| נשלח ב-30/7/2010 08:45 |
|
| |
וואשינגטאן אדער אריזאנע וואו איז הייסער?
מיט אפאר וואכן צוריק בעת דעם ניחום אבלים דעם יתום, דער סבלן, וואס האט מקיים אלע יארן כיבוד אב ואם מיט מסירות נפש ביז וואו די האנט שטרעקט זיך אים אויס, און מען האט אים פארשאפט יסורים מיט עגמת נפש צען יאר מיט פארהאקטע טירן נישט זעהנדיג זיין מאמע. זענען אינמיטן די שבעה געקומען מנחם זיין די פירערס פון אגודת ישראל אין אמעריקע.
ר' חיים דוד צוויבל דער יושב ראש פון די אגודה, וואס איז נישט קיין קרוב צו הרב צוויבל יושב ראש פון משמרת חומותיך, האט פארשטאנען אז סאטמאר האט געמאכט פראטעסט אין וואשינגטאן איז דאס מסתם ר' אהרן, ווייל לשיטת האהרונים איז דאך ר' אהרן "אנערקענט אין די וועלט" אלץ סאטמאר רבי, האט ער געזאגט פאר ר' אהרן בשעת'ן מנחם אבל זיין אז דער פראטעסט איז געווען א מוראדיגע קידוש ה', אפאר טויזענט אידן שטיין איבער הונדערט דעגרי, שעות ארוכות, דאס ווייזט מסירות נפש פאר אידישקייט.
אונזער חכם האט זיך נישט פארלוירן, און געענפערט ס'קומט נישט צו צי די היצן פון אריזאנע ביים שניידן די ווייץ...
נו יעצט נעמט אפיר די כלי און קוקט נאך ווי סאיז געווען הייסער. וואס א מסירות נפש א איד האט! פארט פאר פאבליק רילעשאן און פאטאגרעפירט זיך אין די היצן אין אריזאנע. אוי! מי כעמך ישראל...
תוקן על ידי לאפלאש ב- 30/07/2010 09:16:14
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2010 00:24 |
|
| |
איך האב מיך גוט נאכגעפרעגט!
די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן!
לא דובים ולא יער!
איך וויל דא מאכן א וואוט,
וואס האלט דער עולם?
ווען איינער מאכט אויף א אשכול און די גאנצע ענין איז ליגענט פון אנפאנג ביזן סוף זאל די אשכול בלייבן אדער אראפגיין?
ליגענט מיינט צו זאגן אז איינער האט קאנפירמט די מעשה אז ס'איז נישט אמת, אדער ס'איז א מילתא דעבידי לגלוי', אדער אז ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס!
וואס זאגט דער עולם???
מנהלים, ביטע זיך רעכענען מיטן עולם' אפיניאן
תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 31/07/2010 00:27:33
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2010 00:38 |
|
| |
ביי ר' אהרן איז דאך אלעס דא אויף ווידעא אזוי ווי ביים ליבאוויטשער, מ'קען נישט לייקענען גארנישט,
זיי מוחל שטעל ארויף דעם קליפ ווי די ראשי אגודת ישראל זענען מנחם אבל,
וירא הקהל וישפוט.
נאכדעם וועט מען מאכן די וואלן,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 05:59 |
|
| |
| פישמאן כתב: |  | ביי ר' אהרן איז דאך אלעס דא אויף ווידעא אזוי ווי ביים ליבאוויטשער, מ'קען נישט לייקענען גארנישט,
זיי מוחל שטעל ארויף דעם קליפ ווי די ראשי אגודת ישראל זענען מנחם אבל,
וירא הקהל וישפוט.
נאכדעם וועט מען מאכן די וואלן,
|
| ליגענט נומבער 2 אינעם זעלבען אשכול!
אדרבה! דער זעלבער וואס האט מיטגעהאלטן די מעשה האט דאך אוודאי ווידיא.... נו, זאל ער עס אהער ברענגן! זאלן אלע ארונים פלאצן אין זעהן וואס א טיפשות.........
ווילאנג די ברענגסט נישט פראוו איז די מעשה ליגענט! און איך בעט דעם עולם צו וואוטן!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 06:27 |
|
| |
דער לאפלאש איז לעצטענס צוקער זיס מיט זיינע ליגיונות עס קען זיך שוין פארמעסטען אינעם עולם הדימיון מיט נוחם ראזענבערג ! פאריגע וואך איז ער אויפגעקומען מיט א מעשה אז די אהרונים האבן אריינגעלייגט ווידאו אינעם דירה אין טעלסטאון ווי עס קומט פאר די דיונים אין בני ברק אין ר' אהרן האט אריין גערופען בעטן אז מען זאל אים נישט פארשטעלען דאס מיטהאלטען די מעמד דורכען ווידיאו אין די וואך מיט אגודת ישראל ניחום אבלים, ממש צוקער זיינע מעשיות לאפלאש keep on going מיטן מהנה זיין דעם ציבור מיט דיינע מעשיות !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 07:59 |
|
| |
איך גלייב נישט אז דארט איז דא ווידיא אזוי ווי אין ליבאוויטש, אבער וואויס רעקארדערס זעהט מען אויף אלע בילדער פון ניחום אבלים, איז דאך דא וועגן אויפצו ווייזן אויב דאס איז געבעקס אדער נישט
הגם איך ווייס נישט וואס די עוולה דא איז, די אגודה האבן מנחם געווען ביידער רבי'ס, און דאס אז זיי האבן געמיינט אז ר' אהרן איז יא אינוואלווד אין וואשינגטאן פראטעסט איז נישט אזא געפערליכע מיסטעיק, על כל פנים פאר ר' אהרן איז דאס נישט קיין בושה, און דערצו ווען דער בלאט האט דאס געדעקט
ווידער דאס אז ר' אהרן האט געעפנערט וועגן אריזאנע איז גאנץ א שיינר וועג צו טוישן סאבזשעקטס,
איך זעה נישט דעם תועלת פון מאכן אן אשכול דערפון, און אודאי נישט דער תועלת פון לייקענען,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 08:50 |
|
| |
איך האב קאנפירמד אויף הונדערט פראצענט אז די מעשה איז קיינמאל נישט געווען!
ס'קומט נישט דא אריין לייקענען!
די לייגסט אראפ כאילו איינער האט דערציילט א מעשה, און איינער לייקענט עס אז ס'איז נישט אמת, נאכאמאל!
די מעשה איז נישט אמת! און טאמער די האסט פראוו אז יא, דאן ברענג אהער וואס די האסט!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 19:12 |
|
| |
איך האב נישט מברר געווען די מעשה פון צוויבל, אבער וואס איך האב יא מברר געווען איז, אז ביי ר' אהרן אין שטוב ווערט אלעס רעקארדירט אזיווי אין ליבאוויטש, און מקען עס מברר זיין אויב די מעשה איז אמת, צענדליגער קליפס פון ניחום אבלים ביי ר' אהרן דרייט זיך ארום אויף די וועב, און אפילו פון דעם באזוך פון אגודה מיט עטליכע וואכן ביין ר' אהרן איז געווען אויף די וועב, און דער סיבה פון באהאלטן דעם קליפ איז אומפארשטענדליך, און עס האט אודאי נישט קיין זון צו לייקענען אזא נארישע מעשה, ווען יעדער ווייסט אז סשטייט אויס פון ר' אהרן אזוי צו ענפערן,
די איינציגע זאך וואס די קענסט יא מברר זיין איז, אויב סאיז באמת הייסער געווען אין אריזאנע אדער אין וואשינגטאן,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 19:51 |
|
| |
די האסט א גרויסער טעות לעמעלע מיט'ן גיין זיך נאכפרעגען אויף די מעשה, זאלסט וויסן איין זאך לאפאש איז גערעכט זיינע 20 - 30 קיען גלייבען אים, איך האב שוינן גהערט ווי בחורים זאגן נאך מיט'ן גאנצען ברען, יא ס'איז דא א ווידאו אין בי"ד שטובל, אדער יא דער סטרא אחרא טרינקט סנעפעל, אזוי איז דאס נעבעך ווען ס'איז נישטא קיין עשה טוב ווייל קיינער איז נישט אינטרעסירט און די נקודה פון רבי'ן ז"ל, איז דא איין זאך וואס הייסט לצנות, ער האט גהערט, געזען וכו', לאז אים עפענען אשכולות, זיינע קיען גלייבען אים ממילא אין ער פרייד זיך אז די לעמעלע האסט גענפערט און בכלל זיך נאכגעפרעגט אויף דעם
סיג לחכמה שתיקה
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 07:14 |
|
| |
וועלכער חלק פון די מעשה איז נישט אמת?
הרב צוויבל פון די אגודה איז יא א משפחה מיט נפתלי ה. צוויבל ?
סיג לחכמה שתיקה וואלט זייער גוט צוניץ געקומען פאר 'דיין רבי במשך די לעצטע דרייסיג יאר, וואלט ער סאך בעסער געשטאנען,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 19:51 |
|
| |
איך האב מיך גוט נאכגעפרעגט!
די מעשה איז קלאר אמת! דער לעמעלע וואס האט זיך געשוואוירן ביי רא"טנ'ס בארד, איז א שקרן גענוי ווי זיין רעבין!
איך וויל דא מאכן א וואוט,
וואס האלט דער עולם?
ווען איינער איז מגיב אויף א אשכול און שווערט אז די גאנצע ענין איז ליגענט פון אנפאנג ביזן סוף זאל די תגיבה בלייבן אדער אראפגיין?
ליגענט מיינט צו זאגן אז איינער האט קאנפירמט די מעשה אז ס'איז יא אמת, אדער ס'איז א מילתא דעבידי לגלוי', אדער אז ס'מאכט פשוט סענס!
וואס זאגט דער עולם???
מנהלים, ביטע זיך רעכענען מיטן עולם' אפיניאן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2010 00:22 |
|
| |
הרב לעמעלע מיט גרויס אנטשילדיגינג אבער מען קען איך נישט גלייבען אזוי ווי איך בין געווען דעם שבת אין קרית יואל האב איך געזען צי מיין איבעראשינג ווי א קאר קימט צי פארען מיט א קיטשמע אויפען דאך מיט די ווערטער קע דזע אסיסטענס נאכדען וואס די האסט ציגעזאגט פארען עולם דא אז וויטריאל האט זיי ארויסגעטריבען מיט א געלע פאלדער אין די האסט דעמאלטס אויך נאכגעזאגט פין דיינע קראנטע פאקטען חבירים סא מיט גרויס אנטשילדיגינג איר זען פשוט נישט באגלייבט מער
|
|
|
|
|