרייבט דער פיקח,

זיי מיר מסביר וואס פארא רשעות די זאליס האבן געטון, זיי האבן נישט מער ווי 200 יודן, נא! אז צוויי הינדערט יודן וועלן נישט קויפן שפע'ס טשיקן אייטעמ'ס וואס וועט פאסירן? הא?
דאס רופסטו נאציס, מיט וויסעך וואספארא קללות, דער מקלל איז נאך פארנומען אז יענע שעלטן טויטע קללות, ווי זאגט יענער? איך שריי נישט!!!!!!!!! הערסט? איך שריי נישט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 19:42 |
|
| |
היראים ביטע ביטע איך זיך שוין ארום 3 טאג און אלע גראסעריס די שפע פראדוקטען זיי מיר מודיע ביטע ווי מען קען דאס באקומען
בבחינת להוציא מלבן של צדוקים (ווי די גמ' זאגט אנהייב פרק הישן)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 00:38 |
|
| |
היראים ענד קא. ס'ווענד זיך אלעס וויאזוי מען ליינט די ארטיקל. די ליינסט עס מיט א קאמפלעקס מילא זעסטו רשעות. משא"כ איך ליין עס און איך האב הנאה צו וויסן אז זיי נעמן פון קר"י ווייל אלץ אזא איינער וואס עסט נישט קרית יואל וועל איך וויסן נישט דאס צו קויפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 01:13 |
|
| |
סיבאריט כתב
איך פארשטיי נישט דא די גאנצע טענה'ריי, איינער האט נאר מעורר געווען אז שפע אפילו אז עס איז אונטער די השגחה פון התאחדות, האט ער אער נישט התאחדות טשיקען נאר קרית יואלער פלייש, עכ"פ די הכשר פון התאחדות איז נישט אויף די עצם פלייש, נאר אויף די עצם פראדוקט
וואט עי טופשות וואס הייסט התאחדות געט נישט קיין הכשר אויף די עצם פלייש אין די פראדוקטן וואס זיי געבן א הכשר ? זיי דארפן נישט וויסען אלע אינגרידיענטס ? אין אינזער פאל וואסערע פלייש ער ניטצט ?
סהייסט די פלייש מעג זיין טריפה אבער די גאלערעטע איז בתכלית הכשרות ?
אלא מאי זיי ווייסען טאקע יא אין זיי פארלאזן זיך אויף די הכשר פינעם בית השחיטה, אין זיי לאזן ניצען זייער פלייש
אזאנע שקצים די סאחדות זיי לאזן ניצען סטרא אחרא פלייש
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 02:07 |
|
| |
| sybarit כתב: |  | | היראים ענד קא. ס'ווענד זיך אלעס וויאזוי מען ליינט די ארטיקל. די ליינסט עס מיט א קאמפלעקס מילא זעסטו רשעות. משא"כ איך ליין עס און איך האב הנאה צו וויסן אז זיי נעמן פון קר"י ווייל אלץ אזא איינער וואס עסט נישט קרית יואל וועל איך וויסן נישט דאס צו קויפן. |
|
כ'בין אביסל משוגע אז איך ענטפר דיך, אבער כ'וועל עס טוהן
רוף אן די בעה''ב פין שפע (מ'האט דאך ארומגעשיקט די נומבער צו אלע ענקערע בחור'ליך) אין פרעג אים וויאזוי 'ער' פארשטייט די אשכול
וועסט זעהן די שנאה מאכט דיך מיינען/זאגען אז 'יענער' האט א קאמפלעקס
אין נאכמאל, עס ליגט א חוב אויף יעדן צו סופארטען די וואס ליידען בלויז ציליב זייער שנאה אין דארשט פאר רשעות
-----------------------------
דאס האב איך באקומען אין אישי פונעם זעלבן ווי די פריעדיגע תגובה
צו מלך מלכים: די ווילסטוויסן פארוואס מען מאכט אזא רעש ווען א קליינע פראקציע טוט עפעס? דאן לאמיר דיר לערנען היסטאריע. אין אלע צייטן ביז יעצט האט מען געוואוסט אז ווען איינער מאכט א מערכה קעגן עפעס א שחיטה וכו' אפילו ער האט געשאסן יעדע צוויי מינוט עפעס א אנדערע סקאנדאל האט מען געוואוס ט אז "עפעס" אמת ליגט דערין ווייל קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגן ממש ליגנט ווייל עס איז דאך דא דער כלל שקר אין לא רגלים האט מען גענומען א קליין אמת און עס אויפגעבלאזן און צוגעליגט אזוי אז עס זאל אויסקוקן ווי דאס ערגסטע רח"ל ווייל מען האט געוואוסט אז מען וועט אים איינמאל כאפן וועט ער זיך נישט קענען אויפהייבן דאס פנים פאר בושה איז אין תשנ"ט אויפגעקומען א נייע המצאה מען קען שיסן ליגנט אין די וועלט אריין! איי מען וועט אים אפפרעגן?וועט מען פראדוצירן א צוויטע און א דריטע אזוי אז יעדער נארמאלע מענטש וועט אנהייבן צו גלייבן אז "עפעס" גייט פאר און וועט אויפהערן נוצן ק"י פלייש. אזוי ווי ביי רובאשקין האט דער פראסיקיוטער אנגעהויבן שיסן איין קלאגע אויפן צווייטן אז מען זאל גלייבן אז "עפעס"איז כאטש אמת און ער איז א געפערליכער פארברעכער און "דאס" איז די ציל פין די זאליס ווייל די וועלט וועט טראכטן אז איעדע צוויי מינוט קומט ארויף אן אנדערע סקאנדאל מכלומרשט פון ווייס איך וועם. !?!?!? פארדעם דארף מען וויזן פאר די וועלט וואס פארא מטורפים די חברה זענען!
תוקן על ידי היראים ב- 28/07/2010 02:09:00
|
|
|
|
|