|
|
| נשלח ב-28/7/2010 05:41 |
|
| |
נישט צום גלייבן די ארונים זענען כסדר פארנומען וואספארא שוואכע הכשר התאחדות איז, און דא בלויז צו צופיקסן די זאליס (אדער אין היראים'ס ווערטער "סופארטען די וואס ליידן פון רשעות") זענען זיי גרייט דאס צו נוצען אפי' זיי האלטן אז ס'טויג נישט איז דאס די נייע עפאכע פון כשרות?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 21:13 |
|
| |
| היראים כתב: |  | דאס האב איך באקומען אין אישי פונעם זעלבן ווי די פריעדיגע תגובה
צו מלך מלכים: די ווילסטוויסן פארוואס מען מאכט אזא רעש ווען א קליינע פראקציע טוט עפעס? דאן לאמיר דיר לערנען היסטאריע. אין אלע צייטן ביז יעצט האט מען געוואוסט אז ווען איינער מאכט א מערכה קעגן עפעס א שחיטה וכו' אפילו ער האט געשאסן יעדע צוויי מינוט עפעס א אנדערע סקאנדאל האט מען געוואוס ט אז "עפעס" אמת ליגט דערין ווייל קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגן ממש ליגנט ווייל עס איז דאך דא דער כלל שקר אין לא רגלים האט מען גענומען א קליין אמת און עס אויפגעבלאזן און צוגעליגט אזוי אז עס זאל אויסקוקן ווי דאס ערגסטע רח"ל ווייל מען האט געוואוסט אז מען וועט אים איינמאל כאפן וועט ער זיך נישט קענען אויפהייבן דאס פנים פאר בושה איז אין תשנ"ט אויפגעקומען א נייע המצאה מען קען שיסן ליגנט אין די וועלט אריין! איי מען וועט אים אפפרעגן?וועט מען פראדוצירן א צוויטע און א דריטע אזוי אז יעדער נארמאלע מענטש וועט אנהייבן צו גלייבן אז "עפעס" גייט פאר און וועט אויפהערן נוצן ק"י פלייש. אזוי ווי ביי רובאשקין האט דער פראסיקיוטער אנגעהויבן שיסן איין קלאגע אויפן צווייטן אז מען זאל גלייבן אז "עפעס"איז כאטש אמת און ער איז א געפערליכער פארברעכער און "דאס" איז די ציל פין די זאליס ווייל די וועלט וועט טראכטן אז איעדע צוויי מינוט קומט ארויף אן אנדערע סקאנדאל מכלומרשט פון ווייס איך וועם. !?!?!? פארדעם דארף מען וויזן פאר די וועלט וואס פארא מטורפים די חברה זענען!
תוקן על ידי היראים ב- 28/07/2010 02:09:00 |
|
טייערער היראים ווי פילט איר, שוין צו זיך געקומען פון די די דריטע וועלט מלחמה וואט האט נארוואס אויסגעבראכן? ווי די ארונים זענען בייזויליג אויסגעשאכטן געווארן ואין פוצה פה ומצפצף, טייכן בלוט זענען פארגאסן געווארן דורעך די נאציס (זאליס) 13 14 מיליאן ארונים זענען געשיקט געווארן צו די גאז קאמערן רח"ל.
לולי!! ווען נישט וואס דער אלעמען באקאנטער היראים שטעלט ווען נישט א פוס, אין שרייט גענוג!!! גענוג בלוט פארגאסן על לא עוול בכפם, גענוג געשיקט על קוד"ש, העי וואס לאכסטו? וואס איז דער ליצנות דא? גיי קוק אויפן קעפל פון דעם אשכול דא אויבן,
אוי באשעפער אין הימל, שלח רפואה שלימה לחולי עמך.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 28/07/2010 21:15:08
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 21:41 |
|
| |
די זאגסט אז די זעהסט נאר א פראבלעם אין די נאמען פין די אשכול
די עצם געדענק פין בויקאטען א איד'ס פרנסה ווייל אומדירעקט ווערט געשטיצט די מוסדות אין ק''י איז נישט קיין פראבלעם לשיטתך
כ'הער!
אויב גלייכסטו נישט מיינע אויסדרוקען, דיין ליין נישט מער ענקער פארום אין אוודאי נישט ענקער צייטונג
ווייל דארט איז ווערט יעדער א נאצי, שגץ, כו' לדוגמא
ר' משה לייב וויטריאל איז דארט א געסטאפע פאליציי, - ווייל ער היט די געזעץ
ר' דוד עקשטיין א גוי אדער א מסור אדער גאר א מומר - ווייל ער האט געווינען א קארט ווי מ'האט אים תובע געווען
ר' יואל מארגענשטערן א קדוש ווייל ער איז געווען די ערשטע פורץ גדר
ר' מנשה פילאפ א לוחם מלחמת ד' ווייל ער שרייבט אין ענקער צייטונג וואס ענק לעכצן צו ליינען
ר' אהרן וועלץ א גנב ווייל ער פירט די מוסדות די זעלבע מהלך זינט ער איז מנהל איז זיך נישט געבארכען פאר ענקער טעראר
יוסל מסור - א עסקן (דא לאכט מען)
וכו'
אפגערעדט מיט די קעפלעך אין ארטיקעלן
אבער ווען מ'בויקאט א איד'ס פרנסה איז מען א.....
עס קומט נישט פין שלעטקייט עס קומט גאר פין נעימות המידות
תוקן על ידי היראים ב- 28/07/2010 21:46:44
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 21:56 |
|
| |
אז דו האטס א קאמפלעקס פון ענקער מפוקפקדיגע פלייש, קען איך דיר נישט העלפן, ווער געדענקט נאך אז די זאליס פארקויפן אומגעזאלצענע פלייש?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 22:19 |
|
| |
| מלך_מלכים כתב: |  | | אז דו האטס א קאמפלעקס פון ענקער מפוקפקדיגע פלייש, קען איך דיר נישט העלפן, ווער געדענקט נאך אז די זאליס פארקויפן אומגעזאלצענע פלייש? |
|
ווער האט א קאמפלעקס מיט די בית השחיטה????
ליין איבער וואס כ'האב אויבן געשריבן
די בית השחיטה דארף נישט אוזנער סופארט ב''ה
זיי זענען ווייטער ביים אלטען פראבלעם אז זיי קענען נישט נאכקומען יעצט זומער האט נאמאל אנגעהויבן שעכטן 5/6 טאג א וואך מיט ציגעלגייגטע שוחטים
די פארלאנג פין יודן ציבור המדקדים בכשרות וואקסט ב''ה טעגליך, כלל ישראל שמעקט גיט
דארט האט מען נישט קיין פראבלעם מיט פרעמדע אויבן, יעדן לאזט מען דארט אריין, עס האבען שוין דארט באזוכט פין די ליבאוויטשע חסידים ביז די זאלי אין בני יואלע רבנים.
נאר די רשעות קעגן אימשילדיג ציווילע אידן מיז נעמען א עק.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 22:37 |
|
| |
סהאט זיך מיר אויס געמעקט איך האף עס צוריק צילייגן ווי שנעלער
תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 28/07/2010 23:02:42
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 22:49 |
|
| |
בני יואל!! וואס האסטו געטון? האסט אים ארויסגענומען פון דרימלענד, הער אויף!! די בלוט הינגערט, וואס טו מער? דריי נישט קיין קאפ מיט פאלטשע סיינ'ס וואס נאר בני יואלע קרעציגע קענען אויפקומען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 23:09 |
|
| |
| היראים כתב: |  | דארט האט מען נישט קיין פראבלעם מיט פרעמדע אויבן, יעדן לאזט מען דארט אריין, עס האבען שוין דארט באזוכט פין די ליבאוויטשע חסידים ביז די זאלי אין בני יואלע רבנים.
|
|
אמת מהאט גארנישט מורא פין קיין פרעמדע אויגן !!! געב נאר א קיק אויף די בילד אויב מהאט נישט מורא פין ...........
"מיט אפוינטמענט" לאזט יעדע פאבריק אריין....
(אויב בוסטו א קרית יואל'ער גיי שנעל קיקן ווייל מגייט דאס אראפ נעמען לוכאורה נאך היינט וד"ל)
תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 28/07/2010 23:18:14
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 23:39 |
|
| |
אוי ביזטו א חכם
יעדער פארשטייט וואס די סיין מיינט
עס נאכנישט געווען א ''רב אדער תלמיד חכם'' וואס האט געוואלט קומען אין מ'האט אים נישט געלאזט סיי ווען
אז זיי וועלן אריינלאזען א גאנצע טאג ''סתם וויזיטארס'' וועט דארט אויסקוקען ווי א זו... עס איז געווען א שטיק צייט וואס בחורים אין יונגעלייט פלעגן דארט אריינוואקען סיי ווען זיי האבען געוואלט, מ'האט געשטערט די שוחטים אין די אנדערע ארבייטער, האט מען דאס אפגעשטעלט אין איך האב פאר דיר נייעס, כאפ דיך אהין עני ראויגע טאג, אין בעט דעם מענעזשער אז די ווילסט זיך נאר אביסל אומקוקען אויב האט ער נישט יעצט קיין געסט וועט ער דיך לכאורה גערן לאזען (כ'רעדט נישט פין דיר דווקא איך רעדט פין א נארמאלע מענטש)
דארט האט מען ב''ה נישט מורא פין קיין פרעמדע אויגען אין דארט האט שוין באזוכט הונדרעטער רבנים אין מכשירים פין אלע קרייזן אין דאס איז די סיבה פארוואס יעדע ערליכע יוד איז מקפיד צו עסן דווקא פין די שחיטה המהודרת אין די איז די סיבה פארוואס דאס קאסט ענק בלוט דרוק, נעבעך
די האסט שוין געהערט א יוד (נישט קיין זאלי'ס) זאל מקפיד זיין צו עסן דווקא פין די ממליחה ואילך בושטער? פארקערט האב איך שוין יא געהערט לדוגמא ענקער דיין רש''ל וויינבערגער עסט נישט פין ענקער בושטער.
סיי וויאזוי, סתם שעלטן אין בויקאטען וועט ענק קיין סאך נישט העלפן עטס האטס א ברירה, זייטס מתקן די השגחה ביי ענק, אין אנשטוט זיין פארנומען מיט נעגעטיוו אין שמוץ, מיט שקרים אין בויקאטען, טוט אביסל פאזעטיוו עטס וועטס זעהן א אנדערע וועלט
אבער דערווייל מוזען מיר סופארטען די אלע וואס ליידען פין ענקער רשעות!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 23:48 |
|
| |
פין אישי
רוף אן וויילאנד אז די ווילסט אן אפונטמענט זאג מיר ווען די באקומסט
ווארט ענדערש אויף משיח
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2010 19:59 |
|
| |
אפדעיט
היינט האבען די נועם הרשעות ארויסגעגבן א פרישע בויקאט קעגן די חברה הצלה אין קרית יואל אין ליכט פין די בעפארשטייענדע הצלה פארטי די גרויסע ''עבירה'' מיט וואס מ'האט זיי דאס מאל געכאפט איז וויבלאד די הצלה גייט באגריסן די ווייבער פין די געטרייע הצלה וואלענטורן, אין צווישען אנדערע געפינט זיך די ווייב פין העסקן הדגול ר' משה לייב וויטריאל - הצלה מעמבער, ע''כ קירכע/שיקסע/עמלך בקיצור מ'דארף עס בויקאטען
כ'האב שוין געשריבן, נאכען בויקאט פאר די הצלה דינער די אנגעהצטע שנאה וועלכע טרייבט די זאלי'ס צו אזעלכע רשעות'דיגע אקטען הייבט זיך נישט אן דא יעדן טאג נעמט מען זיך צו א צווייטען קרבן פאר א בלויזע דוגמא וועל איך אנמערקן איינס פין די לעצטערע בויקאטען נישט קיין אנדערע ווי קעגן די לעבנס קריטישע ארגענעזאציע די בארימטע חברה הצלה דקרית יואל - א אקט פין רציחה לכל הדעות זייי האבען אויסגערופן א גענצליכע בויקאט, פארן בלויזען חטא אז דער מנהל פין חברה הצלה האיש החסד ר' משה אהרן שטיינבערג דאווענט נישט אין סאסמאן'ס אין אז די דער גרויסער עסקן ר' משה לייב וויטריאל איז דארט א מעמבער אין ער האט נישט געלאזט א אימצוווילזירטע ארעסטענט שפילן קראנק כדי צו אנדרייען כייעס אין רייאטען אין ק''י (אפי' אין פאליציי סטאנציע האט מען אים אויך נישט געלאזט רופן א אמבעלאנס ביז מאכען א געהעריגען ריפארט אין אים ארויסגעלאזט) טראץ וואס זיי זענען די גרעסטע אויסניצער אין ביי יעדע נערישע פאל טראכטען זיי נישט קיין 2 פארן רופן הצלה (די זעלבע איז מיט גמ''ח הצלה, חברים וכו' די גרעסטע אויסניצער אין די גרעסטע קריטיקירער) די זעלבע איז מיר ר' משה לייב איין טאטע אין הימל ווייסט וויפיל ר' משה לייב האט זיי שוין געהאלפן סיי וואס די גאס ווייסט אין סיי וואס מ'ווייסט נישט ביי די אלע טשיילד אביוז קעיס'ס דאס איז אסאך מער ווי די געזעץ פארלאנגט פין אים דאך די שנאה טרייבט זיי צו אויסרופן א בויקאט קעגן אזא מוסד ווי חברה הצלה מיר מיזן סופארטען די אלע וועלכע פאלען א קרבן צו די רשעות אין השחתה פין משה פרידמאן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 19:41 |
|
| |
היראים קענסט דיך שוין בארויאיגן, די בלוט הינגער האט זיך איינגעשטילט, שפע נעמט מער נישט קיין קעי דשעי פלייש.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 20:07 |
|
| |
און די לעיקוואד'ע זענען אוועקגעגאנגען פון ק"י שחיטה תיכף נאך די צומות הגידין פרשה.
(רכטיג, מלךמלכים?... זוך עס אפיר אין ענקער פארום, עס איז כתוב וחתום)
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 20:14 |
|
| |
מלך מלכים. איך האב נישט געוואוסט אז מען קען זיין אזוי נאריש. דו האלטסט באמת 1)ער האט זיך געבראכן פאר אביסל נארישע טעראר?2) ער איז א פאפאנער. גייט ער ענדערש וועלן געפעלן פאר די פאר זאליס און זיך צוקריגן סיי מיט פאפא און סיי מיט די ארונים???? נאר וואס דען? עס איז פונקט וואו די סנעפל מעשה. צומת הגידין. בג"ץ. לעיקוואודס אויפהערן נעמען פלייש וכו' וכו' עד אין סוף
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 20:23 |
|
| |
וואס איך האלט איז נישט איטערעסאנט, אדרבה, אפשר ווערסטו געוואר, נוצן זיי נאך ק"ילע פלייש צו נישט?
|
|
|
|
|