| נשלח ב-10/8/2010 02:58 |
|
| |
וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?
אויב האט זיך איינער אז ביי די אהרונים האט עפעס א ווערד דין תורה, האט זיך דאס שנעל איבערצייגט דעם פארגאנגענעם כ"ו אב ביים ציון הק'.
די אהרונים זענען כסדר ביזי "לאמיר גיין צו דין תורה". מיט עטליכע וואכן צוריק האבן זיי פראפאגנדירט אין בלאט אז ענדליך וועט מען גיין צו דין תורה, און נאך 11 יאר "וועט צוריק קומען אהבה אחה ושלום וריעות".
לאמיר א געבן געבן א קוק:
מיט 2 וואכן צוריק איז דער בית דין געזעסן אין בני ברק און אנגעהויבן די דין תורה אויפ'ן סכסוך אין בני ברק. דער חברי הביד"צ האבן קלאר געזאגט וואס די הנהלת השיכון איז מחוייב צו טאן לע"ע, און זיי האבן דאס אויסגעפאלגט. אמת, דער בית דין האט נישט נאכגעגעבן די פארלאנג פון די אהרונים (די ריכטיגע הולכי לבג"ץ) אז דאס געלט זאל אריינגיין אין עסקראו.
וואס שטעלט זיך ארויס נאך אלעם: אז מיט דעם וואס מען זיצט שוין ביי דין תורה האט דאס נישט קיין ווערד ביי די אהרונים, און האבן מיט א שרעקליכע רציחה צו'מזיק'ט א חשוב'ער יונגערמאן א לאנגיעריגער עסקן פאר די הייליגע מוסדות אין ירושלים.
נו פרעגט זיך די שאלה: וואסערע ווערד האט ביי זיי א "דין תורה"?
וויאזוי וועט עס אויסקוקן נאכן פסק, אויב זיי וועלן פארלירן????
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 18:53 |
|
| |
די נאטיץ אוו אפיעל וואס קהל יטב לב ד'סאטמאר האט אריינגעגעבן אין אפעלעט קאורט ווייזט ווידעראמאל אז די אהרונים זענען נישט אינטערעסירט אין דין תורה, נאר פשוט צו משוגע מאכן.
דער סדר איז אז ווען מען גיט אריין סיי וועלכע קאורט דאקומענט, מוז מען עס שיקן אויך פאר'ן צד שכנגד.
דער נאטיץ אוו אפיעל איז זעלבסטשפארשטענדליך אנגעקומען צו די הענט פון די אהרונישע לאיערס, און אויך צו זייערע קאסטומערס.
און דער וואס האט אפגעליינט דעם נאטיץ אוו אפיעל האט קלאר אפגעליינט די קלארשטעלונג פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אז זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה איבערן סכסוך ווער עס איז באלעבאס איבער קהל, אבער זיי פארלאנגען אז דער דיעד זאל צוריקגעשטעלט ווערן לויט ווי דער אפעלעט האט שוין געפסקענט מיט 4 יאר צוריק.
אבער דער בלאט מוז דאך פיטערן זייערע קעלבער, איז ער ארויסגעקומען מיט א אלארמירנדער העדליין איבער דעם געוואלדיגן חילול השם וואס קהל יטב לב ד'סאטמאר האט אפגעטאן מיטן אריינגעבן א נאטיץ אוו אפיעל אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה...
נו, קען מען מיט אזעלכע מענטשן גיין צום טיש?
נ.ב. איך גיי שוין נישט אריין אין עצם זאך וויאזוי זיי פיטערן די אייגענע קעלבער מיט שקרים, דאס איז שוין זייער פראבלעם. איך רעד נאר פון דאס גיין צו דין תורה מיט מענטשן וואס האלטן נישט ביי דעם וואס זיי זאגן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:15 |
|
| |
איך האב א חשד אז דער עכטער חסיד איז א עכטער שקרן, דער דזשאדזש האט נישט געפסקעט גארנישט וועגן דיד, אין פסק שטייט נישט קיין אות אחת וועגן דיד, און קענסט נישט גיין אפילען צום אפעלעט געריכט א אישו וואס דער דזשאדזש האט נישט געפסקעט, דער דשזאדזש שרייבט אז מען דארף גיין צו דין תורה קענסטו דאס אפילען און איבערצייגן אז מען דארף נישט גיין צו דין תורה, אבער קענסט נישט זאגן פארן אפעלעט אז דו ביסט מסכים צו גיין צו דין תורה אבער דו האסט א תנאי קודם למעשה, דאס ארבייט אין חדר ביים רבי, אבער נישט אין אפעלעט קארט, אויב האסטו עפעס א פארלאנג קומט א מוישען צום לאקאל דזשאדזש און אויב געפעלט דיר נישט זיין פסק, קענסטו דאס גיין אפילען. עכטער חסיד, לייג ארויף די פאפירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:25 |
|
| |
משה'לע
איך מיין אז דו זאלסט ערשט גיין אין חדר אריין און פארשטיין א'ב', דערנאך וועסטו פרובירן צו פארשטיין די קאורט אישוס.
דא האט מען געפאדערט אין קאורט אז דער דיעד מוז צוריקגיין לויט ווי דער אפעלעט האט שוין געפסקענט.
די אהרונים זעענדיג אז זיי זענען אויף צרות אויב דער קעיס גייט ווייטער, האבן זיי אריינגעגעבן א מאושען אז מען זאל גיין צו דין תורה.
אזוי ווי ער הט אנגענומען דעם מאושען פון די אהרונים, האט קהל יטב לב ד'סאטמאר דאס אפילט, און קלארגעשטעלט אז נישט גיין צו דין תורה איז דא דער אישו, ווייל מיר קריגן זיך נישט יעצט ווער עס איז קהל יטב לב, די אישו איז אז עס זענע געקומען יחידים און דאס פאלש איבערגעשריבן קעגן די בפירושע דעסיזשען פון אפעלעט.
איי וועסטו מיר ענטפערן, אז כדי צו וויסן אויב די יחידים האבן יא אדער נישט רעכט געהאט דאס איבערצושרייבן מוז מען אריינגיין אין די ארגינעלע אישו ווער עס איז קהל יטב לב ד'סאטמאר. אויף דעם האט שוין דער אפעלעט דעוויזשן איינשטימיג געפסקענט אז ניין! עס גייט זיי נישט אן ווער עס איז קהל יטב לב ד'סאטמאר, נאר דער דיעד מוז בלייבן אויפן ארגינעלן נאמען ווייל עס מאכט שאדן דעם אנדערן צד.
פינטל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:29 |
|
| |
אדרבה, לייג ארויף דעם נאטיס אויף אפיל ווי איר שרייבט אז איר זענט גרייט צו גיין צו דין תורה, דיין גאנצע פשעטיל איז אויסגעטראכט פון פינגער, ניתי ספר ונחזי, לאמיר זען דעם נאטיס,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:31 |
|
| |
אז דו ווייסט אזוי זיכער אז נישט, נו ברענגט עס אהער. איך בין זיכער אז שמואל משכיל האט עס, ער ווייזט עס נישט פאר דיר און די אנדערע קעלבער, ווייל ער האט ענק אין טאש, ער קען ענק פיטערן מיט הוילע ליגענטס, און ער לאכסט זיך אונטער זיינע וואנצעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 03:09 |
|
| |
מיט קורצע ווערטער לאמיר אלע איבערקלערן וואס דא שפילט זיך אפ.
עס ווייסט יעדער דער ווייטאגליכער מציאות, ווער זענען די וואס האבן גענומען דער לעדער העד קהל יטב לב ד'סאטמאר און טוהן פראקלאמירן דערמיט דין תורה דין תורה, ס'איז פארהאן אזא סארט זאך אז ווען א מענטש ווען נעמען א הוילער שקר און ער וועט עס האלטן און איין איבערזאגען און איבער חזרן וועט עס ווערן מיט די יארן א פאקט, אבער פארשטייט זיך נאר ביי די מענטשן וועלכע וועלן פארמאגען די זעלבע נגיעות ווי דער וואס האט דאס ערשטע ארויסגעלאזט דער שקר.
אט דאס שטעלט זיך ארויס אינעם 10 יעריגע חילול השם וואס עטליכע יחידים האבן גענומען דעם סאטמאר'ע ציבור און געשפילט מיט זיי דריידל, און מיט א יעדעם איז עס געפאלן אויף א אנדערע זייט.
עטליכע פאקטן וואס מען דארף חזרן און חזרן:
ס'איז געווען א רבי זי"ע בעל דברי יואל, א מלאך מן השמים וועלכע האט צוריק אויפגעבויעט דאס צושפליטערטע כלל ישראל נאך ביטערן חורבן, אידישע קינדערלעך זענען געווען צוגעבינדן צו אים ווי א קינד צו א ליבליכע פאטער, און ווען דער ביטערע טאג איז אנגעקומען און דער בעל דברי יואל איז נסתלק געווארן האבן מענטשן דאן געשפירט ווי דער וועלט גייט אינטער גיין, און וויפיל מיר זאלן עס הערן פון די אידן וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט וועלן מיר נישט קענען פארשטיין די געפילן. געוויסע יחידים וועלכע זענען געווען מקורב למלכות צוליב פארשידענע אורזאכן... האבן דאן געזעהן אין זייער געדאנק א אוממעגליכקייט פאר א מ"מ, עמעצער וועלכע זאל קענען ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפן מיט דעם רבינס פטירה.
אבער צווישן די אידן זענען אבער געווען מאנכע פארשטענדליכע און באזעצענע לייט וועלכע האבן מיט זייער קלארער דעת געוואסט און איינגעזעהן אז כדי סאטמאר זאך האבן א קיום איז פשוט פארשטענדליך אז דא דארף זיין איינער וועלכע זאל געקרוינט ווערן אלס סאטמאר רבי.
וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווייסט יעדער אז דער בעל ברך משה איז געווארן דער סאטמאר רבי, קיינער זאט נישט אז דער וואס נעמט איבער דארף זיין אינעם די זעלבע בחינה ווי דער וואס איז געווען פריער, אבער די קלוגערע קרייז האבן פארשטאנען אז פאר קיום דארף מען טוהן די ריכטיגע שריט און מיט אלע כוחות זעהן אז די אלע כוחות וואס דער בעל דברי יואל האט אריינגעלייגט זאל נישט ח"ו פארפאלן גיין, און ארויסהעלפן דעם נייעם רבין.
ווי עס ווייסט יעדער האבן אבער באלד די יחידים אינטערגענומען א וויסטע העצע קאמפיין אנטקרעגען דער בעל ברך משה, וואסענדיג דער פאקט אז קיינער קען נישט ערפילן דער חלל, און מיט זייער קורץ געבינדענע דעת פארזעהן אז די ווייטערדיגע דורות דארפן ווייטער בליען און מיט עטליכע קליינע שוהלן אין שטאט וועט קיין אויטאריטעט נישט זיין וועלכע זאל אינטערהאלטן דאס אידישקייט, און עס פארלאנגט זיך זיך זאפארט א ממלא מקום.
ב"ה, מען האט אדורכגעשוויצט די אלע ביטערע יארן, סאטמאר איז געוואקסן און געבליעט, דער בעל ברך משה האט געפירט דער גאלדענע אימפעריע מיט גרויס סייעתא דשמיא, אריינעמענדיג אין זיך די אלע בליטיגע שפיזן וועלכע זענען כסדר געפלויגען אין זיין ריכטונג, אין די זעלבע צייט האט מען באשולדיגט אז מען נעמט אומשילדיגע קינדער בחורים'לעך ווי די תלמידים וועלכע זענען אריין לערנען אין דער בני יואל אנשטאלט און מען אטאקירט זיי, מען ווארפט שטיינער א.ד.ג. וואס אז מען וועט נעמען דער שפאקטיוו און כאפן א טיפער בליק אינעם מציאות, און זיך עטוואס אפשיידן פון די נגיעות פארשטייט יעדער אז ווען די פאר געלט-גייציגע יונגען, און שלעכטע מענטשן וואלטן ווען זיך צוזאמגעליבן פונעם בראך און וויטער מיט געשטאנען מיטן בעל ברך משה וואלט קיין שטיינער נישט געווען, נאר מיט זייער וויסטע קאמף וואס זיי האבן אינטערגענומען האבן זיי אריינגעשטעלט אין געפאר די אלע קרובי המשפחה וועלכע האבן געליטן אדאנק דעם וואס סאטמארע חסידים האבן נישט געקענט צוקוקן די צער פון זייער רבי'ן, און אזוי ארום האבן געליטן טובים ורעים...
דאס ליבשאפט, די אויסטערלישע אהבה וואס דער פעדער איז צו ארעם איר צו שילדערן פונעם ברך משה צו זיין מסירות נפש'דיגע זון ר' אהרן וועלכע אגב זיינע היינטיגע שונאים וואס ער פארמאגט האט ער בלויז צוליב'ן זיך אננעמען פאר זיין טאטענס כבוד, חוץ די וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן פון די ישיבה וועלכע האבן בלויז גענאסן פון די געשמאקע מאכלים א.ד.ג. און נישט צוגעגעבן גארנישט צו די רוחניות'דיגע טייל פון די ישיבה.
אין שאטן פון די רבינו בעל ברך משה איז שטענדיג געשטאנען דער גבאי וועלכע האט געשעפט חיונה פון זיין פאזיציע, מיט זיין ליבליכע שמייכל צו יעדן האט ער געוואונען און זיינער צייט רעספעקט וואס דער פאקט איז אינעם טאג-טעגליכן לעבן אז ווען מען נעמט אויף א מענטש מיט א שמייכל און צו דער זייט א איינגענעמע קלאפ אויפן פלייצע דאן האסטו אויף דיין זייט דער מענטש, און דאס איז אנגעגאנגען פאר יארן, און קיינער האט ניטאמאל געחלומט אז דער "קלאפ" איז גאר א "מערדערליכע זעץ" וואס די קאנסקעווענצן דערפון וועט זיך שפירן יארן שפעטער...
א אינטערסאנטע פאקט וואס איך גלויב אז קיינער מעגליך האט זיך נאכנישט ערלויבט דאס זאגען, און איך ווייס אויף פאראויס אז אוי וועט מען מיר באהאגעלן פאר זיך וואגען ארויסצושרייבן אזא געמיינער מאדנע "קאנספיראציע", ווייל דאס איז א ווייטאגליכער מציאות, אז די אלע באציאונגען וואס דער גבאי האט פרובירט אלע יארן צו פארמאגען מיט ר' אהרן, שמייכלן, חנפנען, און צייגען געטריישאפט אויף געוויסע פראנטן איז געווען ווייל ער האט געוואסט פונעם פאקט דאס אבנארמאלע קשר און שטארקע ווארט וואס ר' אהרן פארמאגט אויפן טאטן, און אזוי ארום האט ער פרובירט צו האבן א איינפלוס ביים רבין.
אבער עס איז געקומען צו א פוינט וואס דער גבאי האט געשפירט אז דער ר' אהרן שפירט דער געמיינעם פרצוף, און ער האט אנגעפאנגען באמערקן אז דער טאטע דער בעל ברך משה הויבט דאס קאפ פונעם זון און עס איז געקומען צו א קלימאקס ביי דער הנחת אבן הפינה פונעם ביהמ"ד החדש ווען דער ברך משה האט געזאגט מיט אזא סארט נעימות אז דאס ביהמ"ד באלאנגט פאר מיין זון ר' אהרן, און עס ווייסט יעדער זייער גוט וואספארא אויסטערלישע כוחות ר' אהרן האט אריינגעלייגט אינעם ביהמ"ד.
דאן האט ער באשלאסן אז ער מוז דא אנפאנגען וועבן פינסטערע פלענער וויאזוי אפצושיידן דעם טאטן פון זון, ווי עס ווייסט יעדער די פארברעכערישע מיטלן וואס ער האט געטוהן מיט א רבן של ישראל פארקויפט פאר די וועלט צענדליגע בריוון וועלכע זענען פובליצירט געווארן וואס דער בעל ברך משה האט געשריבן קעגען זיין זון ר' אהרן, און ווען מאנכע האבן באמערקט אז אויף דער פאפולערער בריוו וואס איינע פון די גרעסטע לאבעטאריעס אין אמערקי האבן אויפגעדעקט איר פאלשקייט סיי ווי סיי, געפינט זיך נישט קיין בעזהשי"ת אדער בס"ד אדער כאטש ב"ה, אבער די ליצים באלד געגעבן זייער אנטווארט אז דער רבי איז געווען אזוי אויפגעברויזט אז ער האט באלד אנגעפאנגען ס'בריוו... סארא ליצים...
און נישט איינמאל האבן זיי געליטן זייערע ביטערע נידערלאגע ווען נאך יארן פארקויפן פארן המון עם אז דער גרך משה וויל נישט הערן פםון זיין זון ר' אהרן האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די חתונה פון ר' זלמן לייב ווען מען האט נישט צוגעשטעלט קריין בענקל פאר ר' אהרן האט זיך אנטפלעקט פארן ציבור דאס אומגלויבליכע: דער רבי אליין האט זיך אויפגעשטעלט, און צוגעריקט זיין בענקל פאר זיין זון ר' אהרן, און די בזיונות איז געווען עין לשער, כאפט נאר א בליק אויף דער גבאי אויפן בילד ווי ער פארבייסט ס'ליפן ביז בלוט...
נאכן אנערקענען איבער דער שרעקליכע און אומאיינגענעמע דורכפאל האט מען ביי די קומענדיגע געלגענהייט ווען ר' מענדל טייטלבוים האט א שידוך געטאן און דער גבאי האט באשלאסן זיי אריינצולאסן צום זיידן, האט מען אבער זיך אויסגענומען און פארלאנגט אז קיינע גבאים אשער נאכלויפער וועלן נישט קענען אריינקומען אינעם ציבור צום לחיים נאר ממש לויטער פאמיליע, אבער זיי האבן פארזעהן דער פאקט אז אין אמת'ן באלאנגען דאך די קאמערע אפאראטן צו די עזרת נשים וועלכע האבן געכאפט היסטארישע בילדער ווי דער בעל ברך משה שלעפט זיין זון ר' אהרן צו זיך, שטראלט, שמייכלט, שיינט, לייכט, נעמט ארום זיין הענט מיט א אויסטערלישע ליבשאפט, און באלד האט די וועלט געזעהן, כ'מיין די וואס האבן זיך נישט פארדעקט די אויגען וואס דאס גייט פאר אין די ווירקליכקייט.
מיין ציל דא איז נישט אריינצוקריכן אין די גענויע פאקטן, און אין די אלע דעטאלן, נאר בלויז די אלע יסודות'דיגע דעטאלן וואס שפיגלט בלויז אפ די געשעהנישן וואס ווערן פארגעסן מיט די צייט, און די אינטערשטע און אויבערשטע שורה איז, אז עס איז די רעדע פון אידן מיט א געוויסע "מהות" עס איז קלאר א די אלע מתנגדים זענען נישט פאראינטערסירט אין קיין רבי, א מדריך, א אויטאריטעט, זיי זוכן פרייהייט, דאס איז א מהות, מיין חבר האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט אויף זיי: אז ער וואלט פאר די חברה נישט געבארגט קיין געלט..." א טאטאלער אומבאלאנסירטער מהות וועלכע דורכגעווייקט מיט היפאקריטיע און אומצופרידענקייט...
טאטאל, נעמט עס אריין און מיינד, און ווען קיינער זעהט נישט, אויפדערנאכט ווען מען לייגט זיך אריין אין בעטל און מען קלערט זיך איבער די סארט געדאנקן וואס מען וועט אין לעבן קיינמאל נישט מיטטיילן מיט א צווייטן ווייל מען שעמט זיך, ( ווייסעך מיין???) באטראכט וויאזוי די מתנגדים באטראכטן און כאפן זיך ארויף אויף א יעדע סארט זאך וועלכע קוקט אויס צו האבן עפעס וועלכע קען צונוץ קומען פאר ר' אהרן, אינטערשטע שורה: א זאלי איז נישט קיין רבי מיט חסידים, נישט קיין פירער מיט א פארטיי, א בלויזע טרוקענע אומבאלאסירטע מהות, וועלכע ווערט געטריבן פון "פרייהייט" וואס שלעפט אראפ א מענטש, וואס דער פאקט איז אז ווען א מענטש האט צופיל פרייהייטן איז ער אומצופרידן און נישט העפי, ביי א גוי ווען ער פארמאגט זיינע אלע תאוות דאן וועט ער זיין גערעגט און ער וועט ווערן זייער שנעל אומצופרידן, דאס זעלביגע איז מיט די "מהות גרופע" זיי זוכן פרייהייט, זיי פירן זיך פריי, דעריבער ווערן זיי שנעל גערעגט, אומצופרידן, מען םפארלירט דער שמחות הנפש, בקיצור, עס פארלאנגט זיך א באזונדערע מאמר וואס איך האף צו פארעפטליכן אין די צוקונפט איבער די מהלך החיים, און יסודות הנפש פון די זאליס, און זייער פונדאמענט: זייער מהות!
איך האב אראפגעגעבן מיינע שורות, איצט פאנגט צו ענטפערן און צייגט אייער מהות...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 03:52 |
|
| |
שיינער פיקציע געשריבן. אבער וואס האט דאס מיט דעם פראגע פון עכטער-חסיד וואס מיינט דין תורה ביי די אהרונים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2010 18:59 |
|
| |
עפ"י בקשת המנהל וועט מען דא ממשיך זיין די דעבאטע פון די צוואה וואס דער ברך משה האט איבערגעגעבן פאר רב הורוויץ און רב צוויבל, און מבטל געווען למפרע אלע נאכפאלגענדע צוואות וואס איז אין קעגנזאץ פון זיין ארגינעלער רצון.
[דאס איז די בעסטע אשכול וואס איך האב געפונען וואס האט א שייכות צו די וומ"ב סאטמאר דין תורה]
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2010 19:48 |
|
| |
די דעבאטע
סקאטמאלען: וואס איז רב הורוויץ מיט רב צוויבל שולדיג אז דער ברך משה האט זיי איבערגעגעבן די הוא ולא אחר צוואה, קענסט גיין צום ברך משה'ס קבר זיך אפרעדן,
דער_אקס: אויב ער האט עס אמאל געזאגט ! זאג נאר זיין געשריבענע צוואה וואס ער האט אינז איבער געלאזט גלייבסטו אויך?
סקאטמאלען: אויף וואסערע סמך זאל איך דן זיין 2 ערליכע אידן, בחזקת כשרים, אלס שקרנים, וואס זאלן משקר זיין פארנט פון א ארון קודש,
די געשריבענע צוואה האט איין גרויסע פאטאלע פראבלעם, אז דער ברך משה האט דאך למפרע מבטל געווען כדת וכדין אלע נאכפאלגענדיגע צוואות וואס איז בניגוד צו זיין ארגינעלע צוואה, אנגעבענדיגע אז ער האט מורא אז ער וועט פארגעסן, און כידוע איז דער געשריבענע צוואה פראדוצירט געווארן אין די סארט עפאכע,
פריש: שששאאאאאא רבותי! דער עולם זאל זיך האלטן שטיל און לאזן דעם תלמוד חכם עצום רעדן! סקאטמאלען פארקויפט בקיעות אין חושן משפט...
זאג נאר סקאט דער ברך משה האט למפרע מבטל געוון כדת וכדין אלע נאכפאלגענדיגע צוואות? מיינט ביי דיר כדת וכדין 'הלכות חושן משפט' אדער סתם אהרוינישע לאזונגען?
דאכט זיך אז די כדת וכדין פון וואס די רעדסט איז אינם זעלבן חלק שולחן ערוך ווי ס'שטייט אז טאנצן אהין און צוריק איז א עמעראצעס און טאנצן אויף איין פלאץ איז א גאונות...
סקאטמאלען: רעד נישט צו מיר, דאס האט דער ברך משה געטאן, ער האט עס למפרע מבטל געווען, נישט הורוויץ און נישט צוויבל, ער האט נאך אזוי גוט געוויסט עניני חושן משפט והמסתעף ווי סיי ווער, און אויב ער האט דאס געטאן, בין איך מיך סומך אויף זיין בקיאות אין שכל הישר אז דאס איז אויסגעהאלטן כדת וכדין.
דער_אקס: סאיז אינטערסאנט דע ליצנות וואס ליגט אין די ווערטער
פריש: לאמיר לערנען מיט סקאטמאלען דער תלמוד המחכים את רבו בפרט אין סוגיא פון מתוך א שטיקלע גמרא וואס רוב 10 יעריגע אינגעלעך לערנען אין חדר...
עדות כשירה אלא בשנים...
קומט מען צוגיין צו בי"ד מיט א צעטעלע וואס זענען גע'חתמ'עט מיט 2 עדות, און ס'קומט א יחיד און איז מעיד אז פאר אים האט יענער געזאגט פארקערט?! וועם גלייבט מען?...
rebyankel: נו, פארוואס האט איר מורא צו קומען צו א געהעריגע בית דין של זבל''א?????
ווער_איז: אפשר איז ער גערעכט אז איך גיי עם שרייבן אין זיך וויסענדיג מאכן פין זיין געשרייבאכטץ אבער יעצט איינמאל אין נאמער בל"נ.
אפשר פרעגסטו הגה"צ ר' משה מנחם טירנוער שליט"א ווער סוויל נישט קימען צי דין תורה
סקאטמאלען: דער אמת איז אז דער פראגע געהער פאר א בי"ד כשר,
אבער אז די פרעגסט יא, וואלט איך געזאגט אז אויב מ'קען גלייבן ביידע דארף מען גלייבן ביידע, דהיינו זענען אמת'ר רצון איז טאקע געווען וויזוי ער האט לכתחלה מצווה געווען פאר די 2 אנשים כשרים - ווען ער איז נאך געווען מוחזק אז ער איז געווען בדעה צלולה - אז טאקע "הוא ולא אחר", איי שפעטער האט ער געזאגט פארקערט, דאס האט ער ממילא מבטל געווען למפרע, ממילא דער צווייטער צוואה ווערט נדחה ובטל פון די ערשטע.
ווי געשמועסט, כל הנ"ל איז לפוטפטי בעלמא, ואילו זכינו וואלט עס פארגעלייגט געווארן פאר א בי"ד כשר ומרוצה, אזוי ווי באבוב און סאטמאר בארא פארק וכדומה, ויקוב הדין ההר.
שפריט אייך פריי צו ממשיך זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2010 21:14 |
|
| |
די אהרונים דא טאנצן ארום צווישן צוויי דין תורה'ס. עס איז דא די דין תורה אויף די אלגעמיינע סאטמארע סכסוך; און דערנאך איז דא דער דין תורה, וואס איך הער היינט צום ערשטן מאל דערוועגן, וועגן די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל.
די דין תורה וועגן סאטמאר אין אלגעמיין איז אזוי, די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען. פאקט בלייבט פאקט, בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג זענען געווען די ערשטע צוויי פערזאנען וואס האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט בנוגע דעם סכסוך, פינטל. דא הייבט זיך שוין אן די מיינונגס פארשידענהייטן, די אהרונים טענה'ן אז זיי האבן א היתר בית דין, אבער דאס קיינמאל נישט געוויזן אויף די גאס, לשיטתם ליגט עס ביים וויענער רב אין שופלאד. ווידער די זאליס זאגן אז די אהרונים זענען געגאנגען אין קאורט אן קיין שום היתר בית דין. פון דארט און ווייטער איז דער קארט אין סאטמאר געפארן ווי א ראלערקאוסטער, די צדדים האבן זיך געפונען מער אין געריכט הויז ווי אין בית המדרש.
אוודאי קען מען ביי יעדן געריכט אנהייבן פריש שוקל זיין ווער עס איז געווען דער קלעגער און ווער דער אנגעקלאגטער. פאקטיש די איינמאל וואס די זאליס זענען יא אריין אין קאורט, ביי ריכטער אמבראזשיא, האבן זיי געוויזן לעין כל זייער היתר בית דין. אפילו די אהרונים קענען טענה'ן אז דאס זענען פון די זאליס אייגענע רבנים, למעשה האבן די אהרונים ווען זיי זענען אריין אין קאורט ניטאמאל צוגעשטעלט אזא היתר.
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, די אהרונים זענען צענדליגער מאל אריין אין קאורט במשך די יארן אן קיין שום דעקונג פון אפילו א הזמנה לדין תורה. די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך גענומען שפרינגען אין אלע גאסן "דין תורה", נאכן פארלירן אלעס אין קאורט, האבן זיי באשלאסן צו פרובירן אויף נאך א וועג צוריקצובאקומען די מאכט אין וויליאמסבורג, דורך א דין תורה.
במשך פון די יארן זענען שוין צענדליגער פארמיטלער געווען פארמישט אין שלום פרואוון אין סאטמאר. די פארלאנג פון די אהרונים איז געווען מ'זאל זיך שטעלן צו דין תורה. אויף דעם האבן די זאליס אייביג געענטפערט אז דין תורה איז ביי דעם פאל א זאך וואס איז לפנים משורת הדין, ווארום די אהרונים זענען דאך שוין געגאנגען אין קאורט אויף די אלע נכסים. אבער לפנים משורת הדין זענען זיי זיך גרייט מתדיין צו זיין ביי א בית דין, בתנאי אז קרית יואל ווערט פונקט אזוי פאררעכנט אלץ חלק פונעם סכסוך. מ'דארף קיינעם נישט צו זאגן אז די פארהאנדלונגען זענען תיכף געקומען צו א ענדע ווען די אהרונים האבן בשו"א נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה אויף קרית יואל צוגלייך. ביי זיי איז דין תורה א זאך וואס מ'נוצט נאר ווען ס'קומט אויס גוט, און די רגע קרית יואל איז אויפן טיש, איז דער מושג "דין תורה" מער נישט אינטערעסאנט, ווייל מ'קען דאך דערלייגן א בילדונג, צוויי אין קרית יואל, און דאס קען דאך נישט קומען אין באטראכט.
דארט האלט עס יעצט מיט דין תורה אויף אלגעמיין סאטמאר. די אהרונים שרייען דין תורה נאר אויף וויליאמסבורג, די זאליס זאגן זיי זענען גרייט אויף דין תורה, אבער נאר מיט קרית יואל. והכל על מקומו יבוא ב...
יעצט צו דאס וואס מ'האט ערווענט דא וועגן דין תורה ארום די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל; לפי ידיעתי, האט ר' אהרן טייטלבוים קיינמאל נישט גערופן זיין ברודער צו דין תורה וועגן די צוואה. די זאליס זענען זייער צופרידן מיט די צוואה בכתב ידו פונעם ברך משה, און זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס צוויבל און הורוויץ זאגן אנדערש. דעריבער, אהרונים טייערע, איידער איר הייבט אן מישן צווישן די צוויי דין תורה'ס, נעמטס די פאקטן אין די הענט, און נאכער הייבטס אן זינגען אין א כאר "דין תורה"... איך פארשטיי עס איז בכלל נישט בידכם צו נוצן אביסל מח און מחשבה, ווייל דעמאלטס צופאלט ענקער גאנצע בנין נערים. אבער פאר איר הייבט אן דעם נארישן "דין תורה" געשרייעריי מאכטס אייך זעלבסט קלאר מיט די פאקטן
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2010 21:32 |
|
| |
דער דאזיגער אשכול האט קיין שום שייכות צו די צוואה (עכ"פ אויבן אויף) ע"כ זאל די צוואה נישט דעבאטירט ווערט דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2010 22:55 |
|
| |
חסיד_52, שרייבסט א לאנגע מגילה אבער עיקר חסר מן הספר, האסט אויסגעלאזט א קריטיש וויכטיגער פאקט, וואס אט דער פאקט ציווארפט דיין גאנצער בנין, נפל היסוד נפל הבנין,
איה"נ, די ארונים זענען טאקע צו ערשט געגאנגען אין געריכט, קיינער לייקנעט עס נישט,
דא קומט אבער אגרויסער "אבער",
די אהרונים האבן מזמין געווען לדין תורה כמעט א יאר פריער, און די זאליס האבן אפען און קלאר געזאגט דין תורה איז אויסגעשלאסן, ווייל דער רבי איז בעה"ב, און אויב מ'וויל קען מען גיין צו ר' יצחק מאנדל אדער ר' ישראל חיים מנשה, די היינט אלעמען באקאנטע "תהלוכי הקהלה" באבע תירוץ, אזאך וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט די העזה צו אויפקומען מיט אזא לצנות, ס'אט קיינעם אין באבוב נישט בייגעפאלען אז רב טויבער זאל פירן די באבובער דין תורה אפי' צד מהרב"צ,
נו אז דער בעל דין איז מודה אז ער האלט נישט ביים קומען צו דין תורה, איז זעלבסטפארשטענדליך אז הקולר תלוי בצאוורם,
די קרית יואל זאך וואס די זאגסט איז לכאורה א ליגנט, לישע הורוויץ האט מפורש געהאלטן אין איין זאגן און געשריבן אז ער איז גרייט צו דן זיין אלעס אין די וועלט, נאר זאל זיין ביי א נארמאלער בית דין,
תיובתא דחסיד_52 תיובתא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 02:00 |
|
| |
א גוטע וואך רב סקאט, איך האב אנגעהויבן מיין מגילה מיט די ווערטער אז די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען, און איך זאג עס נאכאמאל.
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי, ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום. די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 02:46 |
|
| |
איך ווייס נישט אויף
וועלעכע וועלט איר אלע זענט דא אבער דאס ניי וועג ווי אזוי איינער ריפט דעם צוייטען
צי דין תורה איז נישט דורעך שיקען א הזמנה פשוט מען לייגט אריין אין די בלאט וואך
איין אין וואך אויס די ווערטער ביטע שטעלט זיך צי דין תורה דאס האבען די נערוינים
אויסגעטראפען אין אויב ענטפערט מען נישט אויף דעם מיינט דאך דאס מתערב לדין תורה
ממילא מעגען דאך די נערוינים גיין אין קארט
לכאורה האט דאס געדארפט זיין אין די אשכול פין ביי די ליצנות
אפטיילינג אבער ליידער דאס איז די פאקטען אזוי קיקען אויס די נערוינים
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 04:02 |
|
| |
איך בין נישט אזוי באקאנט פונקטליך אין די חלק הלכה, אבער נאכן מזייף זיין א שטר פון הרה"ח ר' שמעון ווייס ע"ה זעט מען שוין צו מ'קען מיט זיי גיין צו דין תורה.
|
|
|
|
|