כווייס נישט צו דער עולן וייסט, דער פראטעסט איז געווען ליידער א מאסיווער דורכפאל.
איך האב נישט קיין שום נצחון אדער אינטערעסע אז דאס זאל זיין א דורכפאל, אבער למען האמת בין איך דארט געווען, און ס'איז געווען בושות.
אין די צייט וואס מען האט אויסגערופן אז מען עפנט כסדר נאך און נאך גאסן, איז געווען אזוי: די ערשטע גאס איז געווען פול, אבער יעדער מענטש האט געהאט בערך 5 פוס מלפניו ומלאחריו, די צווייטע גאס איז געווען ליידיג, עס האט געהאט אונטער 100 מענטשן.
די עסקנים דארט האבן פרובירט צו שתדל'ען ביי די פאליציי אז זיי זאלן עפענען א דריטע גאס, אבער די פאליציי האבן רעאגירט מיט געלעכטער...
ליידער זעהט נישט אויס אז זיער ציבור זאל נעמען ערנסט א זאך, אויב איז עס נישט לטובת הפארטיי.
(פאלט מיר יעצט ביי אז הגזל"ן זאל פירן די נעילת החג טיש אין מאנהעטן, און עס וועלן געלעהזט ווערן 2 פראבלעמען אויף איינמאל).
|
|