אויפשוידרענט: געדארפט פארנייען קאפ פון הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש
די רשעים ארורים (אזוי רופט זיי אן די חז"ל) האבן מיט זייער גרויסער כוח פון סבלנות, געוויזן פינקטלעך וואס פארא סארט חינוך די ישיבה על קברו שטעלט צו, מיטן צו'מזיק'ן איינע פון די חשובסטע יונגעלייט פון סאטמאר, פארן בלויזן חטא פון ארוםגיין שוין איבער צוואנציג יאר פארן רבין'ס הייליגע מוסדות "יטב לב".
האבן אינזערע עובדא דאהרן מענטשן, נישט געקענט צוקוקן, ווי אזוי א יוד דינט נאך די עבודה זרה פון "רעבעזיכרוינויליבראכא", האבן זיי אנגענומען דעם אזוי באליבטן מיטל, מיט וואס זייער מנהיג שעפט חיות דקדושה, און זיך געפירט אזוי ווי אין קראלי און אין סאטמאר, און אזוי אויך אין ברוקלין, און געטיילט מכות רצח, ביז ווי לאנג די תאווה פון רציחה, פון די פארפוילטע יונגעטשעס האט אויסגעוועפט, דערזענדיג זייער קרבן אראפ פאלן אויפן ערד אוממאכט, און געדארפט אנקומען צום שפיטאל.
פארשטייט זיך אז דער ראש פון דעי סבלנים, נאכן הערן די נייעס, האט זיך געקלאפט אויפן בייכל, הערענדיג אז זיינע תלמידים הקרוים בנים, שפילן איהם נישט אויס, נאר פירן זיך אויפן אלטען דרך וואס מ'האט שוין אויסגעלערנט צוואנציג יאר צוריק, און ווי דער סבלן האט געזאגט בלשון הטמא: "ווער האט זיך געגלייבט אז אין תש"ע, ווען די חוצפה אין די וועלט איז אזוי איינגעריסן, בלייבן נאך אבער מיינע תלמידים געטריי צו די דרכים וואס איך האב זיי געלערנט, און מיט נאך מער חיות, און מיט נאך מער אייפער"
ערנסט גערעדט, קודם לאמיר ווינטשען א רפואה שלימה פאר הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש שליט"א, און איהם געבן חיזוק, ער זאל וויסן אז יעדע טראפ בלוט וואס האט זיך געגאסן פרייטיג ביים ציון הקדוש, איז בוקע רקיעים, און רבינו הקדוש וועט זיכער אויספועל'ן פאר דיר אלעס וואס די ברויכסט.
אבער דער עיקר איז - און דאס איז אייגנטליך די ציל פון מיין גאנצן הודעה - איך האף די וועסט האבן די שכל אויפן פלאץ, און פרעיסן טשארדזשעס ביי די פאליציי, זיי זאלן באשטראפן די שולדיגע, אזוי ווי די מחבר פסק'נט (סי' ?) וואס מ'דארף טוהן מיט די שלעגערס, נאר אזוי וועט מען זיי קענען סטאפן פון טוהן זייערע נאצישע שטיק.
און צום לעצט א ווענדונג צו הרה"ח הטפסר השתדלן ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, אזוי ווי די האסט לעצטענס געגרינדענט א מענטשן רעכט ארגענזאציע מיטן נאמען "ביושר", בעיקר פאר די רעכטן פון די ירשלים'דיגע אידן, בעט מיר דיר ביטע עפן א פליגעל פון דעם ארגענזאציע, און די שטאט קרית יואל, וואס זאל זיך אננעמען פאר די מינאמאלסטע רעכטען, וואס קומט זיך פאר מענטשן, א דאנק.
נשלח ב-8/8/2010 14:58
הודעה פון חזקה
תמימות, אומשילד אדער אומוויסנד? קוראזש!
אנשי שלומינו חסידי סאטמאר דרוקן אויס שטארקע צופרידענקייט נאך דער סוקסעספולע יומא דהולולא ווען דאס הייליג בארג ביים ציון הק' אין קרית יואל איז שטארק אפגעהיטן געווארן פון די בעלי זרוע און אנשי רשע וועלכע זוכן פאר אלע פרייזן צו ברענגען אן אומארגענונג און דאס קענען דערנאך נוצן פארן גואישן ריכטער, און אזוי ארום אפשר מעגליך באאיינפלוסן דעם ריכטער אז וויבאלד עס הערשט נישט דארטן קיין ארדענונג ווען עס איז אינטער זייער פירערשאפט זאל עס באלד איבערגעגעבן ווערן פאר די וואס ווילן עס האבן אבער האבן עס נישט...היל"ת סיי וואו סיי...
דער גרופע וועלכע זענען אין כסדר'דיגע קאמף מיט דער "קרקע שאינו שלו" האבן איצט נאך דער יארצייט פרובירט צו באשולדיגען די בחורים פון די מתיבתא הק' אין קרית יואל אז זיי האבן אטאקירט אומשולדיגע יונגעלייטלעך, און איבערגעגעבענע עסקנים, ווי ר' ישראל הערשקאוויטש און נאך עפעס א תמימות'דיגע גרופע וועלכע "האבן באמת גארנישט געוואלט, און האבן מיט בלויזע "תמימות" פארקויפט די נייע איבערגעדרוקטע ויואל משה".
הערט מיר צו טייערע ברודער: דאס אז עטליכע יונגעלייט זענען אראפגעפירט געווארן פון בארג מיט א אומאיינגענעמע באגלייטונג" איז א "פאקט"...
דאס אז הרב הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט פאר כולל יטב לב אין ירושלים עיה"ק, איז אויך א "פאקט"...
דאס אז מהרז"ל האט געברויכט אויף די אנווייזונגען פון די קרית יואל פובליק סעיפטי שפאצירן צופיסענס א שטרעקע ביזן אוהל הק', איז א "פאקט..." און דערמיט דעמאנסטרירט דעם "אלעס בלייבט ביים אלטן..."....
עס זאל זיך ביטע קיינער נישט תמימות'דיג מאכן, און וויסן זאלן די אלע וועלכע זענען פארשריגען געווארן אז צו ארויפקומען אויפן ביה"ח פארקויפן סיי וואספארא ספרים אדער חפצים, אדער שטיין נאך געלט אן די ערלויבעניש פון די חברה קדישא מצד מהר"א וועט אראפפליען פון בארג שנעלער ווי ער איז ארויפגעקומען און באגלייטונג פון צוקאליעטשטן ברילן און פארוואונדעטער היטל...
נשלח ב-8/8/2010 22:33
יא יא אזוי ווי אייביג פרבירן די ארוינם צו באשילדיגן יענעם ווען עס קימט עפעס פאר
לויט ווי עס קיקט אויס ביזטו שוין זייער לאנג נישט געווען אין ראדני ווי יעדער קען גיין נאך געלט און קיינער זאגט גארנישט. נאר אין מאנרא זעט מען אזאלעכע זאכן ווייל ער גייט נאך געלט פאר א מוסד וואס רבינו זי"ע האט מיסד געווען האקט מען עם אן די ביינער.
יעדעס מאל שטעלט זיך נאך אמאל ארויס קלאר ווער עס זענען די שלעגערס און ווער איז געווען די שלעגערס די לעצטע 20 יאר
וועל איך פארצייכענען א מעשה שהי' פאר בערך 50 יאהר צוריק אין ווילאמסבורג אין קליינעם בית המדרש 500 בעדפארד. ביתו נאוה קודש פון רבינו זכרונו לברכה. ביי מנחה ומעריב פלעגן דארט דאווענען בערך 30 ביז 40 מענטשן מיט דעם מנין מנחה פון רעבין ז"ל און מעריב פלעגט זיין בדרך כלל 2 מנינים. די ערשטע האט זיך געשטעלט תיכף נאך מנחה א מניןם מעריב אין די האלל. אינווייניג אין בימד"ר האט ר' שמעון לויפער ז"ל פארגעלערנט משניות און נאכדעם האט מען ג'דאווענט אינווייניג די עמטליכע מנין מעריב. טייל מאל האט רבינו הק' ז"ל אויך מיטגעדאווענט מעריב און רוב מאל איז ער ארויס תיכף נאך מנחה.
מעשה שהי' כך הי': אינמיטן חזרת הש"ץ פון מנחה איז אריינגעקומען א קאלעקטער פון די קלויזענבורגער ישיבה קלייבן נדבות. דער איד האט געהייסן ר' חיים געלב ע"ה וועלכער איז ארום געגאנגען אין אלע בתי מדרשים קאלעקטען און יעדער האט עהם געקאנט. (דער אינגערער דור אינטער 40 יאהר געדענקט עהם שוין נישט אבער מיטעלע יעריגע קען עהם אפשר געדענקען ווען בסוף ימיו איז ער געוועהן אין די אשל אברהם האום).
יעדער איד אין ווילאמסבורג האט זעהר גוט געוויסט אין יענע תקופה. די געוואלדיגע רדיפות וואס סאטמערע תלמידים און די הנהלת המוסדות האבן אויסצושטיין פון די פירערס פון קלויזענבורג ביי יעדע טריט און שריט. א סאטמערער אינגערמאן אדער בחור האט זיך נישט געטרויעט אריין גיין נאך געלד אין קלויזענבורג. ווער ס'וויל איבערפרעגן פון הרבני החסיד ר' אהרן הערש בערקאוויטש דער מענדשער אין סאטמערע ת"ת אין קרית יואל וואס ער אליין האט נאך געליטן בשנות תשל"ב מכות אכזריות פון זיי.
בקיצור הדברים: ר' חיים געלב ע"ה קומט אריין אינמיטן הויכע שמונה עשרה און גייט ארום פון איינעם צום צווייטן בעטן א נדבה. הרב החסיד ר' שלמה בראווער ע"ה ממנהלי מוסדות ייטב לב וואס האט זיך מורא'דיג געפלאגט אויף פרוטה ופרוטה צו שאפן פאר די מוסדות, איז געשטאנען אין א ווינקל און דאס בלוט האט עהם אנגעהויבן קאכן אויף די חוצפא אז א קאללעקטער פון קלויזענבורג וואס זיי האבן באלו הימים אסאך בלוט געטרינקען פאר'ן רעבין ז"ל און אסאך שאדען געמאכט פאר זיינע מוסדות. און דא טרויעט זיך דער קאללעקטאר אריין קומען דא אין רעבינ'ס בימד"ר קלויבן נדבות. און רבינו הק' שטייט אויף זיין פלאץ ביי זיין שטענדער און באמערקט ווי דער ר' חיים געלב גייט ארום און די פנים פון ר' שלמה בראווער ווערט אנגעצויגן. האט רביה"ק נישט געוואלט רעדן אינמיטן הויכע שמונה עשרה נאר ער האט זיך פון זיין שטענדער אהינגעריקט נענטער צו ר' שלמה בראווער און דארט געשטאנען ביז מ'האט גענדיגט חזרת הש"ץ כדי עהם צגעבן דעם רמז אז מ'דארף דאס איגנארירן און נאך עלינו זאגט עהם רבינו הק' זי"ע בארואיג דיך. מאך נישט קיין עסק פון דעם איד. ער איז א קאלעקטער און ווען ער גייט נאך געלד באקומט ער דאך אויך דערפון, מיינט ער דאך זיין פרנסה אויך. ער טוט נישט קיין שום עולה אז ער קומט אריין דא. ווער ס'וויל זאל עהם געבן. און ר' שלמה האט זיך בארואיגט.
עד כאן המעשה.
נשלח ב-9/8/2010 18:05
חבל! חבל!
א שאד די ציונים פון מיטל מזרח האבן נישט איינגענומען דעם ציון אין קרית יואל, איבער 100 טויזענט ויואל משה'ס זענען שוין פארקויפט געווארן אין די ציוניסטישע אקופירטע שטחים, 5 ויואל משה'ס זענען פארקויפט געווארן ביי די היזיגע, האט מען יענעם ארויס דעריאגט מיט צעקאליטשטע ברילן
עס איז צום האפן, אויב וועט מען ח"ו נישט מצליח זיין צוריק ארויסצוראטעווען דעם מקום קדוש פון די CYL CORP זאלן חאטש דאס די ציונים אייננעמן, די CYL CORP געט ווייניגער פריוויליגיעס פאר די פארשטינקענע ווי די ציונים פאר זייערע ארטיגע פארשטינקענע.
מיר איז אבער א פלא, פארוואס זיי זענען ארויס אין מאנהעטן ב' שלח וויינען אויף די רדיפת הדת, וואס שרייסטו? האבן די חרדים נישט געוואוסט אז די מדינה געהערט פאר די ציונים? וואס האבן די ציונים געטון ראנג? א מענטש איז בארעכטיגט צו שלאגן אויף זיין פרייוועט פראפערטי, און די פארשטינקענע חרדים ווייסן דאס זייער גוט!
נשלח ב-9/8/2010 20:10
נשלח ב-9/8/2010 20:14
נשלח ב-9/8/2010 20:46
צבי, תאמין לי, אויב איינער זאל אריינגיין היינט אין ראדני שול שנארן פאר ר' אהרן'ס וומ"ב מוסדות, וואלט איך איהם געראטן ער זאל זיך קודם גיין געזעגענען פון זיין משפחה, קיין גאנץ ביינדל וועט נישט בלייבן פון איהם, די חילוק איז נאר אז די זאליס וועלן עס נאך אנקלעבן אויפן רבי'ן ז"ל, אלעס גייט לשיטתם פון הא לן והא להו...
נשלח ב-9/8/2010 21:07
איינער ווייס איז אין ראדני יעדן חודש נאך געלט פאר ראט'ס כולל אבני צדק אין קרית יואל
נשלח ב-9/8/2010 21:26
די ווערטהיימער צווילינג ברידער (בני ר' מענדל שליט"א) גייען טעגליך שנארן אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני סטריט פאר די מאנראויער מתיבתא, און זיי מוזן זיך נישט געזעגענען מיט זייערע משפחות
נשלח ב-9/8/2010 23:04
צביהירש, עס קומט מיר אן צו לאכן. זאג נאר נאכאמאל, ווער האט וועם גע'רודפ'ט? קלויזענבורג האט גע'רודפ'ט סאטמאר? הא! הא! הא! א יעדער קינד פון חדר פון אלע קרייזן האבן געוואוסט פון די רדיפות וואס יעדער האט געהאט אויסצושטיין פון סאטמאר. קומסטו מיט א קעלבענע תם'ע ותה און פארדרייסט די יוצרות?
פאררראכטן צוליב בזיון רבנים
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/08/2010 20:59:31
נשלח ב-10/8/2010 02:10
אין אזא צייט ווען מען דערמאנט אלטע זכרונות איז נישט מער ווי פאסיג איבערצוחזרן דאס ווארט פון הרה"ח ר' מי"ג שליט"א (א איד א בן שבעים)
ווען די רבי ז"ל האט געלעבט איז געווען א וועלט פון רשעים (אלע רביס) און איין צדיק (רביה"ק זי"ע)