|
|
| נשלח ב-21/11/2010 04:47 |
|
| |
מענין לענין.זעט דא וועגן א התחייבות וואס אדמו"ר מהרי"י האט געגעבן צו גיין צו דין תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 04:56 |
|
| |
אצינד לגופו של ענין. ווער עס קען ווען אריין סקענען דעם בריוו פון שאול פערלשטיין צו ר'משה מנחם טירנויער, וואס איז געווען געדרוקט אינעם קונטרס האמת נעדרת (כסליו ס"ג, נאך די איבערקערעניש ווען דער ברך משה איז נישט געקומען צו די שמחה פון אן אייניקל, א שריט וואס ער האט מסתמא געטון האלטענדיג אז ער דארף טון וואזוי קהל פארלאנגט פונעם ציבור צו טון, און אזוי ווי ביי די בני יואל פרשה האט קהל כמה פעמים געדראעט איינגעשטעלטע מיט זייער פרנסה, אויב זיי באטייליגן זיך ביי די שמחות פון בני יואל מיטגלידער, וויבאלד זיי גייען קעגן די הנהגה פון רבין, ה"ה ווען זיין אייגענער זון גייט ליידער קעגן די הוראות פון רבי'ן, ברויך מען טאן דאס זעלביגע. אזוי קען מען זאגן אז וועגן דעם האט דער ברך משה מחליט געווען נישט צו גיין צו די חתונה) וואלט געווען א געוואלדיגער תועלת צו פארשטיין די גאנצע שטעלונג פון די זאליס אין די נושא.
כהיום, האלט איך נישט אז דאס איז א זאך ווא מען קען דעבאטירן סתם פון אויסענווענדיג. פונקט ווי קיינער נעמט זיך נישט אונטער ארויס צו האבן אלע תורהדיגע טענות ביי א געווענליכע שכנים דין תורה, הוא הדין דא. דאס אז מען האט נגיעות צו א זייט, מאכט נאך נישט פאר א גרעסערע ת"ח און פארשטייער אין עניני דין תורות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2010 06:58 |
|
| |
| חסיד_152 כתב: |  | גוטע וואך רב סקאט, איך האב אנגעהויבן מיין מגילה מיט די ווערטער אז די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען, און איך זאג עס נאכאמאל.
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי,
איך מוז דיר שוין דא אפשטעלן, מ'זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מיניה דניחא לי', איך ווייס באמת נישט וויזוי איר קענט מיט א גראדן פנים זאגן אז דאס זענען לעגיטימע "בתי דינים", בזמן וואס דאס זענען ברייטבאקאנטע פערזענליכע אלטע שונאים פון ר' אהרן, ר' יצחק מאנדל איז דער שיינער איד ביי די זאלי קהלה אין מאנרא כנודע, ר' יחזקאל ראטה האט געהאט די באקאנטע אבלעווע אויף איהם אין מאנרא, ווידער משפט שלום שטעל איך אויף די חזקה אז ס'איז קיין סך בעסער, זעהט איר? שוין דא זעהט מען ענקער פאלשקייט און רעפונירטע השתמטות פון בי"ד, איך קען נישט פארשטיין וויזוי קען א רעכטענקע מענטשן קלערן אז די זאלוניס האבן געהאט איין פלאן צו קומען צו דין תורה כמשפט יהודאי, ווען זיי קענען מיט א ערנסטן פנים זאגן אז די סארט רבנים זענען א לעגיטימע בית דין,
ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום.
לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע וואלט אפשר די זאלוינים געהאט די רעכט צו פארשטעלן א בי"ד פון משה גבאי, שמשון גאלד, מיט יאסל וואלדמאן, [לאמיר זאגן לו יצויר זיי זענען ווען דיינים בקואים], אמער תובע הולך אחר הנתבע, ניין?
די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
דא בין איך ווידער מחולק מיט מציאות הדברים, איך האב צאללאזע מאל געליינט אין געהערט פון צד הארונים נאך איידער די קארט אז זיי זענען אלס געווען מוכן זוך צו שטעלן צו א נייטראלע בי"ד מרוצה או בזבל"א
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
לפענ"ד איז דער פאקט אז מ'האט גערופן צו דין תורה, און דער נתבע איז מודה קבל עם אז זיי האלט נישט ביים גיין צו א נארמאלע בית דין, איז טויזנט מאל וויכטיגער ווי מפרסם זיין א היתר, דאס געבט זיי הונדערט פראצענט דעקונג, פארן גיין אין קארט, ווייל ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז פאר א דבר מפורסם ברויך מען זיך נישט פארענטפערן פאר די גאס, איך זאג נישט, בינם לבין קונם זאלן זיי זיכער מאכן אז ס'אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אבער אזא סארט נתבע וואס איז א פרעכער משתמט, דעזערווט נישט קיין היתר בי"ד אין ס'נישט זייער עסק, ווייל די האלטסט דאך ממילא נישט ביים זיך שטעלן צו דין תורה,
כן נרא' לפע"ד השפל, והבן.
דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא.
. |
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 00:49 |
|
| |
סקאט האסט אויסגעלאזט מיין ענטפר פאר ווער_איז
ווער_איז איך דארף אים נישט פרעגן כ'קען פרעגן דא לאקאל א רב וואס האט זיך נישט געמישט אין פאליטיק הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס ער זאל מיר זאגען וועס עס וויל נישט קומען צו די''ת אויב גלייבסטו אים נישט קענסטו פרעגן די ריכטער אין אראנזש קאונטי וואס ער האט ג'פסקנ'ט אין ווער ס'האט עס אפעלירט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 00:49 |
|
| |
לאמיך ענק קלארשטעלן, דא אין דעם פארום זענען קאנצעטרירט די זאליס - דערפון גאר געלערנטע שרייבער אין איך בין נישט גרייט אויף א פארהער אזוויפיל וויל איך יא צייגען עטליכע שקרים אדער פארקערטע פוינטס וואס דא ווערט ארויסגעברענגט
די אהרונים דא טאנצן ארום צווישן צוויי דין תורה'ס. עס איז דא די דין תורה אויף די אלגעמיינע סאטמארע סכסוך; און דערנאך איז דא דער דין תורה, וואס איך הער היינט צום ערשטן מאל דערוועגן, וועגן די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל. גערעכט לפענ''ד איז דאס עקסטערע דין תורה'ס
די דין תורה וועגן סאטמאר אין אלגעמיין איז אזוי, די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען. פאקט בלייבט פאקט, בערל פריעדמאן מיט יצחק ראזענבערג זענען געווען די ערשטע צוויי פערזאנען וואס האבן אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט בנוגע דעם סכסוך, פינטל. דא הייבט זיך שוין אן די מיינונגס פארשידענהייטן, די אהרונים טענה'ן אז זיי האבן א היתר בית דין, אבער דאס קיינמאל נישט געוויזן אויף די גאס, לשיטתם ליגט עס ביים וויענער רב אין שופלאד. ווידער די זאליס זאגן אז די אהרונים זענען געגאנגען אין קאורט אן קיין שום היתר בית דין. פון דארט און ווייטער איז דער קארט אין סאטמאר געפארן ווי א ראלערקאוסטער, די צדדים האבן זיך געפונען מער אין געריכט הויז ווי אין בית המדרש. די עיקר לאזטו אויס, אנגעהויבן האט זיך עס מיט 3 הזמנות פין ביד''ץ יוסף - די זעלבע וועם די זאליס אין ב''פ נוצן יעצט קעגן זייער שכן, די ענטפר איז געווען ביי א אסיפה אין ברכה סימא אז די בי''ד זענען פוחזים ורקים, {פעלט נישט אויס קיין קאמענטראן, עס רעדט פאר זיך} אין די אנטווארט פין קהל איז געווען אז מ'מוז נישט קומען דוקא צום בי''ד המזמין אין קהל וועט זיין ציפרידן פין סיי וועלכע נייטראלער בי''ד אדער זבל''א - ווי געווענליך אין אזא פאל ווי די מציאות איז פאקטיש אין די פלעצער ווי די ארונים זענען מוחזק (ב''ב אין ב''פ) איז מען אויך ביי זבל''א. אין אוודאי איז קהל געווען די ערשטע צו גיין אין קארט, נישט אזוי גייט עס?, אז די תובע עפנט די קעיס, אבער די רבי ז''ל שרייבט אז די חילל ש''ש ליגט ביד המסרב וואס איז ליידער דער באקאנטער מסרב לדין, וועגן די היתר בי''ד האבען קהל געגבן א פארשטענדליכע הסבר פארוואס זיי קענען עס נישט ווייזען פאר די גאס אין להלכה זענען זיי נישט מחיוב עס צו צייגען, אין בהסכמת ביידע צדדים האבען זיי עס געוויזען פאר ווינע'ר רב שליט''א וואס באשטעטיגעט עס עד היום הזה לכל מאן דבעי למדע (אגב, קהל האט עס אויך געוויזען פאר הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס אין הרב שווייד, אין די אלע רבנים וואס האבען פראבירט צו ברענגן די סיכסוך צו די''ת) והעיקר, קהל האט שוין צענדליגע מאל פארגעשלאגען אז טאקע דאס זאל זיין די ערשטע דיון ביים בי''ד, אויב זיי זענען אריין אין קארט מיט א היתר צו נישט אויב בי''ד זאגט אז קהל האט נישט קיין היתר געבן זיי אויף אלע טענות.
אוודאי קען מען ביי יעדן געריכט אנהייבן פריש שוקל זיין ווער עס איז געווען דער קלעגער און ווער דער אנגעקלאגטער. פאקטיש די איינמאל וואס די זאליס זענען יא אריין אין קאורט, ביי ריכטער אמבראזשיא, האבן זיי געוויזן לעין כל זייער היתר בית דין. איך האב עס נאכנישט געזעהן, אדרבה ברענג די היתר אויף די אמבראזיא קארט. די איינציגע געקינצילטע א''ג היתר וואס ענק האבען איז ביי די בית החיים קארט ווי דארט זענט איר אויך די 'תובעים' אבער אויף דעם איז דא 2 קשיות 1)וויאזוי קענט איר האבען אפי' א היתר צו גיין אין קארט אן פראבירן אפי' צו שיקען א הזמנה צו א בי''ד 2)פארוואס מיינט די ווערטער ''אז מ'דארף טוהן וואס מ'קען צו ראטעווען'' א היתר פאר ערכעות, פארוואס מיינט עס נישט שיקען א הזמנה? אין א די''ת ביי ענק בכלל נישט אין באטראכט? אפילו די אהרונים קענען טענה'ן אז דאס זענען פון די זאליס אייגענע רבנים, למעשה האבן די אהרונים ווען זיי זענען אריין אין קאורט ניטאמאל צוגעשטעלט אזא היתר.
לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, די אהרונים זענען צענדליגער מאל אריין אין קאורט במשך די יארן אן קיין שום דעקונג פון אפילו א הזמנה לדין תורה. די לעצטע פאר יאר האבן זיי זיך גענומען שפרינגען אין אלע גאסן "דין תורה", נאכן פארלירן אלעס אין קאורט, האבן זיי באשלאסן צו פרובירן אויף נאך א וועג צוריקצובאקומען די מאכט אין וויליאמסבורג, דורך א דין תורה. די אלע קארטס איז געווען אויף די זעלבע נכסים וואס איז געווען נכלל אין די הזמנה לדי''ת, אין איז נכלל אין די היתר בי''ד, אין מ'דארף נישט שיקען פאר יעדע קארט א הזמנה ווי לאנג ס'רעדט זיך פין איין סוכסוך די 'ניגון' דין תורה וואס קהל זינגט האבען זיי נישט אנגהויבן פין היינט, נאר ווי שוין געזאגט האט זיך עס אנגעהויבן פין די ערשטע מינוט מיט 3 הזמנות אין קהל איז אייביג געווען גרייט דערויף אפי' אין צייטן וואס האט אויגקוקט ווי קהל געווינט, לדוגמא ביי ראזענוואסער, אין אפי' נאך היינט איז קהל גרייט זיך צו מתדיין אויפן ביה''ח ווי זיי האבען די פולע קאנטראל ב''ה . במשך פון די יארן זענען שוין צענדליגער פארמיטלער געווען פארמישט אין שלום פרואוון אין סאטמאר. די פארלאנג פון די אהרונים איז געווען מ'זאל זיך שטעלן צו דין תורה. אויף דעם האבן די זאליס אייביג געענטפערט אז דין תורה איז ביי דעם פאל א זאך וואס איז לפנים משורת הדין,ווארום די אהרונים זענען דאך שוין געגאנגען אין קאורט אויף די אלע נכסים. אבער לפנים משורת הדין זענען זיי זיך גרייט מתדיין צו זיין ביי א בית דין, דאס איז אלעס אויב האט קהל נישט קיין היתר אבער ווי געזאגט האט קהל מציע געווען אז דאס זאל די בי''ד דן זיין די ערטשע זאך ביים די''ת, אין עמיר זעהן אויב זיי האבען געהאט א היתר צו נישט.
בתנאי אז קרית יואל ווערט פונקט אזוי פאררעכנט אלץ חלק פונעם סכסוך. מ'דארף קיינעם נישט צו זאגן אז די פארהאנדלונגען זענען תיכף געקומען צו א ענדע ווען די אהרונים האבן בשו"א נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה אויף קרית יואל צוגלייך. ביי זיי איז דין תורה א זאך וואס מ'נוצט נאר ווען ס'קומט אויס גוט, און די רגע קרית יואל איז אויפן טיש, איז דער מושג "דין תורה" מער נישט אינטערעסאנט, ווייל מ'קען דאך דערלייגן א בילדונג, צוויי אין קרית יואל, און דאס קען דאך נישט קומען אין באטראכט.
דארט האלט עס יעצט מיט דין תורה אויף אלגעמיין סאטמאר. די אהרונים שרייען דין תורה נאר אויף וויליאמסבורג, די זאליס זאגן זיי זענען גרייט אויף דין תורה, אבער נאר מיט קרית יואל. והכל על מקומו יבוא ב... פארוואס זאל קהל אין קרית יואל מסכים זיין צו אריינלייגען זייערע נכסים אין די וומ''ס די''ת ווען עס האט מיט זיי גארינשט? קהל אין קרית יואל האט קיינעם נישט 'געווארפן' פין קהל אין אויב יא זאל יענער שיקן א הזמנה, זיי האבען קלארגעשטעלט אז אין פאל וואס סיי ווער שיקט זיי א הזמנה זענען זיי גרייט צו גיין צו עני נייטראלע בי''ד אדער זבל''א אן קיין שום אויסרייד. אין בכלל ווי קומט דא אריין קרית יואל, אין וומ''ס האבען ענק ארויסגעווארפן בכח הזרוע די ראשי הקהילה אין זיי ווילן דאס דן זיין אין ווי קומט קרית יואל אין די בילד? פארוואס האט ר' אהרן וועלץ נישט געמעגט פארלאנגען ביי די ב''פ די''ת אז ער גרייט זיך מתדיין צו זיין בתנאי אז מ'איז אויך דן וומ''ס אין פארוואס האט ר' משה חיים ווייס נישט געקענט פארלאנגען אז ער וויל דן זיין די נכסים אין ירושלים אויך? איז די מין טענה נאר שייך ביי ענק?
יעצט צו דאס וואס מ'האט ערווענט דא וועגן דין תורה ארום די צוואה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל; לפי ידיעתי, האט ר' אהרן טייטלבוים קיינמאל נישט גערופן זיין ברודער צו דין תורה וועגן די צוואה. די זאליס זענען זייער צופרידן מיט די צוואה בכתב ידו פונעם ברך משה, און זיי האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם וואס צוויבל און הורוויץ זאגן אנדערש. דעריבער, אהרונים טייערע, איידער איר הייבט אן מישן צווישן די צוויי דין תורה'ס, נעמטס די פאקטן אין די הענט, און נאכער הייבטס אן זינגען אין א כאר "דין תורה"... איך פארשטיי עס איז בכלל נישט בידכם צו נוצן אביסל מח און מחשבה, ווייל דעמאלטס צופאלט ענקער גאנצע בנין נערים. אבער פאר איר הייבט אן דעם נארישן "דין תורה" געשרייעריי מאכטס אייך זעלבסט קלאר מיט די פאקטן ווען די ארונים זאלען האבען א הו''א אז די זאליס וועלן קומן צו די''ת וואלטען זיי שוין לאנג געשיקט א הזמנה
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 00:50 |
|
| |
וויליבאג די שטר פין ר' שמעון ווייס וואלט ווען געווען אסאך מער ניצבאר אין בג''ץ ווי ביים בי''ד
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 00:50 |
|
| |
א גוטע וואך רב סקאט, איך האב אנגעהויבן מיין מגילה מיט די ווערטער אז די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען, און איך זאג עס נאכאמאל.
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי, ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום. די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
משוגע זענען זיי צו גיין צו די בתי דינים אין פין די טשויס וואס איר האט זיי געגבן קען מען קלאר זעהן ענקער ציל, ווייל ענק האבען גיט געוויסט אז אויב די ארונים זאלען מסכים זיין צו גיין צו די פאלגענדע בתי דינים איז עס סוסייד לאמיר גיין אין א סדר ר' יחזקאל ראטה'ס האט עטס פארלאנגט, אז שטיין מוז זיין דער ראב''ד - היינט איז שוין פאר יעדן באקאנט זיין אהבה צו די ארונים, אין ס'פעלט נישט אויס מאריך צו זיין מאנדעל, איז אויך באקאנט אלס איינער פין די הויפט רעבעלן אין ק''י, נאכדערצו אז מ'האט אים אפגעזאגט פין זיין פאסטען אין ישיבה - כ'גיי נישט אריינגיין אין די סיבה פארוואס, אבער דאס איז ידוע לכל משפט שלום, איז א שאד צו רעדן, כ'קען נאר אזוופיל זאגען ווערטס מיר געוואר פארוואס די בי''ד איז פארמאכט, אין ברענגט אהער די בריוו פין די 10 גרעסטע בתי דינים אין ניו יארק ווי זיי באשטעטיגן אז זיי זענען מקבל שוחד אין מ'טאר נישט אננמען זייערע פסקים נו, פארשטייט איר שוין פארוואס די זאליס האבען מציע געווען דווקא די בתי דינים דעמאלטס פארשטייט איר פארוואס די ארונים האבען נישט געוואלט זיך דארט מתדיין זיין - ווי די זאליס האבען זיך גערישט לכתחילה והעיקר, די זאליס האבען גאנץ קורץ דערנאך צירוקגעצויגען פין די אפער אין געגבן די אפשען בלויז פין אייגענע דיינים וואס זאגען פאר יעדן אז זיי קענען נישט אין פסק'ן נישט קיין חו''מ, אין זיי זענען אויף ענקער פעיראל, - די ליצנות דערפון רעדט פאר זיך אליין'ס
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
זיי האבען יא, צווישען אנדערע איז געווען הגר''מ פרידמאן, דעלמאסטיגער דיין אין סאטמאר 10'טע עוו, הג''ר יוסף הערש סופר מו''ץ אין קרית יואל, הגה''צ זקן הרבנים ועמוד ההוראה מאדווארי זצ''ל הכ''מ, ובראשם הגאון האדיר ר''מ בראנסדארפער זצ''ל, אין נאך רבנים.
דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא. וויאזוי קענסטו עס לייקענן ער זאגט עס ברבים די טעיפ איז צו באקומען
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 02:03 |
|
| |
רעביאנקל, איך באצי זיך צו דיין טענה וואס דו טענה'סט אז אהרן וועלץ און מ.ח. ווייס זאלן נאר מסכים זיין צו גיין צו דין תורה, בתנאי מען איז דן אנדערע פלעצער אויך.
איך האב פאר דיר גרויס נייעס, די זאליס זענען גערן גרייט אז די 2 א.ד. זאלן טרעפן עפעס א משהו סיבה זיך משתמט צו זיין פון דין תורה, און נישט וועלן קומען. ווייסט פארוואס? ווייל די קעיסעס שטייען אפן אין געריכט, און די זאליס וועלן זיין מער ווי צופרידן צוריק צו גיין אהין (בהיתר פארשטייט זיך). פארשטייסטו שוין פארוואס זיי קענען דאס נישט טענה'ן?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 02:07 |
|
| |
לו יהא איך האב דאך געשריבן נאך 2 סברות פארוואס מען זאל נישט קענען אריינמושען קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 03:06 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | וויליבאג
די שטר פין ר' שמעון ווייס וואלט ווען געווען אסאך מער ניצבאר אין בג''ץ ווי ביים בי''ד
|
|
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן, אבער איך מיין ס'איז סאך הארבער צו מאכן א שטר מזויף פאר א בי"ד בישראל ווי פאר בג"ץ. פון דעם זעט מען צו עטס ווילטס א דין תורה אדער א דין מרומה!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 05:02 |
|
| |
וועמנס בריוו איז אמת וועט שוין בי''ד דן זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 06:31 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | גוטע וואך רב סקאט, איך האב אנגעהויבן מיין מגילה מיט די ווערטער אז די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען, און איך זאג עס נאכאמאל.
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי,
איך מוז דיר שוין דא אפשטעלן, מ'זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מיניה דניחא לי', איך ווייס באמת נישט וויזוי איר קענט מיט א גראדן פנים זאגן אז דאס זענען לעגיטימע "בתי דינים", בזמן וואס דאס זענען ברייטבאקאנטע פערזענליכע אלטע שונאים פון ר' אהרן, ר' יצחק מאנדל איז דער שיינער איד ביי די זאלי קהלה אין מאנרא כנודע, ר' יחזקאל ראטה האט געהאט די באקאנטע אבלעווע אויף איהם אין מאנרא, ווידער משפט שלום שטעל איך אויף די חזקה אז ס'איז קיין סך בעסער, זעהט איר? שוין דא זעהט מען ענקער פאלשקייט און רעפונירטע השתמטות פון בי"ד, איך קען נישט פארשטיין וויזוי קען א רעכטענקע מענטשן קלערן אז די זאלוניס האבן געהאט איין פלאן צו קומען צו דין תורה כמשפט יהודאי, ווען זיי קענען מיט א ערנסטן פנים זאגן אז די סארט רבנים זענען א לעגיטימע בית דין,
דו האסט א פראבלעם מיט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע, פארענטפערסטו דאס מיט א בעלבאטישע תירוץ אז די בתי דינים הנזכרים זענען נישט לעגעטים ווייל זיי גלייכן נישט ר' אהרן טייטלבוים. איז אפשר צייגסטו מיר אן די הלכה אין שו"ע אז ווען מ'גייט צו דין תורה מוז דער בית דין זיין איינער וואס האט נישט פיינט דעם תובע? און לו יצור אז דיין תירוץ איז יא ווארהאפטיג, און א בי"ד דארף יא גלייכן איין צד, נו אפשר טראכסטו פארקערט, די זאלונים האבן געהאלטן אז ביד"ץ בית יוסף גלייכט זיי נישט, דעריבער זענען זיי אויך נישט מחויב צו גיין צו דעם בית דין?!
ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום.
לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע וואלט אפשר די זאלוינים געהאט די רעכט צו פארשטעלן א בי"ד פון משה גבאי, שמשון גאלד, מיט יאסל וואלדמאן, [לאמיר זאגן לו יצויר זיי זענען ווען דיינים בקואים], אמער תובע הולך אחר הנתבע, ניין?
לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע, זע איך נישט פארוואס די זאלונים זאלן נישט טארן פארשטעלן א בי"ד וואס באשטייט פון משה גבאי, יעקב שמשון גאלד און יוסל וואלדמאן, ווילאנג זיי זענען א בי"ד כשר בישראל. סארי דו נוצט אבער דיינע פילינגס מיך צו איבערצייגן פארוואס די זאליס האבן נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה, קיין הלכה האסטו מיר נאכאלץ נישט געענטפערט.
די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.
דא בין איך ווידער מחולק מיט מציאות הדברים, איך האב צאללאזע מאל געליינט אין געהערט פון צד הארונים נאך איידער די קארט אז זיי זענען אלס געווען מוכן זוך צו שטעלן צו א נייטראלע בי"ד מרוצה או בזבל"א
ווייטער א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, דעריבער צו נישט קיין מסקנות.
והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר.
לפענ"ד איז דער פאקט אז מ'האט גערופן צו דין תורה, און דער נתבע איז מודה קבל עם אז זיי האלט נישט ביים גיין צו א נארמאלע בית דין, איז טויזנט מאל וויכטיגער ווי מפרסם זיין א היתר, דאס געבט זיי הונדערט פראצענט דעקונג, פארן גיין אין קארט, ווייל ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז פאר א דבר מפורסם ברויך מען זיך נישט פארענטפערן פאר די גאס, איך זאג נישט, בינם לבין קונם זאלן זיי זיכער מאכן אז ס'אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אבער אזא סארט נתבע וואס איז א פרעכער משתמט, דעזערווט נישט קיין היתר בי"ד אין ס'נישט זייער עסק, ווייל די האלטסט דאך ממילא נישט ביים זיך שטעלן צו דין תורה,
כן נרא' לפע"ד השפל, והבן.
דא קומסטו מיר ווייטער מיט דיין "לפע"ד" און "ס'פארשטייט יעדער בר דעת" וכו', ע"פ הלכה קען זיך נישט דער תובע אויפשטעלן און זאגן: איך האב שוין גערופן דעם נתבע צו דין תורה, איך האב מפרסם געווען בראש כל חוצות אז זיי האלטן נישט ביים קומען צו דין תורה, געלייגט אפענע רופן צו זיי אין "דער בלאט" אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה, דעריבער שפיר איך זיך פריי צו עפענען קאורט קלאגעס איינס נאך די צווייטע אן קיין שום היתר בית דין, און דער נתבע דעזערווט ניטאמאל א היתר. קומען מיר ווייטער צוריק צו די פראגע: וואו איז דער היתר צו גיין אין קאורט? און אויב ווילסטו איך זאל דווקא אז איך זאל דווקא יא אויפפרישן דיין זיכרון, וועל איך דיר דערמאנען אז דער זעלבער ביד"ץ בית יוסף, וואס האבן לשיטתך נישט פיינט ר' אהרן, ארויסגעגעבן א בריוו וואו זיי שרייבן אז זיי האבן נישט געגעבן קיין שום היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קאורט
דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא.
. |
|
תוקן על ידי חסיד_152 ב- 22/11/2010 06:34:27
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 06:49 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | | וועמנס בריוו איז אמת וועט שוין בי''ד דן זיין |
|
הייסט דו האסט אפילו איין הו"א אז די בריוו איז אמת?
טאמער יא, האט ער דאך תשובה געטון, נו וואס איז דעמטלטס די פראבלעם אז רז"ל האט אים מספיד געווען? אדער אפשר זאל די בי"ד אויף דעם אויך דן זיין? נעבעך...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 07:20 |
|
| |
פארוואס האט די ארונישע טוויטער גרופ נישט באריטעט קיין איין ווארט איבער די אויסגאנג פון די צווייטע זיצנג און פון די מעכטיגע בריוו?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2010 07:28 |
|
| |
טייערע חסיד, איך זעה נישט וואס איך האב צו מוסיף זיין צו מיינע פריערדיגע דיבורים, איך וועל נאר איין זאך זאגן,
אויך דעם וואס דו שרייבט:
לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע, זע איך נישט פארוואס די זאלונים זאלן נישט טארן פארשטעלן א בי"ד וואס באשטייט פון משה גבאי, יעקב שמשון גאלד און יוסל וואלדמאן, ווילאנג זיי זענען א בי"ד כשר בישראל.
לאמיך דיר זאגן איין זאך איך בין נישט קיין בקי אין חושן משפט און אפשר ווייס איך נישט פונקטליך וואס ס'מיינט תובע הולך הנתבע, אבער איך קען דיר גאראנטירן טויזנט אין איין פראצענט אז דאס מיינט זיכער זיכער נישט תובע הולך אחר הנתבע, אויב יא קענסטו אויסרייסן גאנץ חושן משפט, דאס איז די אלף בית פון א דין תורה אז קיין שום צד זאל נישט שפירן אז נסתמו טענותיו, יעדער זאל זיך שפירן באקוועם און ער האט די זעלבע פארצוג
לגבי די היתר, מהיכי תיתי אז די ארונים האבן נישט קיין היתר? דערווייל איז נאר נישטא קיין שום סיבה בעולם עס צו מפרסם זיין פאר די גאס, ווען פאר די גאס זענען זיי ממילא געדעקט מצד ענקער אפענע השתמטות. אויסערדעם, וואס מאכט עס א חילוק לגבי ענקערע טענות, צו די ארונים האבן יא א היתר צו נישט, ענק שרייען דאך ממילא "תהלוכי הקהלה", אז ענק זענען פטור פון דין תורה, ממילא פארוואס זאלן זיי ענק ווייזן א היתר, ווען ענק זאגן מתחלה אז ס'וועט גארנישט אויסמאכן.
 |
|
|
|
|
|