בית פורומים כל העולם כולו

קידוש השם: פארשיקט די בג"צ'ניקס פינעם ציון הקדוש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2010 19:12 לינק ישיר 

מלך'ל די בי"ד האט געפסק'עט וויאזוי עס איז לגבי הלכות חו"מ. לויט דעם מעג ער האלטן דעם עיקול. אונז רעדן אבער לגבי ציונות וואס דארט האט אונז שוין רביה"ק בעל דבר"י געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור. און פארדעם איז די גרעסטע חוצפה צו שטיין נאך געלט ביי זיין ציון פאר א מוסד וואס גייט אין בג"ץ. פארשטאנטא??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2010 19:19 לינק ישיר 


איז דא א פסק פון בי"ד אז זיי מעגען שטיין ביים ציון פאר געלט?, וואס מאכסטו משוגע דעם עולם בי"ד, דאס איז טאקע א שווערע פיל פאר דיר אבער מיט דעם קענסטו נישט מאכן וואס די ווילסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 02:37 לינק ישיר 

די בי"ד אין בני ברק האט דערווייל גע'פסק'נט אז די זאליס זענען די תובעים און נישט די נתבעים, ווייל זיי זענען אריין אינעם טמא'נעם בג"ץ בלי רשות בי"ד, זענען זיי די תובעים, ווי די הלכה איז, און צוליב דעם איז די זאלי פארלאנג אז די דין תורה זאל זיין אין אמעריקא אפגעווארפען, ווייל התובע (זאליס) הולך אחר הנתבע (אהרונים).

איבערן עיקול האט בי"ד געזאגט אז זיי קענען נישט דן זיין איצט וואס בי"ד זאל מעקל זיין, ווייל די צייט איז קורץ, נאר די זאליס מיזן שוין גיין אינעם ציוניסטישען קארט איינמעלדען אז זיי האבן זיך געשטעלט צו בוררות. און איבער אראפ נעמען די עיקול בערכאות וועט מען דן זיין ביי די קומעדיגע זיצונג.

***

ישראל הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט דארט פאר די זאלי בג"ץ מוסדות אין ירושלים, מען האט אים געהייסען אז ער זאל גיין פון דארט, ווייל ער מאכט א חילול פאר רביה"ק זי"ע ווען ער שטייט נאך געלט פאר א מוסד וואס פירט אן די טמא'נע בג"ץ תביעה, און מיט דעם איז ער מבזה ומצער רביה"ק זי"ע.

ווי אויך איז פארשטענדליך אז די מוסדות אין ירושלים איז אוועק גע'גנב'עט געווארן פון אנ"ש, און ווילאנג זיי שטעלן זיך נישט צו דין תורה טאר מען זיי נישט געבן קיין רויטע פעני, און קענען נישט שטיין נאך געלט ביית החיים דקהלתינו, אז ער וויל קען ער שטיין נאך געלט ביי פאלאקס.

מען האט געהייסען דעם שלוח בג"ץ ישראל אראפ גיין מיט שיינעם, אבער ער האט אנגעהויבען צו שרייען איך וועל ווייזן אז די אהרונים זענען נישט בעל הבית דא, מען האט אים נאכמאל געבעטען מיט שיינעם אז ער זאל אויף הערן גיין נאך געלט פאר די בג"ץ גע'גנב'עטע מוסדות.

נאך 3 מאל הייסן האט מען אים אנגעכאפט ביים קארג און ארויס געטראגען, אפען וועג ארויס האט ער אין מיטען אנגעכאפט די טישל פון מוסדותינו אין וויליאסמבורג, און ער האט עס מיט כוח געוואלט איבער דרייען אלס נקמה, שרייענדיג אהרונים שקצים פייגער'טס, דארטן האט מען אים געגעבען צו קאסטן, אנשטאט די טישל זאל ווערן איבערגעדרייט, האט מען אים איבער געדרייט...

שטעלט אייך פאר ווען ביים ציון הקדוש שטייען די שלוחי פון די ציונים און גייען נאך געלט פאר די קרן קיימת, עלי', סוכנות, חינוך עצמאי, וכו', די זאליס וואלטן ווען איבער געדרייט א וועלט מיט מחאות קללות אז די אויערן וואלט שטים געווארן.

אז מען האט מקדש שם שמים געווען און ארויס געווארן א שלוח לבג"ץ, וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר א מוסד וואס האט מחלל שם שמים געווען די נאמען פון רביה"ק זי"ע מקצה העולם ועד סופו, און א מוסד וואס האט מיקר שם אלילים געווען מיטן גיין אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, איז פארוואס פרייען זיך די זאליס נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 05:02 לינק ישיר 

וואס האט עס מיט בי''ד
פארדעם זענען די זאלי'ס למפרע אויס קלעגער אין בג''ץ?

ב''ה האפענטליך וועט די קעיס אין בג''ץ פארמאכט ווערן בקרוב זייענדיג געצווינגן זיך צו שטלען צו די''ת דורך די רבנים שליט''א אבער די פלעק וועט אויף ר' זלמן לייב טייטלבוים בלייבן לדראון עולם
איינער וואס האט זיך געוואגט צו אריינטראגען א סוכסוך אין ציוניסטישען בית משפט ה''י

אין זיינע ציהלעפרס וואס רופן זיך יטב לב ירושלים טארען נישט גיין נאך געלט ביים ציון הק' אין פארשוועכן די הייליגע כבוד פין רביה''ק ז''ל פינקט ווי די חינוך עצמאי אין סוכנות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 06:25 לינק ישיר 

יא יא דאס איז דער תירוץ פאר גאנץ כלל ישראל פון יעצט ביז משיח'ס טאג
למי החותמות ולמי הפותלות
יא סטרא אחרא נישט סטרא אחרא
אויף א זאך וואסרבינו הק' שרייבט אז עס איז יהרוג ואל יעבור האבן זיי זיך געטרויעט צוצירירען
און די קשיא וועט בלייבן אויף א יעדעם איינעם פון זיי
פאר וואס האט עטץ נישט מוחה געווען און נאכאמאהל פארוואס ???!!!
אריזאנע - פלייש - סידור קידושין- דער בלאט
דארט האט מען געקענט הערן ענקער קול אבער ווען עס קומט צו שרייען ווען מען טרעט אויף די תורה הקדושה הערט מען נישט קיין ווארט

ווען עס שטייט אינמיטען ווילאמסבורג א זאל וואס קומט פאר תערבותדיגע חתונות און בר מצוהס יעדע דריטע וואך ווי איז ענקער מחאה
קול ענות אנכי שומע!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 21:22 לינק ישיר 

איינער פארציילט מיר לעצטנס
ער טרעפט איינס פין די זאלי דיינים אין ער פרעגט אים היתכן מען גייט אין ציוניסטישע בג''ץ
ענטפרט אים דער זאלי דיין, וואס הייסט די ארונים גייען כ'האב קלאר געזעהן א קאפי אין דער איד
יענער האט געזעהן מיט וועם ער האט צו טוהן האט ער זיך נישט פארלוירן אין פרעגט אים ציריק
''אויב אזוי פארוואס זענט איר נישט מוחה קעגן די ארונים?'' יעדן מאנטוג אין דאנערשטוג שרייבט איר קול קורא'ס קעגן די ארונים אין דא פליצלונג ווען זיי גייען אין בג''ץ זענט איר שטול....
איר קענט אייך פארשטעלן די נאפאלגענדע אויסבראך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 01:41 לינק ישיר 


איך האב שוין געפרעגט פון לאנג פאר די אלע מצה טאשן די שאלה, דאס איז דער אייציגסטער מיטל זיי צו שטיל מאכן זייערע ליגנט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2010 02:41 לינק ישיר 

זאגט מיר א זאלי מיט כעס!

ביי אונז אין פאלאקס האט מען יעדעם געלאזט שטיין כו אב מען האט קיינעם נישט ארויס געווארפען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קידוש השם: פארשיקט די בג"צ'ניקס פינעם ציון הקדוש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.