בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב! 8'טע חתונה אין בנ"י זאל - הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א מסדר קידושין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/8/2010 18:12 לינק ישיר 

מקען דא זעען די מהות פין 2 מענטשן

ר' משה מארקאוויטש מאכט א שמחה נעמט ער די פיש פין זיין שוואגער משה פאלקאוויטש אפי' דער אקס קימט נישט צי די חתונה אין האלט אז די קינדער גייען זיין ...... אין זיי זענען רח"ל .............. אין נאך מער אפי' שוין נאכדעם וואס ער איז נישט געקימען האט ער נאך אלטץ באשטעלט די פיש אויף שבת שבע ברכות ביי דעם אקס (וואס איך האלט אז אזא איינער איז נישט בגלייבט אויף כשרות)

משה פאלקאוויטש יא ער פארקויפט פיש אין מאכט געלט פין טריפה'נע חתונות אין דערליווערט עס ביזן זאל אריין אבער גיין צי די חתונה ניין דאס נישט נאר געלט נעמט ער אין אפי' שוין נאך די חתונה נעמט ער נאך אן צי מאכן די פיש אויף שבת שבע ברכות פין די טמא'נע חתונה וואטס א שעם!


ב"ה ראו מה בין בני לבן חמי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 19:01 לינק ישיר 

איך וועל ענק מסביר זיין פארוואס ענק האבן עס אינגאנצן ראנג ארויס,

קוקטס אהער, ווען א נונטער משפחה באטייליגט זיך נישט ביי א שמחה, קענען זיין מערער סיבות דערצו,

1: מ'האלט אז דער קרוב איז א געפערליכער שייגעץ, און מ'דארף איהם מרחק זיין, אזוי ווי טייל פלעגן טון קעגן מעכליסטן, בעלזער, ליבאוויטשער, בני יואל קרובים, וכדומה,

2: מ'איז ליידער אזוי ביטער ציקריגט און ציפליקט, אז ס'פשוט נישט קיין הנאה פאר קיין איין צד צו קומען, אזויווי למשל משפחת אדמור"י סאטמאר

3: מ'ניצט עס אלס א מיטל און טעראר אז דער קרוב זאל נאכגעבן פאליטישע קאפריזן, ווי למשל דאס וואס מהרז"ל האט געטאן מיט זיין טאטע צו איהם אוועק שלעפן פון די שמחת משפחתם מעריצי מהר"א, (די זאליס האבן אן אנדערע ווערסיע, וואטעווער, און אלנספאל איז עס געווען צו טעראריזרן די חלק המשפחה)

בנידן דידן איז עס קיין איינע דערפון. די זעלבע חסידי ר' אהרן באטייליגן זיך ביי אלע אנדערע שמחות פון דעם זעלבן קרוב, זיי לעבן אין גוטן מיטן קרוב, זיי האבן נישט קיין שום פלאן צו איבערמאכן דעם קרוב פאליטיש.

וואס יא? די פראבלעם איז לגמרי נישט דער "קרוב", דער פראבלעם אז סטריקטלי נאר אט דער איינער ספעציפישער "חתונה", צוליב וואס דער חתונה איז פסול לשיטתם, וואס לשיטתם טאר מען זיך נישט באטייליגן ביי אזא חתונה, דאס מיינט איך זיך נישט צו קיינעם אפטון, איך זיך מיך נישט צי ציקריגן מיט קיינעם, והא ראי' אז איך באטייליג מיך ביי סיי וועלכער אנדערע שמחה, ווען איך וואלט געווען א בני יואל, וואלט איך עס 100% פארשטאנען, אזוי לאנג איך ווייס אז מיין קרוב האט בלויז א פראבלעם מיט דער איינער חתונה,

והדבר מובן למבקשי האמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 19:11 לינק ישיר 

די פוינט איז אז די גאנצע זאך פון דאס אז די חתונה איז "פסול לשיטתם" איז אויך הויל פאליטיק, די סיבה פארוואס זיי באטייליגן זיך נישט ביי די חתונה פון די נאענטסטע קרובים איז נישט מער וועגן די נארישע פאליטיק צופרידנצושטעלן אהרן חארינער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 19:22 לינק ישיר 

נערמאלער כתב:
די פוינט איז אז די גאנצע זאך פון דאס אז די חתונה איז "פסול לשיטתם" איז אויך הויל פאליטיק, די סיבה פארוואס זיי באטייליגן זיך נישט ביי די חתונה פון די נאענטסטע קרובים איז נישט מער וועגן די נארישע פאליטיק צופרידנצושטעלן אהרן חארינער


זאג א סברה. וואס איז דיין הכרח.

לשיטתכם איז דאך ר' געציל'ס פסק הלכה אויך פאליטיק צו ציפרידנשטעלן אהרן חארינער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 19:31 לינק ישיר 

זייער ווייניג ארוניס אין קרית יואל האלטן טאקע אז די יונגעלייט וואוינען רח"ל אן קידושין.. אסאך זאגן דאס אפען ארויס, הער שוין אויף מיט דיין פלאכקייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 19:49 לינק ישיר 

אוואדי וואלט איך קיינמאל זיך נישט געטרויט צו זאגן אז די פארפעלקער וואוינען אן קידושין, דאס הארץ לאזט דאס נישט זאגן, אבער קענסט מיך רופן א פלאכער וויפיל דו ווילסט, איך האלט באמת אז ס'א גרויסער ווייטאג אז ליידער שפילט מען זיך ארום מיט אזאלעכע האקעלע ענינים, צוליב פאליטיק, אפי' זאל נאר זיין א ווייטער ספק ספיקא, איך דאנק דעם אייבירשטן אז איך האב נישט אזא נסיון, קען זיין ווען איך בין ווען א בני יואל און איך האב ווען אזא בלינדע שנאה צו ר' אהרן וואלט איך נישט געקענט עומד זיין די תאות הנצחון און איך וואלט אפשר אריינגלייגט מיינע קינדער רח"ל און אזאלכע הארבע ספיקות,

גלויב מיר דאס איז דער מיינונג פון דאס רוב חסידי ר' אהרן, רוף אונז חלה דעקלעך מצה טאשן, פלאכער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 19:56 לינק ישיר 

ראדני, די סיבה פארוואס זיי גייען נישט צו די חתונות איז דירעקט ריזאלט פון וואכן לאנג פראפאגאנדע, די ארונים האבן אינטערגענומען א קאמפעין אז מען זאל נישט גיין כדי אזוי אינטערצוהאקן דעם זאל.

למשל איך קען דארטן נישט חתונה מאכן חוץ אז איך בין גרייט אז מיינע ברודער אין שוואגערס פון ביידע צדדים וועלען קיינער נישט קומען, א גרויס חלק ווייל זיי זענען נשפע צייטוויליג (איך זאג צייטווייליג ווייל ווער געדענקט נאך ווען קרובים פלעגן נישט גיין צו בני יואלע קרובים חתונות? אין געציילטע יאר ארום וועלען זיך די ארונים אזוי שמעמען מיט די זאכן אז זיי ועלען עס לייקענען, מסתמה וועט דוד עקשטיין זיין דער שעיר לעזאזל, גענוי ווי די ארונים זאגן די לעצטע צען יאר אויף משה גבאי) פון די ארונישע פראפאגאנדע, צו א חלק וואס ציטערן פשוט פאר זייער פרנסה ממילא וועל איך ענדערש חתונה מאכן אין מאנסי אין פטור אן עסק.

עס איז נעריש צו זיין ברוגז אויף אזעלכע מענטשן וואס קומען נישט צו די חתונות, עס איז פשוט א רחמנות אויף זיי, זיי ווערען פארכאפט פון נערישע פראפאגאנדע אין ווען זיי גייען זיך אויפוועקען צום ריאליטעט וועט שוין זיין צו שפעט, זיי וועלען טויט חרטה וואס זיי האבן געטון, אין בלעמען די גאנצע וועלט.



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 11/08/2010 20:02:43




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 20:01 לינק ישיר 

מיין אנעליז אויף די גאנצע ענין, ובזה החלי:

איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס ענק (חלה טישטוש'כער) האבן עס אינגאנצן ראנג ארויס,

קוקטס אהער - ראדני\מוישי, ווען א נונטער משפחה באטייליגט זיך נישט ביי א שמחה, קענען זיין מערערע סיבות דערצו,

1: מ'האלט אז דער קרוב איז א געפערליכער שייגעץ, און מ'דארף איהם מרחק זיין, אזוי ווי די ארויניס פלעגן טון קעגן די בני יואל קרובים, וכדומה,

2: מ'איז ליידער אזוי ביטער ציקריגט און ציפליקט, אז ס'פשוט נישט קיין הנאה פאר קיין איין צד צו קומען, אזויווי למשל משפחת אדמור"י סאטמאר

3: מ'ניצט עס אלס א מיטל און טעראר אז דער קרוב זאל נאכגעבן פאליטישע קאפריזן, ווי למשל דאס וואס מהר"א מיט'ן עגל  האבן געטאן אין טוהן מיט זייערע שטוהרען\עגלים  זיי אוועק צושלעפן פון  שמחת משפחתם, (די דעקליך האבן אן אנדערע ווערסיע, וואטעווער, און אלנספאל איז עס געווען צו טעראריזרן די חלק המשפחה אז זיי זאלן זיך ברעכן צום מרה וחצינא)

נאכער איז דא אויב איינער טרעט אויף די תורה ווי למשל ער גייט אין ערכעות קעגן זיין אייגענעם טאטן איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען טאר זיך נישט באטייליגן ביי אזא שמחה ביז ווילאנג ער טוהט תשובה,

והדבר מובן למבקשי האמת, ווייל יעדער פארשטייט אז צוואנציג יאר צוריק האבן די זעלבע וואס באטייליגן זיך נישט יעצט געהאט אנדערע פסוק וואס איז געשטאנען אז מ'דארף זיך פורש זיין פון די בנ"י קאזין לגמרי און ליתר שאת א שפיי טוהן , היי יאר האט ער א אנדערע טעיסטימענט פון יענע פסוק וואס זאגט קלאר אז מען מעג שוין ביי די בר מצוה און וואך נאכט נאר נישט ביי די חתונה, ואין לדבריהם סוף,
וואס ס'איז מער אינטעראסאנט איז, אז לעצטענס זענען זיי געפערליך פעמילי מיינדעד, וואכן און חדשים באפאר א בנ"י חתונה פאנגען זיי זיך שוין אן צו אינטערעסירן ווי די חתונה גייט פארקומען, דערנאך פאנגט זיך א רייע פון הפצרות ווי שטארק זיי ווילן זיך באטייליגן און פשוט זיי וועלן נישט קענען אלס פחד פונעם תשובת העגל, הערשט א פאר יאר צוריק האט ער ניטאמאל געוויסט צו זיין קרוב האט א קינד, און צו איז עס קרעציק אדער ווערעמדיג, אדער א ב"ה א זיס לעכטיג שעפעלע.

טייערע חעלמישע טושטוש'כער, אז קענסט נישט קוקען ווי א כשרע קידושין גייט צו, וואו א רב מתלמידי רביה"ק זלל"ה איז מסד"ק נישט א דל גאה א טיפש און א מבזה תלמידי חכמים , מאך דיר צו אייגעלעך און שלאף זיס, דער זיסער מציאות וועט זיך אי"ה נישט טוישן, מ'קען ווערט נישט קיין ממזר ווייל א פאשקעוויל שרייבער האט אזוי באשלאסן, זייטס ענק מחזק פון "נאר" אכט חתונות אינעם זאל וואס איז אגב א 800% וואוקס פון א יאר באפאר,

מזל טוב קרית יואל!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 20:15 לינק ישיר 

צי זאגן אויף קידושין אז עס איז נישט קיין קידושין איז א פירצה וואס עס איז נאך נישט פארגעקומן ווי ווייט מיר געדענקן,
איך וויל ענק פארציילן א סוד אז אפילו ר' געצל האט דאס אויך קיינמאל נישט געזאגט אדרבה הערט איבער זיין דרשה,
יא, דער דיין לויב האט געזאגט אז מען האט אזוי געשמיעסט ביים דיין און שטוב, און דער דיין וועט באלד רעדן דערפון, אבער דער דיין האט נישט דערמאנט אזא זאך, ער האט פארגעליינט שטיקליך פינעם בריוו, און דעס וואס דער רבי שרייבט אז מען זאל איבערמאכן די קידושין האט ער בכלל נישט געפינן פאר וויכטוג איבער צי ליינען, (אגב דער רבי שרייבט אויך נישט אז די קידושין איז נישט קיין קידושין)

 
אדרבה זאל מיר נאר איינער ברענגן היסטאריע פון די לעצטע 50 יאר פון לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, ירשלים, בני ברק, און איבראל ווי עס איז נאך דא אזא זאך ווי א שטאטס רב, און געוויסע פון די אלע אויבען דערמאנטע פלעצער גייט נאך אן די סידור קידושין דורכן מרא דאתרא, און דארט איז שוין פארגעקומען חופה'ת אנעם מרא דאתרא און אפילו שלא ברשות, האט איינער זיך אמאל געוואגט צי זאגן אזא זאך אז די קידושין איז נישט קיין קידושין, און די בחור מיט א מיידל לעבן ווי מפקרים, אזאנס איז נאך נישט און ערגעץ נישט געווען, נאר ביי די מפקרים פון ק"י וואס ווי און די פארגאנגענהייט האבען זיי שוין באוויזן צי נעמן גאר טייערע באגריפן ביי כלל ישראל און עס ניצן פאר א פייל קעגן זייערע שונאים, און דערמיט חרוב געמאכט אט די הייליגע באגריפן ביי זייער אינגווארג, וואס עס גייט ארויס קומען פון דעם שפיל איז, אז דער גאנצער באגריף פון יסוד קדישתן של ישראל איז א שפילצייג, אנשטאט זיי זאלן דערשראקן ווערן פון די שרעקליכע פירצה אז צוויי מפקרים וואוינען אן א קידושין ווען די מציאת זאגט זיי אז דא רעד מען יא פון ערלעכע מענטשען גייט דאס ווערען א טשאק ותצאתיו מי ישרנו ר"ל, לאן הגענו, 

 

היוצא לנו מכל זה אז די פירצה פון זיך ארום שפילן מיט יסוד קדישתן של ישראל איז א פירצה וואס האט נישט איר גלייכן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 20:24 לינק ישיר 

הער אויס מלךמלכים מיין פריינד,

קודם קוקט אויס אז איר האט נישט געליינט וואס איך האב פריער געשריבן, ווי איך האב ארויסגעברענגט א קלארער חילוק צווישן די סארט בויקאט פון שמחות פון אמאל, און דער איציטיגער בלויז "חתונה" שמחה, דו מאכסט נאך אלס איין קוגל, ליין עס איבער מיט ישוב הדעת ותמצא נחת,

שנית, וויל איך זאגן עפס א דערהער,

ווען איינער איז פארוויקלט אין לאנגער ביטערער מחלוקה, פון יארן יארן לאנג, און ער האלט אז אלעס וואס ער טוט איז כשר וישר און אויסגעהאלטן, און דער אנדערע צד איז אלעס אומרעכט און נגד התורה,

למעשה איז דאך נאר איינער גערעכט, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, א מענטש האט דאך נגיעות און הרגשים, די נגיעות און הרגשים טרייבן דעם מח צו פארשטיין וויזוי ער וויל פארשטיין, דאס איז דער נאטור, א מענטש קען אסאך מאל זעהן קלאר אז ער איז גערעכט, און כאפט זיך נישט אז זיינע נגיעות טרייבן איהם...

למשל איך געהער זיך אן צו חסידי מהר"א, ווער ווייס, קען זיין איך בין אויפן ראנג זייט, נאר היות איך האלט אז דער שורש המחלוקה איז ליידער בלויז כבוד און געלט, און האט זערא מיט יהדות ואמונה, ממילא האלט איך אז איך ריזיקיר נישט ציפיל מיטן זיין אויפן ראנג זייט,

יעצט דא לענינינו, די אלע בני יואל/מהרז"ל אידן האבן אין זייער הארץ אריינגעבאקן אלטע טיפע הרגשים ונגיעות לגבי ר' אהרן'ען, דאס איז קלאר, יעצט אויב עס איז דא אפי' א ווייטער ספק ספיקא אז אפשר זענען די נגיעות והרגשים וואס פאפן דעם מח אז ס'נישטא קיין פראבלעם מיט די קידושין, און לפי האמת איז ליידער יא דא א גרויסער פראבלעם, איז דאס א שרעקליכע חורבן דורות וואס מ'טוט נאר זיך אפ, נישט ר' אהרן, נישט עקשטיין, קיין איינער ווערט נישט אזוי אפגעטון ווי זיך אליין, דאס איז א מעוות שאינו יכול לתקן, ממילא בכגון דא וואלט איך געזאגט אז למיחש מיהו צריך, ווען דער מעגליכער הפסד איז א מיליאן מאל מער ווי דער שכרו, דער נצחון קעגן ר' אהרן.

איך האף עטס פארשטייטס מיין פוינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 20:35 לינק ישיר 

אדרבה פוק חזו אויף דער פירצה קען מען זאגן אז כבר היה לעולמים,
מה שאין כן ביי די שרעקליכע פירצה פון זאגן אויף קידושין אז עס איז נישט קיין קידושין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 20:47 לינק ישיר 

ליין דעם בריוו פון רבי'ן צום נאסיודער רב,

נישט אז איך זאג אז ס'איז דומה לנידן דידן, קען זיין יא קען זיין נישט, אבער די פרעגסט ווי מ'געפינט אזא זאך, ווייז איך דיר א תשובה פון אונזער רבי'ן אליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 21:04 לינק ישיר 

האב איך שוין געשריבן דער רבי שרייבט נישט דארט אז די קדישין איז נישט קיין קידושין
און זיי וואוינן ווי מפקרים,
דאס קענען נאר מפקרים אויסטרעפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 21:17 לינק ישיר 

איך האב יעצט געליינט דעם רביןס בריוו, ער איז מעתיק מוראדיגע שארפע לשונות פונעם שבות יעקב, די רבי אליינס שרייבט נישט פונקטליך די מציאות הדברים אין נאסיוד, ער הייבט גראד אן מיט די תשובה, ער איז אין משך פונעם תשובה 3 מאל מעתיק דעם שבו"י, דע בריוו הייבט זיך אן מיטן שבו"י און ענדיגט זיך מיטן שבו"י, האב איך באשלאסן נאכצוקוקן אינעם שבו"י אפשר וועט מיר דאס געבן א שטיקל השגה פון וואס די רבי רעדט.

וואס זאל איך דיר זאגן, אויב וועל איך דיר נאכשרייבן די מעשה ווארט ביי ווארט פונעם שבות יעקב, אויב האסטו JNET וועסטו דאס נישט קענען ליינען.. און נאכן דורכלערנען דעם גאנצן תשובה פונעם שבו"י איז מיר אויך פארענפערט געווארן פארוואס די רבי הייבט אן דעם בריוו גראד מיטן תשובה און ערווענט נישט קיין מילה אחת פון די ארטיגע פאסירונג.. וואס דאס איז א זעלטענהייט פון א תשובה אויף א שאלה.

דאס איז וואס כ'האב געטראפן אינעווייניג אינעם שבו"י: ס'איז געווען א שם רע אויף די כלה דארט, און די שטאטישע בי"ד האט געוואלט מברר זיין די מעשה כשמלה ווי די הלכה איז, און האבן ארויסגעגעבן א התראת בי"ד אז קיינער טאר דערווייל נישט חתונה האבן מיט איר, איז געקומען א יונגערמאן דער זעלבער יונגערמאן אויף וועם מ'האט מרננן געווען און איר געוואלט מקדש זיין נגד ההלכה, טראץ דעם וואס בי"ד האט אים מחייב געווען מיט א שבועה אז ער האט קיינמאל נישט געהאט א שייכות, די מרא דאתרא האט פארשטייטזיך נישט געוואלט מסדר קידושין זיין, האט דער מקדש גענומען א מלמד און געמאכט דעם קידושין, און אויף דעם מקדש איז דער שבו"י ארויס בחרב ובחנות, און די רבי ביי זיין מעשה אין נאסיוד איז געגאנגען נאך שארפער אז מ'דארף צוטיילן דאס פארפאלק, עד אשר יעשו מחדש ע"י בי"ד.

האט איינער קאמענטארן..? 



תוקן על ידי משמרת_הדת ב- 11/08/2010 21:21:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 21:21 לינק ישיר 

"הזוג לא ידורו יחד עד אשר יעשה קידושין מחדש ע"י בי"ד"

"זה ודאי שצריך לחוש עכ"פ לקדש מחדש בעדים וחופה וכתובה"

"חיובא רמיא כל הבי"ד וטובי הקהל לעשות כל מיני קנסות וכפיות (טערא"ר בלע"ז) נגד המסדר קידושין והמקדש ואבי הכלה"

"וכל בני ישראל הכשרים יעשו הבדלה והפרשה מהאנשים הרשעים במעשים מכוערים כאלה"

"ולא יצטרפו לשום דבר שבקדושה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב! 8'טע חתונה אין בנ"י זאל - הגה"צ אבד"ק שארמאש שליט"א מסדר קידושין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.