בית פורומים אידישע געדאנק

בן שלשה למקרא און אין קרית יואל לפייער לעשער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2010 23:24 לינק ישיר 
בן שלשה למקרא און אין קרית יואל לפייער לעשער!

דער מלמד מומחה דוד ח. ווייס פון קרית יואל האט היינט גענומען די דריי יעריגע קינדער פון די אהרונישע תלמוד תורה אויף אן אויספלוג צום 'מצילי אש' פייער סטאנציע אין קרית יואל. דארט האט מען געוויזן פאר די קינדער פונקטליך וויזוי מ'ווערט א מצילי אש מעמבער, לשביעת רצונו פון דעם סבלן וקדוש ר' אהרן טייטלבוים וועלכע לייגט אריין לייב און לעבן אין די חינוך פון די קינדער.

 



תוקן על ידי לאפלאש ב- 28/07/2010 23:30:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:26 לינק ישיר 
די פייער לעשער גייט בעקען



תוקן על ידי לאפלאש ב- 28/07/2010 23:31:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:27 לינק ישיר 
יעדער שרייט ציזאמען לעלא לעלא לעלא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:28 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:29 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:33 לינק ישיר 
יעדער איינער זאל הויעך שרייען בג"ץ



תוקן על ידי לאפלאש ב- 28/07/2010 23:42:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 23:35 לינק ישיר 

פון דארט טראגט מען זיי צי די מתיבתא ווי מען לערנט זיי אויס צי אנצינדען א פייער נאכדעם קען זיך יעדער אויסוועלן וואס ער וויל זיין א צינדער אדער א לעשער אדער א מאסרי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2010 02:15 לינק ישיר 

לאפלאש! די דערמאנסט מיך געציילטע יאר צוריק ווען מיינע קינדערלעך האבן נאך געלערענט אין אינעם "ויואל משה" ת"ת אינטערען הנהלת מוהרז"ל ווען מען האט געלערענט די אות "פ" אין חדר האט מען זיי געטראגען צום הופער "פייער לעשער" סטאנציע אין אהיים געברענג ערב שבת בילדער פונעם צענע
נאר וואזשע דען " הא לן והא להו"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2010 03:06 לינק ישיר 

דארפסט נישט קריכן ביז הופפער, אין יעדע קעמפ ברענגט מען אראפ פייערלעשער מיט אלע קלאפער געצייג פאר די קינדער, נאר וואסשע דען, ביי מצילי אש קומען די קינדער אהיים מאמי ווען איך גיי זיין א טאטע גיי איך זיין א פייערלעשער.
א קליינע חילוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2010 06:56 לינק ישיר 

בעזהשי"ת

 

 

ס'איז אומגלויבליך וויאזוי א מענטש קען פאר פריוואטע נגיעות זיך בייזוויליג ארויפכאפן אויף א שיינע אויסגעהאלטענע זאך...
עס איז זומער, די מנהלי המוסדות קלערן ווי מען קען פירן די קינדערלעך אביסל אויסצולופטערן אויף א ריינע אויסגעהאלטענע אויספלוג, און אט איז בייגעפאלן א גענויעם פלאן, מען וועט זיי צופירן צו די קרית יואל פייער דעפארטמענט און צייגען די פייער טראקס, פאר א קינד איז דאס ממש ווי לופט צום אטעמען, אינדערהיים האט ער א פייער טראק שפילצייג און אט זעהט ער דא אין גרויס א עכטע פייער טראק...

הרב לאפלאש, די קענסט ביטע מסביר זיין וואס די ווילסט דא? די נעמסט א שיינע געשעהניש, א אומשילדיגע אויספלוג און מיט בייזוויליגע נגיעות שפרינגסטו ארויף דערויף, מילא די קומסט דא אנטדעקן אז די מלמדים אנשטאט לערנען די א"ב... אדער חומש רש"י פרעדיגט מען די קינדער צו ווערן פייער לעשער, אדער וויאזוי א פייער לעשער טראק ארבעט, דאן קענסטו האבן טענות אז דאס איז נישט קיין חינוך פאר אונזערע קינדערלעך, אבער וואס ווילסטו דא??? (דאנט ווארי, איך ווייס וואס באדערט דיר...)

און לאמיר גיין אביסעלע ווייטער, וואס וועט געשעהן אויב די קינדערלעך וועלן אויפוואקסן, און עטליכע ענערגישע יונגעלייט, היינטיגע קינדערלעך וועלן באשליסן צו ווערן א טייל פון די הייליגע ארגאניזאציע צו דינען אלס פייער לעשער און דערמיט ראטעווען אידישע לעבענס, און טייערע אידישע פארמעגענ'ס? קיינער זעהט נישט דערין קיין שום עולה, דאס מיינט נישט אז יעדער שפירט אז פאר אים פאסט צו טוהן אט דער שווערע ארבעט, איך ווייס אז עס איז האט אין אנפאנג אויסגעקוקט אביסל מאדנע...בעסער געזאגט זיסלעך.. ווייל מען איז נישט געוואינט צו אידישע פייער לעשער...אבער דאס גייט אריין אין די זעלבע בחינה פון א הצלה מאן, אדער נאך מער ווייל דא שטעלט מען איין דאס אייגענע לעבן פאר א צווייטע אידיש קינד...

בקיצור, קיינער פרעדיגט נישט...די ווייסט זיער גוט אז די צאן קדשים ווערן נתחנך אויף א ריינע און אויסגעהאלטענע דרך, מען לערנט תורה מיט זיי, און אז די ווילסט קענסטו אפשטאטן א באזוך אין מוסדות הק' וואס רביה"ק האט מייסד געווען, און די וועסט זיך דאס אליינס איבערצייגען.

און ווען מען וויל די קינדערלעך אביסל אויסלופטערן אויף א ריין אויסגעהאלטענע אויספךוג איז צו שפילן אביסל, אדער זעהן א עכטע פייער טראק נישט קיין שום פראבלעם, אינטער דיין מיינד צווישן מיר און דיר זענען מיר זייער קלאר און איינשטימיג...

ביי דע וועי, שכוח פאר די בילדער, איך האב זייער הנאה געהאט דערפון, עס איז זייער זיס גראדע...!

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בן שלשה למקרא און אין קרית יואל לפייער לעשער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext