עס האט גענומען עטליכע טעג ביז ער איז געקומען צו זיך פין די 10 מכות
ער האט פראבירט אלע וועגן מסירה מיט סטראשערייען אבער דערווייל איז אלעס ביים אלטען
ער האט שוין אפי' ארומגשיקט די פרייליכע ידועה אז ער האט ארעסטירט א אינגערמאן ביי די סטעיט פאליס נישט וויסענדיג אז ער איז דעמאלטס געווען מיט די פמליא פין סאטמאר רבי צו באזוכן די סאטמערע קעמפס - שקר במילתא דעבידא לגלי' איז דארט קיין חידוש נאכדערצו ווען מ'דארף עס האבען פאר די שעפסן פין די נקודה הפנומיות
זענדיג אז ער קומט אין ערגעץ נישט אן, איז אלעס טאקע ציריק ביים אלטען
מ'פילט ווייטער אן דעם פארום מיט שפייז פאר די הונגעריגע
קודם סטראשעט ער אז ער גייט פארברעצירן נאך א ארטיקל (א שאד אויף די ביז יעצטיגע הארעוואניע וד''ל)
ער עפענט אשכולות ווי קללות נאך א דין תורה
צווישען אנדערע ברענגט ער ארויס די ''רשעות אדער גאר רציחה'' פין נישט לאזען א ''פרעמדן'' נעמן בילדער ביי ''זייער'' מסיבה... היתכן
אין ער ברענגט אויך ציריק די תגובה פין 'חזקה' וועלכע ער האט גלייך אויסגעמעקט אין א אויגן בליק
שאק...טרויער...דאמאראליזאציע...היסטעריע...צומישעניש...פחד..א.א.וו. זענען נישט די פאסיגע אויסדרוקן צו באצייכענען דער שאקירנדע און אומערווארטעטע סיטואציע וועלכע האט זיך בייזוויליג און פארציקנד הונטערגערוקט אויף מיר.... וועמענס הענט זענען בליטיג פארשמירט......................
ס'איז אומבאשרייבליך....א היסטערישע צומישעניש הערשט אצינד ביי מיר מיט מיין קאמפיין וועלכע איך האב זיך אינטערגענומגען א שמוציגער קאמפיין פאר א וויילע צוריק, און אין לענגערע שילדערונגען אטאקירט, ארונטערגעריסן, און באזידלט, אויף א אומגלויבליכער פארנעם פארשידענע פערזענליכקייטן...
א גרופע וואס ביי איר שפיץ שטייען ארום פיר אנגעגעסענע-פארווייטאגטע יונגען... כמעט קיינער אין די זעלבע עלטער...יעדער מיט א ספעציעלע סיבה וואס זאל אים טרייבן צו דער וואנזיניגע און גרויליגע שריט...און נאך עטליכע יוגענטליכע וועלכע פירן אויס די געמיינע שליחות'ער, און נאך וועלכע געבו אנצוהערן זייערע הערות....ביזן לעצטן מוגה...און דערנאך צו די פריי... דאס אלעס שטייט אינטער מיינע געמיינע בליט טרינקענדע פעדער...
גאר ווערטפולע און טייערע שטאף געפינען זיך איצט אין אהרוינישע גוטע הענט... נאכדעם וואס דער סוף גנה לתלי' איז אפגעטייטשט געווארן אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר... גרונטליכע פארשונגען זענען אין פולן קראפט...געהיימניספולע אינפארמאציע פון רויטסטן סארט געפינען זיך אצינד אפן און אינטער געניטע אויגען...וויי א בראך..................אוי א געוויין...
א שווארצע רוח וועט איינהילן די שולדיגע אין דער 10 יעריגע הינער-פארטיי ווען דער היסטארישע אנטדעקונג וועט מיט די פילצאליגע סענסעטיווע און געהיימע פאקטן, בילדער, א.ד.ג. ארויסגיין אויף דער פריי, און פובלוצירט ווערן אין די עפענטליכקייט, קיינער, ניין קיינער קען אפילו נישט אפשאצן וויאזוי דער ברי' וועט רעאגירן צום אויפדעקונג....מיר די שולדיגע, די געטראפענע אינעם שווארצן גרופע קענען אצינד זיך נישט אויפפרישן ס'זכרון, און זיך דערמאנען....וואס נאך, וואס נישט...וויפיל....זענען אינטערגעפאלן אינטערן בייזן גורל...................
פרטים יבואו...........ימים ידברו......די אינטערנעמונגען, אינטענסיווע און פארזיכטיגע שריט גייען אן מיט דאס גרעסטע געדולט, און "סבלנות"... ביז צום לעצטן און ענדגילטיגען "הייליגע-מיסיע"...
חזקה
גיט געשריבן, קאמענטראען זענען איבריג
 |
|
|