בית פורומים אידישע געדאנק

וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2010 07:39 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
  זיי האבען יא,
צווישען אנדערע איז  געווען הגר''מ פרידמאן, דעלמאסטיגער דיין אין סאטמאר 10'טע עוו, הג''ר יוסף הערש סופר מו''ץ אין קרית יואל, הגה''צ זקן הרבנים ועמוד ההוראה מאדווארי זצ''ל הכ''מ, ובראשם הגאון האדיר ר''מ בראנסדארפער זצ''ל, אין נאך רבנים.

האסט פארגעסן צו שרייבן ר' מלכיאל קאטלער, ר' נתן געשטעטנער זצ"ל, בעל שבט הלוי ....

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 08:35 לינק ישיר 

וויליבאג כתב:
  זיי האבען יא,
צווישען אנדערע איז  געווען הגר''מ פרידמאן, דעלמאסטיגער דיין אין סאטמאר 10'טע עוו, הג''ר יוסף הערש סופר מו''ץ אין קרית יואל, הגה''צ זקן הרבנים ועמוד ההוראה מאדווארי זצ''ל הכ''מ, ובראשם הגאון האדיר ר''מ בראנסדארפער זצ''ל, אין נאך רבנים.

האסט פארגעסן צו שרייבן ר' מלכיאל קאטלער, ר' נתן געשטעטנער זצ"ל, בעל שבט הלוי ....

בעל שבט הלוי קען מען נישט שרייבן ווייל ער לעבט ב"ה לאויש"ט...

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2010 16:23 לינק ישיר 

חסיד_152 כתב:
 גוטע וואך רב סקאט, איך האב אנגעהויבן מיין מגילה מיט די ווערטער אז די השתלשלות איז א שאד איבערצוקייען, און איך זאג עס נאכאמאל.
 
אבער, אויף דעם וואס דו זאגסט וועגן די בתי דינים וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט איז אזוי,

איך מוז דיר שוין דא אפשטעלן, מ'זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מיניה דניחא לי', איך ווייס באמת נישט וויזוי איר קענט מיט א גראדן פנים זאגן אז דאס זענען לעגיטימע "בתי דינים", בזמן וואס דאס זענען ברייטבאקאנטע פערזענליכע אלטע שונאים פון ר' אהרן, ר' יצחק מאנדל איז דער שיינער איד ביי די זאלי קהלה אין מאנרא כנודע, ר' יחזקאל ראטה האט געהאט די באקאנטע אבלעווע אויף איהם אין מאנרא, ווידער משפט שלום שטעל איך אויף די חזקה אז ס'איז קיין סך בעסער, זעהט איר? שוין דא זעהט מען ענקער פאלשקייט און רעפונירטע השתמטות פון בי"ד, איך קען נישט פארשטיין וויזוי קען א רעכטענקע מענטשן קלערן אז די זאלוניס האבן געהאט איין פלאן צו קומען צו דין תורה כמשפט יהודאי, ווען זיי קענען מיט א ערנסטן פנים זאגן אז די סארט רבנים זענען א לעגיטימע בית דין,

דו האסט א פראבלעם מיט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע, פארענטפערסטו דאס מיט א בעלבאטישע תירוץ אז די בתי דינים הנזכרים זענען נישט לעגעטים ווייל זיי גלייכן נישט ר' אהרן טייטלבוים.

איז אפשר צייגסטו מיר אן די הלכה אין שו"ע אז ווען מ'גייט צו דין תורה מוז דער בית דין זיין איינער וואס האט נישט פיינט דעם תובע? און לו יצור אז דיין תירוץ איז יא ווארהאפטיג, און א בי"ד דארף יא גלייכן איין צד, נו אפשר טראכסטו פארקערט, די זאלונים האבן געהאלטן אז ביד"ץ בית יוסף גלייכט זיי נישט, דעריבער זענען זיי אויך נישט מחויב צו גיין צו דעם בית דין?!

ווי עס שיינט בוסטו א שטיקל בקי און הלכות חושן משפט, און דער דין איז אז דער תובע איז הולך אחר הנתבע. ווען די אהרונים האבן גערופן צו די דין תורה, האבן די זאלונים מתחילה ארויסגעשטעלט 3 בתי דינים וואס זיי זענען גרייט זיך צו מתדיין זיין איבער דעם סכסוך: ר' יחזקאל ראטה'ס (היינט צוטאגס, רוטה) בית דין, ר' יצחק מאנדל'ס בית דין און בית דין משפט שלום.

לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע וואלט אפשר די זאלוינים געהאט די רעכט צו פארשטעלן א בי"ד פון משה גבאי, שמשון גאלד, מיט יאסל וואלדמאן, [לאמיר זאגן לו יצויר זיי זענען ווען דיינים בקואים], אמער תובע הולך אחר הנתבע, ניין?

לויט די הלכה פון תובע הולך אחר הנתבע, זע איך נישט פארוואס די זאלונים זאלן נישט טארן פארשטעלן א בי"ד וואס באשטייט פון משה גבאי, יעקב שמשון גאלד און יוסל וואלדמאן, ווילאנג זיי זענען א בי"ד כשר בישראל. סארי דו נוצט אבער דיינע פילינגס מיך צו איבערצייגן פארוואס די זאליס האבן נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה, קיין הלכה האסטו מיר נאכאלץ נישט געענטפערט.

די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.

דא בין איך ווידער מחולק מיט מציאות הדברים, איך האב צאללאזע מאל געליינט אין געהערט פון צד הארונים נאך איידער די קארט אז זיי זענען אלס געווען מוכן זוך צו שטעלן צו א נייטראלע בי"ד מרוצה או בזבל"א

ווייטער א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, דעריבער צו נישט קיין מסקנות.

והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר. 
 
לפענ"ד איז דער פאקט אז מ'האט גערופן צו דין תורה, און דער נתבע איז מודה קבל עם אז זיי האלט נישט ביים גיין צו א נארמאלע בית דין, איז טויזנט מאל וויכטיגער ווי מפרסם זיין א היתר, דאס געבט זיי הונדערט פראצענט דעקונג, פארן גיין אין קארט, ווייל ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז פאר א דבר מפורסם ברויך מען זיך נישט פארענטפערן פאר די גאס, איך זאג נישט, בינם לבין קונם זאלן זיי זיכער מאכן אז ס'אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אבער אזא סארט נתבע וואס איז א פרעכער משתמט, דעזערווט נישט קיין היתר בי"ד אין ס'נישט זייער עסק, ווייל די האלטסט דאך ממילא נישט ביים זיך שטעלן צו דין תורה,

כן נרא' לפע"ד השפל, והבן.

דא קומסטו מיר ווייטער מיט דיין "לפע"ד" און "ס'פארשטייט יעדער בר דעת" וכו', ע"פ הלכה קען זיך נישט דער תובע אויפשטעלן און זאגן: איך האב שוין גערופן דעם נתבע צו דין תורה, איך האב מפרסם געווען בראש כל חוצות אז זיי האלטן נישט ביים קומען צו דין תורה, געלייגט אפענע רופן צו זיי אין "דער בלאט" אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה, דעריבער שפיר איך זיך פריי צו עפענען קאורט קלאגעס איינס נאך די צווייטע אן קיין שום היתר בית דין, און דער נתבע דעזערווט ניטאמאל א היתר. קומען מיר ווייטער צוריק צו די פראגע: וואו איז דער היתר צו גיין אין קאורט?

און אויב ווילסטו איך זאל דווקא אז איך זאל דווקא יא אויפפרישן דיין זיכרון, וועל איך דיר דערמאנען אז דער זעלבער ביד"ץ בית יוסף, וואס האבן לשיטתך נישט פיינט ר' אהרן, ארויסגעגעבן א בריוו וואו זיי שרייבן אז זיי האבן נישט געגעבן קיין שום היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קאורט

דאס וואס דו זאגסט אז מאנרא איז לכאורה קיינמאל נישט געווען א אפהאלט, ווייל אלישע הורוויץ האט געזאגט אז די אהרונים זענען מסכים צו גיין צו דין תורה אפילו אויף קרית יואל, איז א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, איך זאג אז יא דו זאגסט אז נישט. דעריבער זע איך נאכנישט וויאזוי עס ציהט זיך אזא לומד'ישע מסקנא ווי תיובתא חסיד_152 תיובתא.
.

תוקן על ידי חסיד_152 ב- 22/11/2010 06:34:27

ביסט גערעכט! מארגן גיי איך זיך אריינזעצן ביי דיר אינדערהיים און ווען די וועסט מיר רופן צו די"ת וועל איך שטעלן א בי"ד. מייןן טאטע. מייין שווער און מיין ברודער. וואס וואלטסטו דעמאלטס געזאגט????????

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2010 22:53 לינק ישיר 

וויליבאג כתב:
  זיי האבען יא,
צווישען אנדערע איז  געווען הגר''מ פרידמאן, דעלמאסטיגער דיין אין סאטמאר 10'טע עוו, הג''ר יוסף הערש סופר מו''ץ אין קרית יואל, הגה''צ זקן הרבנים ועמוד ההוראה מאדווארי זצ''ל הכ''מ, ובראשם הגאון האדיר ר''מ בראנסדארפער זצ''ל, אין נאך רבנים.

האסט פארגעסן צו שרייבן ר' מלכיאל קאטלער, ר' נתן געשטעטנער זצ"ל, בעל שבט הלוי ....

לאמיך דא קלארשטעלן
כ'האב קלאר נישט אויסגערכנט אלע רבנים מיט וועם קהל איז געווען אין קאנטאקט בנוגע דעם ענין
נאר אזעלכע וואס כ'קען פראווען

אבער אז די רעדסט יא וועל איך דיר אויסרעכנט נאך 2 גרויסע תלמידי חכמים וואס האבען מיטגעהאלטן די גאנצע צייט
 1) דער גרויסער גאון ר' משה האלבערשטאם ז''ל חבר בד''ץ וועלכע האט שטארק געשיצט קהל
2) איז דער גרויסער גאון קרית יואל'ער דיין שליט''א, וואס מ'האט זיך נישט גערירט אן  זיינע הוראות
נאר ווי כ'האב שוין געשריבן וויל איך דערווייל נישט שטעלן קיין פרוף,
אבער אזוויפיל קען איך ענק יא זאגען אז ווינער רב שליט''א האט דאס אלעס מברר געווען
אין אויב מהרז''ל וועט זיך ברעכן זיך צו שטעלן צו די''ת וועט דאס קהל בעזהשי''ת אויפווייזען פאר'ן בי''ד

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2010 23:03 לינק ישיר 

באמת איז א שאד צו ענטפרן
סקאטמאלען האט דיר שוין קלאר גענטפרט
זיינע ווערטער זענען אזוי קלאר
נאר ווי כ'האב שוין געשריבן וועל איך צילייגען מיינע שירות צו אויפווייזען פין וואס פאר א שקרנים מ'רעדט דא

די אהרונים האבן געאייסערט אז זיי ווילן נאר דווקא בית דין בית יוסף - דער נווארדארקער בית דין. און דאס איז נישט אזוי פשוט ווי דו שטעלסט אהער אז די זאלוינים האבן נאר געוואלט גיין צו דיינים וואס ווייסן די תהליכי הקהילה. דאס איז איינס.

דא בין איך ווידער מחולק מיט מציאות הדברים, איך האב צאללאזע מאל געליינט אין געהערט פון צד הארונים נאך איידער די קארט אז זיי זענען אלס געווען מוכן זוך צו שטעלן צו א נייטראלע בי"ד מרוצה או בזבל"א

ווייטער א מחלוקה צווישן צוויי היידפארק שרייבער, דעריבער צו נישט קיין מסקנות. 

די לייקענסט שמש בצהרים מיט די תירוץ א מחלוקה צווישען היידפארק שרייבער?

והשנית, איך האב מיך באצויגן צום היתר בית דין צו גיין אין קאורט, נישט צו מ'האט גערופן צו דין תורה בעפאר צו נישט. און איך ווידערהאלט: די אהרונים האבן קיינמאל, אבער קיינמאל, נישט ארויסגעשטעלט א בית דין אדער א רב ברבים וואס זאגט אז ער געט זיי דעם היתר דערצו. דאס איז חוץ די אנדערע קאורטס, ווי למשל הצלת רבינו, וואס זיי האבן אנגעהויבן אן קיין שום דין תורה פון בעפאר. 
 
לפענ"ד איז דער פאקט אז מ'האט גערופן צו דין תורה, און דער נתבע איז מודה קבל עם אז זיי האלט נישט ביים גיין צו א נארמאלע בית דין, איז טויזנט מאל וויכטיגער ווי מפרסם זיין א היתר, דאס געבט זיי הונדערט פראצענט דעקונג, פארן גיין אין קארט, ווייל ס'פארשטייט יעדער בר דעת אז פאר א דבר מפורסם ברויך מען זיך נישט פארענטפערן פאר די גאס, איך זאג נישט, בינם לבין קונם זאלן זיי זיכער מאכן אז ס'אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אבער אזא סארט נתבע וואס איז א פרעכער משתמט, דעזערווט נישט קיין היתר בי"ד אין ס'נישט זייער עסק, ווייל די האלטסט דאך ממילא נישט ביים זיך שטעלן צו דין תורה,

כן נרא' לפע"ד השפל, והבן.

דא קומסטו מיר ווייטער מיט דיין "לפע"ד" און "ס'פארשטייט יעדער בר דעת" וכו', ע"פ הלכה קען זיך נישט דער תובע אויפשטעלן און זאגן: איך האב שוין גערופן דעם נתבע צו דין תורה, איך האב מפרסם געווען בראש כל חוצות אז זיי האלטן נישט ביים קומען צו דין תורה, געלייגט אפענע רופן צו זיי אין "דער בלאט" אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה, דעריבער שפיר איך זיך פריי צו עפענען קאורט קלאגעס איינס נאך די צווייטע אן קיין שום היתר בית דין, און דער נתבע דעזערווט ניטאמאל א היתר. קומען מיר ווייטער צוריק צו די פראגע: וואו איז דער היתר צו גיין אין קאורט?

און אויב ווילסטו איך זאל דווקא אז איך זאל דווקא יא אויפפרישן דיין זיכרון, וועל איך דיר דערמאנען אז דער זעלבער ביד"ץ בית יוסף, וואס האבן לשיטתך נישט פיינט ר' אהרן, ארויסגעגעבן א בריוו וואו זיי שרייבן אז זיי האבן נישט געגעבן קיין שום היתר פאר די אהרונים צו גיין אין קאורט

דער תובע האט זיך נישט אויפגעשטעלט זאגען כ'האב גערופן אין צו דין תורה דורך דער בלאט
קהל האט געשיקט 3 הזמנות כדת וכדין ביי ביד''ץ בית יוסף - וועם ענק ניצן יעצט אין ב''פ

אין דער בי''ד האט קיינמאל נישט צירוקגעצויגען פין זייער היתר צו מעקל זיין בערכעות, זיי האבען געשריבן אז זייער היתר איז נאר געווען אויף מעקל זיין אין נישט מער ווי דעם
אויף וואס קהל האט גענטפרט אז אויף די היתר פין ערכעות האט מען זיך סיי וויי נישט פארלאזט נאר אויף בית יוסף
אין מיר האבען א היתר פין היימישע רבנים, ווי ווינער רב שליט''א האט באשטעטיגט

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2010 23:07 לינק ישיר 

לאמיך דא קלארשטעלן
די אלע שקרים אין געבעקסן אין סיליפום ווי תהליכות הקהילה וכו' שרייען ענק שוין 10 יאר
קהל האט געגבן וועגן דעם זייער א גרינגע פארשלאג
אז ביידע צדדים זאלן חתמנ'ן ש''ב ביי א בי''ד של זבל''א אין די בי''ד זאל די אלע זאכען דן זיין נאך פאר אלעם
(ווי תהליכות הקהילה, קרית יואל, ש''ב, אין נזקקין כו')
אין אויב פסק'נט די בי''ד אז ס'דא אזא מין דין ווי תהליכה הקהילה בלייבט עטס ידו על העליונה
כ'דארף קיינעם נישט  זאגען אז מ'ווארט נאך יעצט אויף א ענטפר

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 08:11 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב מען דארף אויף דעם דן זיין, ס'דא א פסק "בכתב" פון הגר"י ראטה, און הגר"יי פישער, בעל ברך משה, ועי' בספר מלחמת מצווה (סיגוט) אז אויף דעם דארפן דן זיין דייני הקהלה.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2010 16:28 לינק ישיר 

אין סיגוט איז נישט געווען די מחלוקה וועגן ראשי קהילה, ר''י ראטה ווייס איך נישט וואס די מיינסט, אין וויאזוי עס זאל נישט זיין, ווייז דאס פאר א בי''ד של זבל''א ווי קהל האט מציע' געווען אויב זיי באשטעטוגען עס פארלירט קהל אלע זכותים אין פארטיג,

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 20:48 לינק ישיר 

ר' יענקל,
איך זע דו קענסט זייער גוט נאך פלאפלען די בלאט, איך ברענג דיר פסקים פון רבנים בכתב, און דו ברענגסט נעמען פון אלע נפטרים אז ס'האלט שוין ביי הגר"ם האלבערשטאם, (ווער געדענקט נאך ווען יצחק רז"ב האט געזאגט נאך ר' אברהם לייטנער זצ"לס פטירה אז ער האט געהאלטן אז רז"ל איז א מסרב לדין), און אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן זאגסטו מ'זאל אויף דעם אויך דן זיין. און טאמער גייט מען שוין יא צו דין תורה, פעלטשט עטס בריוון, און נאכדעם זאגט עטס אז מ'דארף אויף דעם אויך דן זיין.      שיין זעמיר אויס...
און וועגן די מחלוקה אין סיגוט, איז געווען א קהלישע מחלוקה, איך זע נישט די חילוק צווישן די צוויי.
יעצט ביטע ענטפער נאר צום זאך ווייל איך האב נישט אזוי פיל צייט

תוקן על ידי וויליבאג ב- 23/11/2010 21:23:29

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2010 22:11 לינק ישיר 

כ'ווייס נישט אויב איך פלאפעל נאך די בלאט אדער די שרייבסט זיכער נאך שטיקער היידפארק
כ'האב דיר געשריבן אז וועגן דעם רעכן איך נישט אויס הג''ר משה ה''ש ז''ל ווייל ער האט עס נישט געגבן בכתב, כ'קען דיר נישט ברענגן קיין שום ראי' אז ער האט דאס געזאגט, אנדערש איז אבער די אנדערע רבנים וואס כ'האב יא אויסערעכנט.

און ווי כ'האב געשריבן אנפאנג
איך בין נישט קיין בקי אין חו''מ, אין איך בין נישט דא זיך צו פארהערן אין 'ענקער' פארום, אין בדרך כלל
האט ענק סקאט זיי גיט גענטפרט, אין קלאר ארויסגעברענגט טרוקענע פאקטען וואס פאר א פרעכע מסרבים ענק זענען,  אין אויף זיינע ווערטער האט עטס דערווייל נישט וואס צו ענטפרן,

כאפטס עטס ענק ארויף אויף 'פרטים' פין מיין תגיבה, כאילו מיט דעם ווערן ענק אויס מסרבים אין פרעגטס אפ די עיקר.

אין בנוגע די הצעה פין קהל האב איך נאר אזוופיל בארירט
אז די קומסט מיר פרעגן פרטים אויף היידפארק פרטים וואס כ'בין נישט אזוי באקאנט
פרעג איך דיר
פארוואס ווילט איר נישט אננעמן די הצעה פין קהל
דהיינו, מ'זאל שטעלן א נייטראלע בי''ד אדער זבל''א אין מ'זאל בלויז דן זיין די אלע סילופים אין פרטים וואס ענק ניצן אויף סירוב לדין ווי תהליכות הקהילה וכו', אין איין מאל די בי''ד וועט פסקנ'ן וויאזוי דער די''ת דארף אנגיין ווען מען אנהייבן א געהעריגע די''ת
דארפסט פארשטיין אין ב''פ אין און ב''ב האבען די ארונים פינקט אזוי געקענט קומען מיט די אלע סילופים ווי תהליכות הקהילה אין דאך זענען זיי גרייט פין די ערשטע מיניט זיך צו שטעלן צו די''ת (כ'רעדט נישט יעצט פין היידפארק מעשיות כ'רעדט וואס די אין איך ווייסן אין הארץ)
נו, אויב האבען ענק די מינדעסטע אויסעהאלטענע טענה וואס גיבט גערעכט פאר ענקער סירוב לדין, שטעלט עס פאר ביי א בי''ד אין זאל עס א בי''ד דן זיין
דאס קען נישט דער נתבע אפמאכן אין מיט דעם מסרב זיין.

יעצט אויב פלאנסטו זיך צו שטעלן אויף איינצעלנע פרטים פין מיין תגובה, דאן איז א שאד יעדעס ווארט אין ליין ענדערש איבער מיין תגובה, אבער האסטו א נארמאלע תירוץ אויב די פרעכע סירוב לדין,
ענטפר אויף סקאט'ס תגובות.

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2010 22:26 לינק ישיר 

האלט איינער אז ער האט 'עפעס' דא געשריבן אז מען דארף אים ענטפערן?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2010 22:36 לינק ישיר 

קען זיין אז נישט
אבער לאמיר זעהן אויב די האסט צו ענטפרן אויף די די עיקר
ליינט די תגובות פין סקאט אין ענטפר

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 01:18 לינק ישיר 

איך וויל שטארק קאמענטירן דא, אבער עס זעהט אויס אז זאכן דא זענען אביסל צומישט, מיך האסטו געענטפערט אבער מיין חבר נישט, קוק מיין חבר'ס תגובה פון פריער וכו' וכו' , איך וויל אביסל אוסקלארן די זאך און עס צוריקפירן אויף די ריכטיגע רעלסן.

rebyankel אפשר קענסטו מוחל זיין אין מסביר זיין געהעריג איבער די דין תורה פון וואס דו רעדסט און וויאזוי דו שלאגסט פאר אז עס דארפט געפירט ווערן, אפשר זאגסטו מיר פון וועלכע די"ת דו רעדסט.

ווער רופט וועם צו דין תורה און וואס איז זיין טענה?.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 22:22 לינק ישיר 

דאס האט מיר סקאט גענטפרט אין אישי

די סיבה פארוואס איך ענטפער מער נישט דארט, איז ווייל איך שפיר באמת נישט פאר וויכטיג צו סתם אריינגיין אין סירקול ארגומענטן אבי צו האבן דאס לעצטע ווארט,
לפע"ד איז מיין ארגינעלע טענה א טענה נצחת און נישט בארירט געווארן קיין כי הוא זה, אדרבא דער כותב איז שיין געפאלן צו מיין טענה און זיך נאך טיפער באגראבן, מיטן מודה זיין אז לשיטתם קען אפי' משה גבאי מיט יאסל וואלדמאן זיין דער בית דין,

זאג די מיר ווען איינער האט די העזה צו זאגן אז דער כמעט בעל דין אליין קען זיין דער בית דין, און דאס מיינט נאך "תובע הולך אחר הנתבע", זאג דו מיר צו א נארמאלער יושר'דיקער רעכטדענקער תורה'דיקער מענטש, זעהט נישט אין דעם א קלארע קאראפציע און לצנות, קלארע סיסטעמאטישע השתמטות לדין מיט אלע ערליי דריידלעך און מאפיאנערישע באבע תירוצים פון תהלוכי הקהלה וכדומה,

און די זעלבע קליקע האבן נאך די העזה צו פארלאנגען אז זיי וויל זעהן א היתר בית דין, א מין אומפארשעמטקייט! דו ווילסט זעהן א היתר בי"ד? קודם קום צו דין תורה ווי אלע אידישע קינדער, שרייב אונטער שטרי ברורין, דאן וועט מען דיר לאזן פארלייגן דיינע טענות היתכן די אהרונים זענען געגאנגען און קארט, דאן וועט מיר דיר ווייזן אלע היתירם, וואס זיי וועלן זיין געפלעפט דערפין, אבער כל זמן עטס שרייטס "תהלוכי הקהלה", האסטו נישט קיין שום זכות צו פארלאנגען צו זעהן די היתר,

תוקן על ידי rebyankel ב- 24/11/2010 22:24:40

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 22:30 לינק ישיר 

לפי וואס איך געדענק האבן די זאליס בשעתם פארגעשלאגן דריי בתי דינים חוץ די דייני הקהלה, איינס דערפן דאכט זיך איז געווען בית דינו פון הגאון הגדול ר' יחזקאל ראטה. די אהרוינים האבן דעמאלטס אויסגעזיכט פון אינטער דערערד פסלונותן אויף יעדע פון די דריי. און האבן זיך מיט פוילע תירוצים ארויסגעדרייט.

די זאליס שעמען זיך מיט דעם? פארוואס שמייסן זיי נישט צוריק יעדעס מאל מיט דעם?

יעדעס מאל וואס די אהרוינים זאגן דייני הקהלה וואלט איך גענטפערט "דריי בתי דינים".

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.