בית פורומים אידישע געדאנק

וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2010 19:17 לינק ישיר 

סקאט געוואלדיג!

לאמיר עס מאכן בקיצור, די ארונים האבן א היתר אויף אלע שקאצערייען, און איסורים, ווייל די זאליס האלטן זיי ממילא פאר שקצים, WOW

"תירוץ אף די יער"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:22 לינק ישיר 

מהיכי תיתי אז ס'שקאצערייען, און איסורים? ווייל אזוי האסטו מחליט? ביי מיר איז די גרעסטע שקוצעריי, ווען די גרעסטע אין פרומסטע קהלה אין די וועלט, וואס ברויך ווען זיין די וועג ווייזער פאר אנדערע קהלות וויזוי מ'גייט צו דין תורה, זאל אויפקומען מיט א שפוגעל-נייע מאפיאנערישע תירוץ פון תהלוכי הקהלה, אין לך חילול השם גדול מזה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:34 לינק ישיר 

קוק וואס ר' אהרן'ס חסידים טוען ווי אימער זיי זענען די נתבעים, איבעראל זענען זיי געקומען צו דין תורה ווי תורה'דיגע פאראנטווארטליכע מענטשן טראץ וואס זיי קענען נאר דערלייגן, סיי אין ב"פ און סיי אין ב"ב, אזוי פירט זיך אויף א ערליכע קהלה, קוק קהל באבוב, קוק קראסנא, איך האב נישט קיין ברירה און איך מוז זאגן אז די זאלוני קהלה איז די גרועים שבקהלות, קיין איין קהלה האט נאך נישט אויף אזא סיסטעמאטישע וועג אויפגעקומען מיט אזעלעכע אומדערהערטע מאפיאנערישע תירוצים זיך ארויסצידרייען פון דין תורה,
 
איך קען ענק זאגן איין זאך, די אהרונים קהלה האבן סאך מער רעספעקט אין די אויגן פון די פרעמדע המון ווי די זאלונים, צוליב דעם אויוונדערמאנטן פאקט, עטס מיינטס די וועלט זעהט נישט ווי ממש "איבעראל" ווי מ'האט גערופן די ארונים צו די"ת זענען זיי געקומען צו דין תורה, און אין "ערגעץ" ווי די זאלונים זענען גערופן געווארן זענען זיי געקומען ממש, "אין ערגעץ", צו אין וומ"ס צו מונרו,
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:42 לינק ישיר 

קוק ווי דער סקאטמאלען קייט איבער 100 מאל, אין איין תגובה נאכן צווייטן "תהלוכי הקהלה"... ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פונם פאקט אז די זאליס האבן חוץ זייערע דיינים פארגעשלאגן אויך דריי בתי דינים קיין איינס נישט סאטמארע און אוודאי נישט דיינים וואס באקומען סיי וועלכע שטיצע פון סאטמאר.

אויך דעם פארשלאג איז נאך עד היום נישט געקומען קיין תשובה.

סקאט, פאר די שרייבסט נאך צען מאל "תהלוכי הקהלה" זיי מוחל און ענטפער א תירוץ...

מיין צווייטע קשיא גייט זיין, וואס איז ענקער היתר געווען צו זיצן אין געריכט ספעציעל נאכדעם וואס בי"ד בית יוסף אליינס האט געשריבן אז נישט דאס האבן זיי מתיר געווען און אפילו דעם עיקול האבן זיי אויך אראפגענומען.


זיי מוחל ענטפער און קיי נישט איבער נאכאמאל אלטע אויסגעדראשענע זינלאזע תירוצים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:49 לינק ישיר 

אלע דיינע פוינטס האב איך שוין אדרעסירט בטוב טעם, און נישט איין מאל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 19:49 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
מהיכי תיתי אז ס'שקאצערייען, און איסורים? ווייל אזוי האסטו מחליט? ביי מיר איז די גרעסטע שקוצעריי, ווען די גרעסטע אין פרומסטע קהלה אין די וועלט, וואס ברויך ווען זיין די וועג ווייזער פאר אנדערע קהלות וויזוי מ'גייט צו דין תורה, זאל אויפקומען מיט א שפוגעל-נייע מאפיאנערישע תירוץ פון תהלוכי הקהלה, אין לך חילול השם גדול מזה



פארוואס ווען יוסל וואלדמאן האט גערופן ר' אהרענען צו דין תורה איז די זעלבע טענה נישט געוועהן קיין שקצעריי?

דאס האסטו שוין אויך אדרעסירט? אויב יא ביטע צייכן אן ווי.


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 25/11/2010 19:55:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:03 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

קוק קהל באבוב, קוק קראסנא,
 


 סקאט, אין די ווערטער ליגט באמת די תירוץ אויף דיין קשיא,

די קשיא האבן באמת די צד הזאלונים, פארוואס קען מען נישט גיין צו די"ת אזוי ווי ביי באבוב און ביי קראסנא? פארוואס באבוב איז קלאר די די"ת צווישן ר' בן ציון און ר' מרדכי דוד עס איז קלאר ארויסגעשריבן ווער זענען די צדדים און ווער זענען די צובעים און נתבעי, און די זעלבע ביי קראסנא איז עס א די"ת צווישן ר' שמואל זאב און ר' יוסף?

פארוואס איז דא אנדערש? ווער זענען דא די נתבעים און ווער זענען דא די צדדים?

און איך וועל צוריקקומען צו וואס איך האב לכתחילה געשריבן

ווער רופט וועם צו די"ת און וואס איז די טענה?

אז מוועט קענען דאס דורכשמועסן געהעריג, מיין איך וועט אלע דיינע קשיות קלאר ווערן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:04 לינק ישיר 

ניין דאס האב איך נאך נישט אדרעסירט, ועוד חזון למועד, איך קען דיר נאר זאגן אויפן שפיץ גאפל אז טענות יאסל וואלדמאל איז לגמרי נישט דומה צו די טענות דא, טענות יאסל וואלדמאן איז געווען קעגן די רב אין די קהלה, ווידער דא איז מחלוקה, ווער איז די קהלה און ווער איז די רב?

די מחלוקה דא איז ענדערש דומה צו

רב"צ באבובער vs רמ"ד אונגער
רב ליכטער vs רב פריעד
תולדות אהרן vs תולדות א"י
ר' ישראל vs ר' מענדל

כהנה וכהנה

ועוד חזון למועד כי קצרתי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:10 לינק ישיר 

אמת אז דא איז בכלל נישט די זעלבע דין תורה, אבער וואס איז א חילוק וועלכע דין תורה עס איז? א איד רופט צו דין תורה אין מען ענפערט קום צו מיינע דיינים, וואס יוסל האט אויך דעמאלטס געטענהט אז ער וויל זיך נישט מתדיין זיין ביי זיינע בעלי דינים, עס האט אים געהאלפן טויטע באנקעס, מען איז צו דין תורה נישט געקומען, ביז ער איז צום סוף אויסגעלאפן פון בריירות אין געגאנגען אין קארט, אין וואס פאר א שייגעץ מסור ער איז פארוואנדעלט געווארן נאכדעם די רעסט איז היסטערי., אפשר וואלטכדי געוועהן דו זאלסט עס יא אדרעסירן, ווייל אין מיינע אויגן זעה איך נישט די נפקא מינא בנוגע די ענין פון "תהלוכי הקהלה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:10 לינק ישיר 

אה סקאט איך זעה אז דו קומסט שוין אליינס צו צום פוינט דו לייגסט זייער שיין אראפ צד האזאלונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:11 לינק ישיר 

plywood, ווער די תובעים ונתבעים זענען? קוק אויף די הזמנה וועסטו זעהן קלארע נעמען, די טענות שטייט אויך קלאר אויף די הזמנה. עס קוקט אויס זייער ענדליך צו די הזמנה וואס די זאליס אין ב"פ, האבן געשיקט פון די גביוף בי"ד, איך האב געליינט ביידע, איך קען זאגן אז ס'כמעט א קאפי, די נעמען זענען נאר אנדערש, און אין וומ"ב איז די טענה ווער עס איז די ראשי הקהלה, און אין ב"פ ווער איז די ראשי המוסדות, די אלע איבעריגע טענות ומענות קען מען זיך אויסטענה'ן ביים בית דין, ווי למשל מאנרא צו די אדמורים זאלן אויף אינטערשרייבן וכדומה, אזוי איז געווען ביי די באבובער די"ת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:11 לינק ישיר 

די אלע דערמאנט וואס זענען אנגעקומען אין ערכאות למשל באבוב, וויזיץ וכו' זענען אלע אנגעקומען אהין מיט א היתר בית דין בכתב גלוי וידוע און נישט באהאלטן אין א שיפלאד, די איינציגסטע וואס האבן זיך געוואנדן לערכאות אן א היתר בי"ד בכתב זענען די אהרוינים. ביטע נישט פארשעמען די אויבן דערמאנטע חסידותן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:11 לינק ישיר 

פריש כתב:
קוק ווי דער סקאטמאלען קייט איבער 100 מאל, אין איין תגובה נאכן צווייטן "תהלוכי הקהלה"... ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פונם פאקט אז די זאליס האבן חוץ זייערע דיינים פארגעשלאגן אויך דריי בתי דינים קיין איינס נישט סאטמארע און אוודאי נישט דיינים וואס באקומען סיי וועלכע שטיצע פון סאטמאר.

אויך דעם פארשלאג איז נאך עד היום נישט געקומען קיין תשובה.

סקאט, פאר די שרייבסט נאך צען מאל "תהלוכי הקהלה" זיי מוחל און ענטפער א תירוץ...

מיין צווייטע קשיא גייט זיין, וואס איז ענקער היתר געווען צו זיצן אין געריכט ספעציעל נאכדעם וואס בי"ד בית יוסף אליינס האט געשריבן אז נישט דאס האבן זיי מתיר געווען און אפילו דעם עיקול האבן זיי אויך אראפגענומען.


זיי מוחל ענטפער און קיי נישט איבער נאכאמאל אלטע אויסגעדראשענע זינלאזע תירוצים

פריש אויב ווילסטו וויסן דעם תירוץ פארוואס די דריי בתי דינים וואס די זאליס האבן פארגעשלאגן -פארן צוריק ציען- זענען פסול לדון, דאן כאפ א בליק אין שלחן ערוך חושן משפט סימן ז' סעיף ז', דאן וועסטו זען אז די תהליכי הקהלה נארישער תירוץ איז פונקט אזוי אבסורד ווי אנצוטראגן די דאזיגע דריי בתי דינים, די איינציגע סעלאשן פאר דעם פראבלעם פון אוהבו און שונאו איז נאר זבל''א, וואס דאן וואלטן די זאליס געווען ערלויבט צו ניצן סיי וועלעכן רב, ווי ר' ישראל חיים מנשה, צו ר' איציק מאנדל, צו ר' איציק שטיין,וכו'  אבער זבל''א האבן די זאליס קיינמאל נישט געוואלט עד היום הזה, און דריבער האלט יעדער אז די זאליס זענען מסרבים לדין.   



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:16 לינק ישיר 

פארשטיי איך דיך טאקע נישט, מלך, לשיטתך, אז דו האלטסט אז ס'יא דומה, דעמאלטס פארוואס יאסל וואלדמאן פארשטייסטו אזוי גוט, אז ער האט געמוזט גיין אין קארט בלית ברירה, און בערל פרידמאן קענסטו עפעס נישט פארשטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2010 20:21 לינק ישיר 

או קעי, סקאט דא הייבסטו שוין אביסעלע צוריקצודרייען עס איז נישט די זעלבע ווי באבוב קראסנא וויזניץ, (טראץ דעם ליגנד וואס דו שרייבסט אז אין באבוב איז מען קודם געגאנגען צו די"ת און דערנאך האבן די רבי'ס אונטערגעשריבן),


די זאלליס טענה איז זייער קלאר אויב איז דאס א סכסוך צווישן די ראשי קהילה אזוי ווי מען האט געשיקט די הזמנה דאן באלאנגט דאס פאר די דייני הקהילה בפרט ווען די גאנצע טענה טענה איז געבויעט צוליב וואס דער דיין האט געזאגט אז זיי זענען א קשר בוגדים און וואס דער רבי האט ארויסגעווארפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וואס מיינט "דין תורה" ביי די אהרונים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.