הודעה פון חזקה (בערך)
תמימות, אומשילד אדער אומוויסנד? קוראזש!
אנשי שלומינו חסידי סאטמאר דרוקן אויס שטארקע צופרידענקייט נאך דער סוקסעספולע יומא דהולולא ווען דאס הייליג בארג ביים ציון הק' אין קרית יואל איז שטארק אפגעהיטן געווארן פון די בעלי זרוע און אנשי רשע וועלכע זוכן פאר אלע פרייזן צו ברענגען אן אומארגענונג און דאס קענען דערנאך נוצן פארן גואישן ריכטער, און אזוי ארום אפשר מעגליך באאיינפלוסן דעם ריכטער אז וויבאלד עס הערשט נישט דארטן קיין ארדענונג ווען עס איז אינטער זייער פירערשאפט זאל עס באלד איבערגעגעבן ווערן פאר די וואס ווילן עס האבן אבער האבן עס נישט...היל"ת סיי וואו סיי...
דער גרופע וועלכע זענען אין כסדר'דיגע קאמף מיט דער "קרקע שאינו שלו" האבן איצט נאך דער יארצייט פרובירט צו באשולדיגען די בחורים פון די מתיבתא הק' אין קרית יואל אז זיי האבן אטאקירט אומשולדיגע יונגעלייטלעך, און איבערגעגעבענע עסקנים, ווי ר' ישראל הערשקאוויטש און נאך עפעס א תמימות'דיגע גרופע וועלכע "האבן באמת גארנישט געוואלט, און האבן מיט בלויזע "תמימות" פארקויפט די נייע איבערגעדרוקטע ויואל משה".
הערט מיר צו טייערע ברודער: דאס אז עטליכע יונגעלייט זענען אוועקגעפירט געווארן פון בארג מיט א אומאיינגענעמע באגלייטונג" איז א "פאקט"...
דאס אז הרב הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט פאר זאלי'ס מוסדות אין ירושלים עיה"ק, איז אויך א "פאקט"...
דאס אז מהרז"ל האט געברויכט אויף די אנווייזונגען פון די קרית יואל פובליק סעיפטי שפאצירן צופיסענס א שטרעקע ביזן אוהל הק', איז א "פאקט..." און דערמיט דעמאנסטרירט דעם "אלעס בלייבט ביים אלטן..."....
דאס אז עטליכע בחורים'לעך און צוויי יונגעלייט זענען געשטאנען מיט א טישל אן רשות און "פרובירט" צו פארקויפן זייער נייע פראפעגאנדע אויסגאבע אויפן ספה''ק ויואל משה" איז א פאקט...
דאס אז דער ביה"ח געפינעט זיך אינטער דער פולשטענדיגער קאנטראל פון קרית יואל קהל, קרית יואל פובליק סעיפטי איז א פאקט...
דאס אז אנשי שלומינו וועלכע קלאמערן זיך תחת דגלו של כ"ק מרן מהר"א מסאטמאר שפירן זיך זיכער, רויאיג און סיי וועלכע צייטן פון יאר זיך אריינגיין אינעם אוהל הק' ווי עס ליגען אונזערע הייליגע רביס זי"ע און זיך אויסגיסן ס'הארץ איז אויך א פאקט...
דאס אז די כאפטע ליצים און מחוצפים וועלכע זיכן שוין יארן אנצוזייען כאאס און פאניק, און חרוב מאכן דער ק"ק סאטמאר נישט קענענדיג פארשטיין דער פאקט אז סאטמאר דארף ווייטער קענען פארזעצן און נישט קיין חילוק וואס עס זאל זיין דארף זיין א מ"מ, און אויב עס ארגאניזירן זיך עטליכע מחוצפים און ליצים דארף מען זיי פארשווייגען און אפשטילן מיט אלע אופנים....האבן פארלוירן דאס הייליגסטע אין סאטמאר, און דאס איז דער ציון הק'...איז א "ביטערער פאקט"...
יאופ, מיר וועלן נישט דא אין לענגערע שורות אראפקריכן און שילדערן די פאקטן וועלכע האבן זיך לעצטענס ארויסגעשטעלט, נאר מיר ווילן בלויז איבערגיין מיט א ניכטערן בליק די אייניגע פאקטן וואס איך האב דא געברענגט.
דער יונגערמאן וועלכע איז ארומגעגאנגען נאך געלט פאר זאלי'ס מוסדות וועלכע קאלגען אין בג''ץ, האט געוואוסט צו וועמען דער טעריטאריע געהערט אצינד? יא!
ער האט געוואוסט אז דער צוועק פארוואס ער גייט ארום נאך געלט איז אצינד אפגעפרעגט ביי די וואס שטייען אין קאנטראל פונעם ביה"ח? יא!
ער האט געוואסט אז עס איז פארהאן דער אויסזיכט אז עטליכע יונגעלייט זאלן אים פאשרייען צוליב דעם וואס די וועלכע שטייען בראש גייען אינעם טמאנעם בג"ץ? יא!
ער האט געוואסט אז ווען עמעצער וועט גיין אין ביהמ"ד ראדני מיט א פושקע פאר כולל עצי חיים אין בני ברק וועט ער אויך באלד פארשריגען אדער גאר אטאקירט ווערן? יא!
ער האט דאס אלעס געוואוסט, און דאך האט ער גענומען קוראזש אין ארומגעגאנגען נאך געלט, און וואס האט פאסירט אין די ענדע?
דאס וואס ער האט געוואוסט פון פריער אז עס גייט געשעהן, ער איז הילכיג פארשריגען געווארן...
איז וואס איז די אומשולד וואס מאנכע פרובירן דא ארויפצולייגען?
עס פארשטייט יעדער און וואספארא סיטואציע מען שטייט, עס איז א "סוכסוך" צושטאנד, נא וואס האט ער געוואלט???
עס זאל זיך ביטע קיינער נישט תמימות'דיג מאכן, און וויסן זאלן די אלע וועלכע זענען פארשריגען געווארן אז צו ארויפקומען אויפן ביה"ח פארקויפן סיי וואספארא ספרים אדער חפצים, אדער שטיין נאך געלט אן די ערלויבעניש פון די חברה קדישא מצד מהר"א וועט אראפפליען פון בארג שנעלער ווי ער איז ארויפגעקומען
נאכדערצו אז מ'רעדט דא פין איינעם וואס האט געוואלט זאמלן געלט לעבן הייליגען אוהל פאר א מוסד וועלכע ניצט די ציוניסטישע בית משפט פאר זייער שו''ע {להבדיל}
איןת זשאוסט פאר די רעקארד
ביי די טירן פין אוהל הק' זענען געשטאנען מענדל מאיר בראווער מיט גלאנץ פאר די זאלי כולל אין וומ''ס
טראץ וואס צו שטיין דארט איז קעגן די ארדענונג פין די חברה קדישא האט זיי קיינער נישט אוועקגעשיקט
(מענדל מאיר בראווער איז נאך אזא זאלי ווי יש' ה''ק,)
תוקן על ידי היראים ב- 10/08/2010 02:58:23
 |
|
|