ניין! נישט קיין חילוק וויפיל חתונות עס זענען / גייען פארקומען אינעם געאסר'טע זאל און חתונה האבן / געהאט שלא כדת וכדין אין די גלילות קרית יואל, וועט כבוד שם שמים נישט קיין ברעקל קלענער ווערן.
יא! נישט קיין חילוק צו אונזערע מוחאות העלפן בלויז פאר רוב פון די מתנגדים צו אפילו נאר האלב וועלן מיר ווייטער און ווייטער נישט אויפהערן מיט אונזערע מוחאות (פארשטייט זיך אזוי ווי די הייליגע תורה הק' זאגט פאר), אדרבה מיר וועלן זיך שטארקן נאך מער יעצט און די הייליגע טעג!
מיר וועלן זיך אנעמען פאר כבוד שם שמים, ווען די תורה זאגט אסור איז דאס אסור!!
נישט קיין חילוק צו איר שפירט באקוועם צו נישט!!
די תורה הק' האט שוין ליידער ליידער אסאך מער מיטגעמאכט די תורה הק' האט שוין ליידער געהאט אסאך ווידעשפעינגערס און דאך איז כבור שם שמים נישט קלענער געווארן!
און חס ושלום, חס ושלום זיך באטייליגן ביי אזא חתונה!!
און צו די זינדיגע מענטשן וואס האבן ליידער אזוי ביטער אנגעהויבן זייער לעבן אוי השם ירחם אויף ענק, אבער עס העלפט נאך תשובה, יא עס העלפט אייך נאך תשובה יעצט ווען עס קומט די הייליגע טעג ווען עס איז א צייט פון חשבון הנפש טוט אייך בארכענען וואס האב איך געטוהן, טוט איבער מאכן אייער קידושין כדת וכדין, און אזוי נעמט אראפ די חרון אף וואס הערשט אויפן הייליגען שטאט קרית יואל.
נ.ב . די כשרע קידושין דארף נישט איבערגעמאכט ווערן ברבים
בלויז דער מסדר קידושין חתן כלה.