| נשלח ב-27/7/2010 20:32 |
|
| |
שאק: נישט דא אין ק"י ווי צי קויפן פארטיגע עסען פליישיג
איך האב געזען די אשכול וועגן "שפע שבת עסען" איך בין געבליבן געשאקט דערפין ווייל איך פלעג עס אמאל אמאל קויפן ווען איך האב געמיזט יעצט זע איך אז איך בין ל"ע ניכשל געווארן מיט דע פלייש פין א טבח שיצא מתחת ידו טריפה,
אבער מיין קשיא איז יעצט אסאך שטערקער ווי אזוי קען זיין אז אין שטעטל פין אזא ציבור ערליכע אידן זאל מען נישט קענען איינקויפן עכ"פ ווען ממיז א פליישיגע פארטיגע עסען אינמיטן די וואך אדער אויף שבת סאיז באמת א פראבלעם וואס מיז באקימען א ענפער ווי שנעלער!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 20:42 |
|
| |
זיי נישט קיין נער, לייג דיך אריין דערין, עס איז א גוטע פרנסה צו זיין די איינציגסטע אויסגעהאלטענע טעיקאוט פאר אנ''ש אין קרית יואל, אז דו וועסט ווארטן אז ויואל משה זאל עפענען א בוטשער וועט עטס אויסגיין פארדעם פאר הונגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 20:46 |
|
| |
עטס ברויכטס פארטיגע שטרוי, דאס האט עטס פלענטי אין ענקער צייטונג דער איד...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 20:54 |
|
| |
אגב, איך וועל דיר מער שאקירן, אבער כאפ דיך אן שטארק פאר די פאלסט צאם,
נישט נאר און מאנרא, נאר אין דער גאנצער ניו יארק געגנט איז נישטא קיין איין טעיק אוט (אויסער די 2 זאלונישע בוטשערס, 82 און ב"פ פארשטייט זיך) וואס דער בעל מכשיר גאראנטירט נישט צו ניצן KJ פלייש,
עטס זענט דאך די וואך געוואויר געווארן אז אפי' התאחדות געבט א הכשר פאר KJ, אויב אזוי פארוואס קלערט עטס אז אז א צווייטער זאל נישט געבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 21:15 |
|
| |
איך פיר מיך נישט צי ענפערן פאר חלה דעקעל אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן די וואך האב איך געזען א טעק אט וואס שרייבט אז זיי ניצן נאר פין מהדרין אין סהאט התאחדות הכשר
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 21:31 |
|
| |
Meal Mart אויף Lee Taylor ניצט נישט KJ פלייש!!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 21:48 |
|
| |
שכוח, אגוט מארגן, איך קען דיר געבן 1000 וואס ניצן נישט, מיל מארט האט דאך אייגענע פלייש, קען דען יעדער ניצן KJ?
די שאלה איז צו דער בעל מכשיר פון יענעם מיל מארט, ביי לי קארנער טעילאר, האט א פאליסי נישט צו ניצן KJ פלייש,
דאס מיינט דו ביסט קיינמאל נישט פארזיכערט אז ער האט טאקע קיינמאל KJ פלייש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 01:17 |
|
| |
אין קרית יואל איז דא פלעצער ווי מען קען באקומען היימישע אפגעקאכטע פלייש, איינס דערפון איז נועם היימישע קאך, עס איז פאלקאוויטש פון העיס קט.
אמת עס איז נישט דא א געהעריג צוגעשטעלטע פלאץ אין קרית יואל און עס וועט זיין א גיטע מקור פרנסה פאר א אינגערמאן וואס וועט דאס עפענען ווי העלד האט געשריבן אז צו ווארטן ביז די מוסדות וועט עפענען קען מען חלילה אויסגיין פאר הונגער...
בנוגע פלייש פון 82 איז דא א אלטע תקנה אז די פלייש זאל נישט זיין גאסן פלייש, עס איז קיינמאל נישט און וועט ווייטער נישט זיין צו באקומען נאר אין די טעיק אוט'ס וואס שטייט בהשגחת הדיינים דקהילתינו
אונזערע פלייש איז צוגעשטעלט פאר אנשי קהילתינו וואס ווילן האבן א הויכע סטאנדארט אין כשרות, עס איז אויסדריקלעך נישט געצילט זיך צו פארשפרייטן פאר די גאס, פינטל.
אבער חוץ דעם איז רוב היימישע טעיקאוטס נעמען אויסדריקלעך די פלייש פון מילמארט און נאך בהשגחת התאחדות הרבנים און נעמען דייקא נישט די פלייש וואס מען אימפארטירט פון מאסקעווע בית השחיטה צוליב די שלעכטע נאמען וואס זיי האבן זיך אנגעשטינקען איבעראל מיום התייסדותם
יאכלו ענוים וישבעו
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 22:07 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2010 22:24 |
|
| |
יא תושבי ק"י זענען דאקבאר פארןאהער שטעלן אזא פיינע קאך מיט א גיטע הכשר ב"ה האבן זיי אויך מאכלי שבת ?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2010 04:02 |
|
| |
הערשקאוויטש קעטרינג האט אויך די הכשר פין ביד''צ ויואל משה
|
|
|
|
|