ממליחה הכשר ממנה שוחד און פלאמבער
די זאליס לויפן ארום ווי פארסאמטע מייז צו כאפן הכשרים, נאכדעם וואס קיינער וויל נישט האבן זייער שוואכע ממליחה הכשר, אפילו קדם וואס האט זיך געבראכען צו זייער טעראר פאר פסח און געמאכט ספעציעלע גרעיפ דשאוס, די זאליס האבן געשריבען אין דער איד גאנצע בלעטער אז כלל ישראל ווארט שוין דעראויף בכליון עינים...
דער סוף איז געווען אז עס איז אפגעשיקט געווארן אויף רוסלאנד, נאכדעם וואס הרב מצהעלים שליט"א האט נישט געלאזט עס ניצן, צוליב די גרויסע קולות און חשש חמץ וואס די מליחה הכשר האבן געניצט דערביי.
נאך איין זאך וואס די ממליחה הכשר האט שוין אויפגעטאן, זיי האבן ארויסגעבעגן א צעטיל ווי זיי האבן מברר געווען, אז זייער ממליחה פלייש איז די בעסטע פלייש ווייל מען איז עס בכלל נישט בודק צומת הגידין... און דאס איז א מורא'דיגע חומרא ווייל אז מען איז נישט בודק טרעפט מען נישט...
די זאליס האבן זיך דערזעהן אין א פלאנטער נאכן ארבעטן 5 יאר אז מען זאל נעמען זייער ממליחה הכשר, האט קיינער נישט גענומען זייער הכשר, אויסער אן אראבער מענגא פלאמס אויף וואלעבאוט, חוץ דעם האט קיינער נישט גענומען זייער ממליחה הכשר.
איצט זיך זעהענדיג אין א ביטערען מצב, האבן זיי זיך איינגעבעטען ביי א ליבאוויטשער וואס האט א קליינע מילך פארם, אז מען זאל לאזן לייגן זייער ממליחה הכשר אויך, און זיי פארלאנגען גארנישט נאר א פיקטשער ווי זייער רבנים זענען דארט, און א זיגל אויף יעדן באטל.
מיט דעם האבן זיי נאר איין זאך אויפגעטאן, זיי האבן אריינגעשטאכען א מעסער אין רוקן פון איינער פון זייער שטארקע מענטשען, ר' מרדכי גוטמאן פון גאלדן פלאו, וואס ער איז א שטארקער זאלי, א דם שונא פאר די אהרונים, ער האט געשטיצט די זאליס מיט גרויסע געלטער, ער האט געבויעט די סאסמאן מקוה און קרית יוא' - איצט האט גוטמאן געסטאפט די טשעקס.
גוטמאן שרייט איצט פאר די זאליס אז עס מיינטס אידישקיייט און אויפטאן פאר כשרות, דעמאלס קודם נעמט קעיר ביי ענק אינדערהיים, נעמט קעיר פון די "ממליחה ואילך בוטשער", וואס האט נישט קיין הכשר, און מען ברענגט דארט אריין אלע בדיעבד פלייש, מען זאלצט מיט פשוט'ע זאלץ, פרעמדע שוחטים, געווייגטע לעבער וכו', די ממליחה ואילך בוטשער איז פון די די שוואכסטע כשר בוטשער, מען טוט דארט וואס מען וויל. נעמט דארט א בעל מכשיר שרייט איצט גוטמאן מיט ווייטאג.
בקיצור די זאליס האבן געדארפט טרעפן א נאמען, פארשטייט זיך א נאמען וואס זאל לאזן אלעס טוען וואס מען וויל, די ממליחה ואילך קולות זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת, האבן זיי גענומען אלס רב המכשיר רז"ל מחותן, ר' ברך נתן האלבערשטאם, אן אפגעפרעגטער מענטש, א מענטש וואס האט יארן געפירט פאלטשע דין תורות, א מענטש וואס האט גענומען אפען שוחד, און א מענטש וואס אלע בתי דינים האבן געשריבען אז זיינע פסקים זענען כחספא דעלמא ווייל ער נעמט שוחד.
צו אים האבן זיי גענומעו א וועד פון תלמידי חכמים.... בראש דערפון שטייט הגאון הגדול דער פלאמבער שלום דייטש, ווייל איצט נאכדעם וואס ער האט ביטער פארלוירען די קארטס, און די זאליס רייסן אים אראפ, האבן די ראשי הזאליס אלס ניחום אבילים געשטעלט בראש פונעם ממליחה וועד.
ווי גייט דאס ווערטל געשטעלט די מייז אכטונג געבן אפען מילך...
די זאליס האבן געשטעלט דעם שוחד אינעם פלאמבער אכטונג געבן אויף די מילך...
 |
|
|