בית פורומים אידישע געדאנק

וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/11/2010 22:39 לינק ישיר 

נפל, די טענה איז אסאך טיפער, די ארונים האבן קיינמאל נישט געענפערט אויף די דריי בתי דינים אפפער, טאמער וואלטן זיי געהאט א לעגיטימע טענה אויף אלע דריי פון די אפפערס, וואלטן זיי געדארפט ענפערן, די סירקל איז געגאנגען בערך אזוי, די ארונים שיקן אן הזמנה פון בית יוסף, די זאליס ענפערן דעם תירץ "תובע הולך אחר הנתבע" אין שלאגן פאר דריי בתי דינים, קיין ריספאנדס קומט נישט חוץ אפאר שמתא וארור אין בלאט, דערנאך גייט מען אין קארט ווייל יענער קומט נישט צו דין תורה, דערנאך טוט מען זיך אן א ברייטער ביבער היט (קרעדיט רא"ט) אין מען שרייט מיט קראקאדיל טרערן הולך בערכעות. 

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 24/11/2010 22:43:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 22:43 לינק ישיר 

ביטע הייבט אן צו ליינען די אשכול פין אנהייב וועט איר טרעפן די תירוצים
די טענה פין 2 בתי דינים ווערט דא דערמאנט אין אפגעפרעגט

_________________





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2010 22:47 לינק ישיר 

די טענה וואלטן ענק געדארפט שיקן "דעמאלטס" בכתב, נישט יעצט צען יאר שפעטער אויף היידפארק, דער מציאות איז, אז ענק האבן שוין געהאט גרייט דער גאנצער ערכאות לאנג בעפאר די ערשטע הזמנה, ענק האבן נאר בימים ההם געפילט אז פאליטיש דארף מען שיקן א שטיקל הזמנה כדי עס זאל אויסזעהן בעסער פאר די גאס, באמת האט איר געטון אלעס אין דער וועלט אז עס זאל צו א דין תורה נישט קומען, אינקלאדינג נישט ענפערן אויף נארמאלע לעגיטימע פארלאנגען. 



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 24/11/2010 22:48:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2010 23:25 לינק ישיר 

מלך_מלכים כתב:

די טענה וואלטן ענק געדארפט שיקן "דעמאלטס" בכתב,

פארוועם שיקן? פאר יצחק מאנדל, אדער משה גבאי אדער גאר יצחק שטיין? אהא, איך כאפ שוין, און וואס וואלט דעמאלטס געווען, ס'וואלט ארויסגעקומען נאך א עדיטאריעל אין דער איד באוואשן די אהרונים פאר די חוצפה פון רופן די רבי צו דין תורה,
איך געדענק קלאר א עדיטאריעל ווי דער איד האט באשמיצט די אהרונים כאילו לויט די אהרונים האט נאר די רבי א רעכט צו נעמען קוויטלעך אין טיילן שריים, ווער געדענקט נאך די עדיטאריעלס? ממש וואך איין וואך אויס פון שטערן, נאך פאר ס'געווען א זכר פון קארט,
מענטשן פארגעסן די קלייניקייטן, ס'גוט צו געדענקען די זאכן, יעצט שרייען די זאליס מיט א קעלבערנע פנים אז די ארונים וואלטן געדארפט גיין צו דין תורה, און די צייט וואס ווען מ'האט זיי יא גערופן צו דין תורה האבן זיי אנגעפירט א סיסטעמאטישע אפעראט פון שמוץ קעגן די אהרונים 

נישט יעצט צען יאר שפעטער אויף היידפארק,

אגב די אהרונים האבן עס ווייסעך וויפיל מאל געשריבן צו שמואל פריד און שאול פערלשטיין, און פריד האט געשריבן לאנגע הסברים, אז אין סאטמאר איז דער רבי בעה"ב אין מ'קען נישט רופן צו דין תורה די רבי, און "לפנים משורת הדין" זענען זיי גרייט צו גיין צו יצחק מאנדל אין יצחק שטיין, עטס הערטס וואסערע וואוילע מענטשן די זאליס זענען? זיי גייען גאר "לפנים משורת הדין" צו וועם? צו יצחק מאנדל, דער שיינער איד ביי די זאלי שול אין מונרו...איך זאג ענק אזעלעכע צדיקים האב איך נאך נישט געזען

דער מציאות איז,

מציאות? א ריינע שפעקולאציע,

אז ענק האבן שוין געהאט גרייט דער גאנצער ערכאות לאנג בעפאר די ערשטע הזמנה, ענק האבן נאר בימים ההם געפילט אז פאליטיש דארף מען שיקן א שטיקל הזמנה כדי עס זאל אויסזעהן בעסער פאר די גאס, באמת האט איר געטון אלעס אין דער וועלט אז עס זאל צו א דין תורה נישט קומען, אינקלאדינג נישט ענפערן אויף נארמאלע לעגיטימע פארלאנגען. 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 00:07 לינק ישיר 

די מישט דא אלעס ווי א טאפ מיט טשאלענט, מציאות 1) די דין תורה האט גארנישט געהאט מיט זאלי - ארוני פיריאד. 
די הזמנה איז געווען איבער א געוויסער ראש הקהל וואס מען האט פארשיקט, די טענה איז געוועהן צו דער רבי מעג אים פארשיקן צו נישט, ע"כ. טאמער ווייסטו נישט די פאקטן זיי מוחל אין רעד נישט אריין.

2) דער יוד'ס עדיטאריעלס איז געוועזן געצילט אויף די חוצפה אז איינער וואס וויל זיין ראש הקהל אין סאטמער, קען גיין צו א בי"ד טענהן אז דער רבי איז נישט ב"ב נאר ער, דאס איז אריבער אלע גרעניצן בלי שום ספק.

3) אויף די טענה האט קהל געענפערט 2 זאכן, איינס אז ווען מען שרייבט זיך איין אלץ א מעמבער ביי קהל איז א קלארע תנאי אז אויב וועט מען האבן סיי וואס פאר א טענות צו די קהלה דארף מען גיין אויסשליסליך צו די דייני הקהלה, מען שרייבט אונטער קלאר אז אויב איז מען עובר איז מען אוטומאטיש אויס מעמבער, אין אוודאי קען א פסולע מעמבער נישט זיין קיין ר"ה, אין פאקט איז דא אומצאליגע דרשות פון ר' אהרן ווי ער האט דאס אליינס גענוצט קעגן געוויסע וואס האבן אים גערופן צו דין תורה.

4) למען השלום האט קהל מסכים געווען לפנים משורת הדין צו אפפערן דריי אנדערע בתי דינים, וואס אויף דעם האט דער יעניגער קיינמאל נישט געענפערט. 

ביי ביי, סי יו לעטער



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 25/11/2010 00:11:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 00:12 לינק ישיר 

אזהרה! על פי תקנת בחדרי חרדים איז דאס מינימום טיטל אויף א רב איז ר'

די אומדערהערטע זלזול אין רבנים וואס קומט פאר אין אנדערע אידישע פורומס וועט נישט טעלארירט ווערן דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 01:14 לינק ישיר 

Plywood כתב:
איך וויל שטארק קאמענטירן דא, אבער עס זעהט אויס אז זאכן דא זענען אביסל צומישט, מיך האסטו געענטפערט אבער מיין חבר נישט, קוק מיין חבר'ס תגובה פון פריער וכו' וכו' , איך וויל אביסל אוסקלארן די זאך און עס צוריקפירן אויף די ריכטיגע רעלסן.

rebyankel אפשר קענסטו מוחל זיין אין מסביר זיין געהעריג איבער די דין תורה פון וואס דו רעדסט און וויאזוי דו שלאגסט פאר אז עס דארפט געפירט ווערן, אפשר זאגסטו מיר פון וועלכע די"ת דו רעדסט.

ווער רופט וועם צו דין תורה און וואס איז זיין טענה?.


rebyankel איך בעט נאכאמאל אז דו ווילסט האבן א תירוץ בין איך דיר גרייט צו ענטפערן, אבער לאמיר פירן א נארמאלע דיסקוסיע

איך וועל איבערפרעגן און ענטפער אויף דעם און אזוי וועל מיר גיין ווייטער

ווער רופט וועם צו דין תורה און וואס איז זיין טענה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 03:50 לינק ישיר 

פארוואס האט בי''ד בית יוסף צוריק געצויגן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 04:54 לינק ישיר 

מלך, אויב האט טאקע בערל פרידמאן געטאן אזא אומדערהערטע חוצפה וואס איז אריבער אלע גרעניצן בלי שום ספק, כלשונך, איז ממש נישט צום פארשטיין, אויף אזא חוצפה נוראה דארף מען פארשטיין תהלוכי הקהלה?! פונקט נאר סאטמארע דיינים פארשטיין אזא פשוט'ע אלף בית אז מ'דארף פאלגן א רבי, און אז דער רבי איז בעה"ב אויף א חסידות, ווער ווייסט דען נישט אזא פשוטע זאך? וואס גייט דא פאר? אפי' א גויאישער דשאדש האט דאס פארשטאנען, ס'א דבר פשוט אז אויב דאס וואלט געווען די שורש הטענה צו דער רבי איז יא פולקאם בעה"ב צו נישט, וואלטן די אהרונים געהאט זערא שאנסן צו געווינען, און די זאליס וואלטן שוין פון לאנג לאנג געגאנגען צו א נארמאלער בית דין, און זיך איינגעשפארט די אלע קאפוויי

נאר וואס דען? דאס איז די פרעכער שקר, קאץ-אין-בויך, וואס דער איד איז אויפגעקומען, כאילו בערל פרידמאן האט איינמאל גע'טענה'ט אז דער רבי איז נישט בעה"ב, נישט בעל פה און נישט בכתב האבן די ארונים קיינמאל דאס געזאגט [איך רעד נישט פון קארט דאס איז אינגאנצן אנאנדערער באשעפעניש, וזה פשוט], אין די הזמנות לדין תורה, אלע בריוון מצד די אהרונים, די אלף שמות דרשות, קיין איינמאל האבן די ארונים נישט מרמז געווען אפי' ברמז קל אז דער רבי איז נישט בעה"ב, אדרבא ווייז מיר ווי,

אויב עטס ווילטס וויסן די ריכטיגע טענה פון בערל פרידמאן פארוואס ער האלט ער איז דער לעגאלער ראש הקהל? דאס וועט עטס נאר וויסן ווען ענק וועלן אונטערשרייבן שטרי ברורין פאר אלע נארמאלע בית דין, אין פארלייגן ענקער טענה אז דער רבי האט איהם ארויסגעווארפן, וועט עטס דאן הערן זיין תשובה דערויף, מיין השערה איז אז לכאורה גייט זיין די תשובה אז ער גייט אויפווייזן מיט הוכחת ברורות אז דער רבי האט קיינמאל איהם ארויסגעווארפן, בלויז א השערה, ליידער קוקט אבער נישט אויס אז ס'עט אמאל קומען דערצו, באט יו נעווער נו,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 06:14 לינק ישיר 

סקאט מיין השערה איז אויך אזוי, אבער נישט סתם ער האט אים נישט ארויסגעווארפן ער האט אים גאר איבערגעגעבן דאס גאנצע רבי'סטעווע, גענוי ווי שמעון ווייס האט איבערגעגעבן פאר אהרן טייטלבוים און מאיר פערל די בני ברק'ער מסודות,

און טאקע דייקא פאר דעם דארף זיין א בית דין וואס זאל וויסן וואס טוט זיך אין סאטמאר, צו פארשטיין וואס איז פאבריקאציע און וואס נישט,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 06:30 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

נאר וואס דען? דאס איז די פרעכער שקר, קאץ-אין-בויך, וואס דער איד איז אויפגעקומען, כאילו בערל פרידמאן האט איינמאל גע'טענה'ט אז דער רבי איז נישט בעה"ב, נישט בעל פה און נישט בכתב האבן די ארונים קיינמאל דאס געזאגט [איך רעד נישט פון קארט דאס איז אינגאנצן אנאנדערער באשעפעניש, וזה פשוט], 


בערל פריעדמאן האט געזאגט ביי די אסיפה פון "גרויס קהל" ווי ער האט דאס אנגערופן - אינעם בעסמענט פון ספינקא ביהמ"ד - אז די רבי איז דער "גייסטישער" בעל הבית - פונקט די זעלבע טענות וואס די אהרוינים האבן פארגעשטעלט אין געריכט. ער האט במתיקות לשונו מסביר געווען אז ער אלס ראש הקהל איז אחראי אויף קהל סאטמאר און דער רבי אלס רבי איז אחראי נאר אויף דיינים מלמדים און כלי קודש עפ"ל.

און אויב שוין, ביטע זיי אונז אויך מסביר פארוואס קארט איז א אנדערער באשעפעניש. אויב איז ביי דיר אזא דבר פשוט אז אפילו דער גוי פארשטייט אז ס'קומט זיך פאר בערל, פארוואס האט ער געדארפט אנקומען צו אזאנע פסולע טענות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 06:34 לינק ישיר 

והעיקר! די אהרוינים האבן שוין ווייטער מצליח געווען אראפצופירן דעם שמועס פון די רעסלען צו זייטיגע נארישקייטן.

מיט וועלכע היתר זיצן די אהרוינים אין ערכאות?
ווי אזוי קענען די אהרוינים נישט שמייכלען ווען זיי שרייען קומט צו דין תורה בשעת מען האט זיי פארגעשלאגן דריי פראמינאנטע בתי דינים (חוץ די דייני הקהלה) און זיי האבן נאך עד היום נישט גענטפערט א גלייכע תשובה דערויף?


אלע אנדערע טענות זענען "געמאלן וואסער".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 06:35 לינק ישיר 

סקומט אים נישט קיין עפ"ל אפילו אויב ער האט אזוי געזאגט, אבער ער האט זייער קלאר געזאגט אז דער רבי קען נישט זאגן אנדערש ווי די שטאטוטן,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2010 07:57 לינק ישיר 

לאמיר עס מאכן גאנץ קורץ מיט א משל: ראובן רופט שמעון צו דין תורה מיט התראת בי"ד, ברענגט שמעון אפענע בריוון פון רבנים וואס זאגן אז דעס באלאנגט פאר ספעציעלע דיינים וכדו'.  די בי"ד נעמט עס אן און ציהט צוריק די התראה. גייט ראובן אין קארט
, פרעגט מען אים פ"וו?
   זאגט ער: איך האב א היתר בי"ד! 
   נו, לאמיר זען די היתר?
   עס ליגט אין לעדל.
   פ"וו קענסטו עס נישט ווייזן?
  (ווייל כ'האב מורא מ'וועט עס(נישט) זען)
אפשר ווייזטו מיר א התראת בי"ד?
 זבל"א
 אפשר קען איך רעדן צו דעם וואס האט געגעבן דעם היתר?
זבל"א
וואס זענען דיינע טענות?
 זבל"א
ראובן האט פארלוירן דעם קארט, לייגט ער גרויסע צעטלעך אין אלע צייטונגען שמעון: שטעל דיך צו דין תורה
שמעון פרעגט :
 בוסט דאך שוין געווען אין קארט?
 זבל"א
 נו זאג שוין וואס זענען דיינע טענות?
 זבל"א
? זבל"א
 ? זבל"א
 ? זבל"א
 ? זבל"א
 ? זבל"א

ענטפערט שמעון: דו באלאנגסט נישט ביי זבל"א נאר ביים  דאקטער  און גיי דיר פון ווי דו ביסט געקומען


תוקן על ידי וויליבאג ב- 25/11/2010 08:05:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:10 לינק ישיר 

וויליבאג כתב:


לאמיר עס מאכן גאנץ קורץ מיט א משל: ראובן רופט שמעון צו דין תורה מיט התראת בי"ד, ברענגט שמעון אפענע בריוון פון רבנים וואס זאגן אז דעס באלאנגט פאר ספעציעלע דיינים וכדו'.

די בי"ד נעמט עס אן און ציהט צוריק די התראה.

שקר, בי"ד האט קיינמאל געשריבן אז זיי געבן גערעכט די טענה פון די תהלוכי הקהלה, פינטל

גייט ראובן אין קארט
, פרעגט מען אים פ"וו?
   זאגט ער: איך האב א היתר בי"ד! 

שקר שקר, ער זאגט לגמרי נישט דאס, ער זאגט אז היות די האלטס נישט ביים קומען צו די"ת צוליב תהלוכי הקהלה, מוז איך בלית ברירה גיין אין קארט, צו צווינגען דיר צו קומען צו די"ת ווי אלע אידישע קינדער

   נו, לאמיר זען די היתר?


רבונו דעלמא כולם! וואס פונקטליך גייט געשען נאכן זעהן די היתר? דו האלטסט דאך ממילא נישט ביים קומען צו דין תורה! וואס דרייסטו א קאפ מיט היתר? ווער ביסטו צו האבן דו העזה צו פארלאנגען א היתר, עטס זענטס די לעצטע מענטשן וועם מ'דארף ווייזן די היתר

אז די געבסט מיר א שטיקל גאראנטי, אז אויב איך ווייז דיר די היתר, לאזטו אפ די תהלוכי הקהלה טענה און די קומסט צו דין תורה ווי א נארמאלער מענטש, ווייז איך די היתר פאר די בית דין מרוצה, אבער סתם אזוי? וואס פונקטליך איז די מטרה דערפין? צו איבערווייזן די זאליס אז די ארונים זענען נישט קיין שקצים? די ארונים זענען דאך ממילא שקצים פארן רופן לשיטתכם די רבי צו דין תורה






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.