ווי איך האב געכאפט אז עפעס אנדערש ווי יעדע וואך!
ביינאכט נאכן טיש פון מרן רבינו שליט"א דורכגייענדיג דעם חצר פון ביהמ"ד הגדול, האב איך אנגעטראפן גרופעס עלטערע בחורים, שטייענדיג ביים נייעם פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד, מלפנים סעפטינג, ווי איינער דארט נעמט איבער דאס ווארט:
זיי וועלן דאס קיינמאל נישט קענען פארשפארן....
וואס הייסט ס'איז שוין פארשפארט, כ'מיין אויף דערווייל ווי לאנג די לויער קומט צוריק פון אוויקעישאון
אוי די ליינסט נעבעך די בלאט, די גלייבסט נאך אז ס'איז צוגעשפארט
וואס הייסט געדעקנסט נישט די פיקטשער פון די פינף ספרי תורות
נו אין הכי נמי, וועגן דעם איז געווען די גרויסארטיגע אסיפה און ויואל משה, און אוי די עיקר די ריזיגע פראטעסט, אגב ווייסט נאך א מזל ס'איז נישט געווען קיין חתונת יענע נאכט אזוי איז 'יעדער' געקומען, גראדע פארטאגס-צופרי איז געווען ליידיג און די מנהל האט געשאלטן אבער ווער סהאט גענטפערט פראטעסט-יועס האט נישט געדארפט צאלן צוויי דאלער
בקיצור גראד נאכדעם האט מען עס צוריק געפענט, האסט נישט קיין אהנונג ווי די ארונים האבן דאס נישט אויסגעהאלטן
יא זיי פלאפן אלעמל געדענסט נאך די ביה"ח האב זיי אויך עפעס אב'נארמאל פארלוירן
בכלל א זאך וואס זיי מאכן האט נישט קיין סוקסעס געדענקסט נאך די פראטעסט אין מאנהעטען אוי וויי קוים טויזענט מענטשען
אבער ווייסט וואס באדערט מיר יא כ'בין פריעד אריין און די געגאנבטע כולל די אלע בחורים זיצען דארט צוזאמען און זינגען הערן אויס די תורה סעהרשט דארט א גאנצע רביס'טעבע
און ביי אונז ... שטיי מיר דא און שמוסען
וועם אינטערעסירט עס, וועם אינטערעסירט בכלל א רבי, זינגען תורה, לאדיך אפ כ'האב געמיינט אז די ביסט אביסל קלוגער פון דעם.
וואס האט די רבי גערעדט נעכטן ביי די יארצייט סעודה ?
שוין ווייטער וועם גייט עס אן, די עיקר אום אינטער צוברענגען
גראדע די רבי איז געווען א גרויסע פערד פארן זיך לאזן פון די ארונים אז אונז זאל מער אינטער שרייבן שטרי ברורין אמאל איז ער געווען בעסער
מיר באדערט אסאך מער וואס עפעס בויעט ער די נייע בית רחל אויסער קרית יואל, ער ווייסט זיי מיט דעם קלאר אז אין שטעטל קען איך גארנישט טוהן
איך וואלט ארום געשיקט שבת צוויי אלייענס קארס אינדערויסן פון קרית יואל, אין געבויעט די סקול אין קרית יואל
און קענסט מיר זאגן פארוואס כאפט ער זיך אריין און ביה"ח ווי גנב אימיטן די נאכט 'כחצות הלילה' מיט דעם ווייסט ער אויך אז ער געט אויף, כ'זאג דיר ווען ער קומט אריין אינמיטן טאג וואלטן זיי פארלוירן זייער גאנצע פאוער
וואס איז טאקע געווען ביים ביה"ח היינט מיט יטב לב?
גארנישט סאיז שוין געשטאנען פארדם א נאמבער, אז אויב קיינער וועט נישט זיין אויפן פלאץ, קען מען רופן דארט ביישטייערן סכומים לע"נ רבהי"ק
גוט שבת.. גוט שבת ...