ייש"כ פארן מתקן זיין. איך האב טאקע דאס געמיינט. די איינגערעדטע "לשם שמים".
די אלע אידן וואס נעמען זיך אזוי שטארק אן פארן אויבערשטנ'ס כבוד, און מיינען טאקע גארנישט זיך ("זעך"), זאלן זיך מתבונן זיין ביי סיי וועלכע אנדערע מצוה, צי זיי נעמען זיך אויך אן פאר השי"ת'ס כבוד, אדער דארט ווערט מען פויל??
פון וואו איז פלוצלינג אריינגעקומען אזא ברען, פונקט אין די מצוה? פון לוחם זיין אנטקעגן א צווייטן איד "לשם שמים" אדער "דעפענדן" מיין רבי'ן נאר אלס "כבוד התורה"? עפעס מאכט נישט קיין "סענס"....
מען פארציילט פון הרה"ק ר' שלמה'לע באבוב'ער זצ"ל, וואס האט אויפגעשטעלט אזא שיינעם דור נאך די מלחמה, ער האט מקרב געווען יעדן איד, עס זענען אויך געווען סאדיגור'ע חסידים, וואס כידוע האט דער דברי חיים נישט געהאלטן פון זיי און געפירט א מלחמה אנטקעגן דעם דרך, ווען מען האט פארגעהאלטן ר' שלמה'לע היתכן ער איז משנה פונעם הייליגן זיידן, וואס האט נישט אנגענומען די סאדיגורע דרך? האט ער געענטפערט מיט חכמה, דער הייליגער זיידע וואס איז געווען יחיד בדורו מיט אלע שלשה עמודי עולם, בתורה ועבודה וגמ"ח, איך האלט נאך נישט ביי אפס קצהו ביי קיין איינע פון די גרויסע מדריגות, און פון זיין דביקות בה', איך האב נאך אסאך צו ארבעטן מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי; פונקט דאס (די מחלוקת) זאל איך נאכמאכן? דא זאל איך אנהייבן? ווען איך וועל שוין האלטן מיט די אנדערע ענינים אויף זיין מדריגה, וועל איך דאן טראכטן וועגן די מחלוקה...
דאס איז געווען דער בליק פון אן אדם גדול. דער דברי חיים האט זיכער געהאט זיינע כוונות ביי די מחלוקת, פונקט ווי אסאך צדיקים האבן געהאט ביי אנדערע מחלוקת, וואס איז למעלה מהשגתינו און דאס איז זיכער געווען "לשם שמים" באמת, ווייל זייער גאנץ לעבן איז געווען לשם שמים, מיט א מסירות נפש, וד"ל. אבער אונזער "לשם שמים" איז נישט קיין פארגלייך...
און סיי ווי אזוי, האב איך געמיינט צו זאגן אז אין די ימי הרחמים והרצון איז כדאי זיך אפצולאזן אפילו פון די "באמת לשם שמים"דיגע מחלוקת, מען דארף ארויסנעמען דעם קאפ פון יענעם און דאס אריינלייגן ביי זיך, לחופש בחדרי בטן, מתי אעשה גם אנכי לביתי, מאכן א חשבון הנפש... כדי זוכה צו זיין צו א גוט געבענטשט יאר איז נישט גענוג בלויז צו שרייבן אויף היידפארק אנטקעגן אנדערע, מען דארף זעהן וואס טוט זיך מיט אונזער תורה ועבודה, יראת שמים, מחשבות, לב יודע מרת נפשו, מיר האבן גענוג וואס מתקן צו זיין.
מי לנו גדול ווי דער רבי זצ"ל וואס האט באמת געהאט א לשם שמים'דיגע מחלוקת אנטקעגן די רשעי הציונים, אבער ווען עס זענען געקומען די טעג האט ער בלויז געזוכט א לימוד זכות אויף אידישע קינדער, בפרט ר"ה ביי די תקיעת שופר דרשות האט ער קיינמאל נישט געוואלט מעורר זיין קיין קטרוגים אויף אידן, כידוע.
מיר זענען למעשה פארקראכן פונעם אשכול.... דער עיקר איז מיר זאלן זיך מקבל זיין עפעס לכבוד די הייליגע טעג, און הקב"ה זאל העלפן עס זאל זיין נאך א זכות פאר די אידישע קינדער אין תפיסה, מרדכי שלום הלוי בן רבקה, מרדכי יצחק בן פיגא יהודית, ישראל משה בן ליבא (וויינגארטן), און ווער עס ווייסט נאך נעמען קען צולייגן, און לאמיר עפעס טון פאר זיי!