| נשלח ב-12/8/2010 03:09 |
|
| |
ברעקינג: קהל יטב לב פיילט נאטיס אוו אפיעל אויף פסק פון ארענדזש קאנטי ריכטער
היינט האט קהל יטב לב דסאטמאר געפיילט אין געריכט די נאטיץ אוו אפיעל אויפן פסק פון ארענדזש קאנטי ריכטער ערב ט' באב בנוגע דעם בית החיים.
דער נאטיץ איז געפיילט געווארן ע"פ הוראת ביד"ץ דקהלתינו הק' וואס האבן געפסקט אז מ'קען און מ'טאר מיט די אהרונים נישט גיין צו דין תורה, נאכדערצו נאך די לעצטערע אלימות אויפן בית החיים.
פרטים יבואו
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 07:59 |
|
| |
איך האף מיר וועלן האבן הצלחה, און עס וועט זיך נישט ציען נאך איטליכע יאר, ווי די היסטארי ווייזט זענען די אורנים עקספערטס און ציען די קעיסעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 19:14 |
|
| |
א פאטאלער טעות, מיט דעם שריט - האבן די זאליס אויס גערופען - מיר ווילן דווקא גיין צו ערכאות עכו"ם - און נישט ביים דין תורה.
איך גלייב אז דאס האט א סיבה - עם כל זה, איז דער חילול ה' מורא'דיג גרויס - פון דעם טריט, וויא וועלן קענען היימישע אידן מסביר זיין דעם גויאישן שופט, פארוואס וואס עס טויג אין בארא פארק, טויג נישט אויפן בית החיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 19:31 |
|
| |
גערעכט ווי עס קוקט אויס ביסטו נישט באהאווענט אין די פרטים, און די זעלבע זאך מיט זייער אסאך מענטשן וואס ווייסן נישט וואס מען האט אריינגעגעבן אין געריכט,
מיר האבן אריינגעגעבן אין געריכט אז "מיר זענען זיך גרייט צו שטעלן צו דין תורה" יא דאס שטייט אויפ'ן צעטל וואס מיר האבן אריינגעגעבן, נאר מיר פארלאנגען אז דער געריכט זאל בעפאר צוריקשטעלן די בית החיים אויף די פריערדיגע פלאץ ביי אונזער קהילה,
ווען מיר געבן ווען דאס נישט אריין האלטן זיך די ארוינים מיט די בית החיים פאר נאך 10 יאר ביז מען גייט דן זיין ווער די רבנים ביי די דין תורה זאלן זיין, און דערנאך פאר נאך 10 יאר וואס די דין תורה גייט זיך שלעפן, און בעיקר גייען זיי מיט אלע וועגן בכח הערכאות אריינשלעפן אז מען זאל זיך מתדיין זיין שלא ביושר נאר אויף די בנינים פון וויליאמסבורג און נישט איבער די בנינים פון קרית יואל ווי ליידער האלטן זיי זיך נישט ביים שטעלן צו דין תורה אויף די בנינים
על פי תורה איז דא א הלכה פון אין נזקקין, אבער ר' שאול האט שוין כמה פעמים געזאגט אז לפנים משורת הדין איז ער גרייט אז מען זאל זיך מתדיין זיין ביי דין תורה נאר אויב עס גייט זיין יושר'דיג דהיינו אז די בנינים וואס וויליאמסבורג האט אויפגעבויעט אין קרית יואל און האט אלס באלאנגט פאר זיי (די גרויסן בית מדרש, תלמיד תורה, בית רחל און נאך) זאל אויך ווערן אריינגענומען צו די דין תורה
דאס איז לפנים משורת הדין, אבער אין א אופן וואס מען קען געפערליך דערלייגן פון די ארוינים וואס ווילן נישט עפעס אנדערש ווי דרייען א קאפ איז מען נישט מחוייב נאכצוגיין זייערע קאפריזן
תוקן על ידי נערמאלער ב- 12/08/2010 19:35:04
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 19:42 |
|
| |
נערמאלער
איך מיין אז עס וואלט אסאך שענער געוועהן - און אוודאי אסאך קלענערער חילול ה' געוועהן, ווען מען שטעלט זיך ביים דין תורה, און מען בעט פאר די דיינים, די זעלבע בקשה וואס מען האט געבעטן פונעם גויאישן שופט.
פארגעס נישט אבער 'נערמאלער', אז א שטעקן האט צוויי העקן, אזא בקשה פונעם שופט / בית דין, קענען די ארוינים אויכעט בעטן אויף די בנינים אין וויליאמסבורג.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 19:43 |
|
| |
נערמאלער, אויב האסטו דעם נאטיץ אוו אפיעל, פליז לייג עס דא ארויף
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 21:57 |
|
| |
נערמאלער איך האב פאר דיר גיטע נייעס איך האב פריער גערעדט פין אימיצן פין צד מהר''א אין ער זאגט מיר אז קרית יואל איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה פארשטייט זיך נאר אויב עס איז דא קעגן זיי א תביעה נו געגאנגען שיקט זיי א הזמנה
דער עיקר איז די אפיעל איז א שרעקליכע חילול ש''ש איך ווייס נישט אויף וועמענס אחריות דאס איז
תוקן על ידי דיןתורה ב- 12/08/2010 21:59:03
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:34 |
|
| |
אין אמת'ן אריין האבן מיר א בפירוש'ע הוראה פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע אז מען דארף זיך נישט שטעלן מיט ענק צו דין תורה.
בפרט ווען ער האט ארויסגעווארפן דעם מסור דוד עקשטיין פון ביתו נאוה קודש און געשריגן אויף אים "פירסט זיך אויף ווי א גוי, און דו ווילסט נאך רופן צו דין תורה?".
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:37 |
|
| |
און דאס איז אויסער דעם עצם זאך, אז די אהרונים האבן ריינגעברענגט סאטמאר אין קאורט אריין, אנגעהויבן פון יאסעלע יושב-בסתר ווייל די שיינע אידן האבן זיך נאך געשעמט, אבער מיט עטליכע חדשים שפעטער האבן זיי אליינס – בערל פריעדמאן, דוד הויער, שמואל אבערלענדער, יצחק ראזענבערג, שמואל דוד מארקאוויטש, לישע בעל-המכנסים (דער חרדישער מעידאף), אריינגעגעבן 2 קלאגעס אין קאורט און בפירוש געבעטן אז קאורט זאל דן זיין, און נישט קיין ארביטרעישן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 01:15 |
|
| |
דער ארוני שרייט איך אלעס און דיר קומט גארנישט
די וועג צו באקומען אלעס איז נישט קיין חילוק אויב די וועג איז קאורט וועט זיין א היתר אויב די מאל לוינט זיך גיין צו בי''ד דאן שרייט מען דין תורה און מען לייגט נאך צו אז מען וואונדערט זיך היתכן מען מאכט א חילול השם איי נעכטן ביזטו געגאנגען אין קאורט ווען די האסט געמיינט אז דאס לוינט דיר בעסער? אויף א קינד פרעגט מען נישט אזעלכע קשיות,
אויב איהר האט קליינע קינדער וועט איהר דאס קענען פארשטיין
א קינד שרייט אלע טויס מעג איך האבן פארוואס? וועגן,
דער ארוני זאגט: אין בני ברק וויל איך דין תורה אבער נאר צו ר' מענדל שאפראן איי דאס איז נישט ע''פ תורה אז מען קען יענעם צווינגען צו קומען דוקא צו די בי''ד ווייל נאר דארט ווילסטו גייין ווייל דארט גייסטו זיכער געוואונען? אויף א קינד פרעגט נישט אזעלכע קשיות, אזוי וויל איך
א קינד קען שרייען אז זיין ברודער האט איהם געשלאגן בשעת דער קינד גייט ארום און טיילט קלעפ און זיין טענה וועט זיין אז יענער מאכט נקמה און ער איז נאר דער נרדף און סבלן, גיי זיי מסביר א קינד
אויפ'ן שאלה פון בית החיים ביזטו שוין געגאנגען אין קאורט און פארלוירן, נאר די האסט געמאכט א שטיקל, ווי קומט דא אריין ד''ת, פרעג א קשיא אויף א קינד
אין בארא פארק האבן די ארונים געוואלט גיין צו דין תורה ווען? ווען זייערע שאנסן זענעו געווען גיט אדער נישט גיט? איי די 2'טע איז די ריכטיגע, גיי טענה מיט א קינד
דעס איז אויך אפשר נכלל אין די כונה פון חז''ל חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה
תוקן על ידי זאנוויל ב- 13/08/2010 01:23:06
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 04:43 |
|
| |
מיר דארפן זיי טאטאל איגנארירן, מיר האב מיר א היתר אינעם שיפלאד
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 17:59 |
|
| |
| מאיר_הערש כתב: |  | היינט האט קהל יטב לב דסאטמאר געפיילט אין געריכט די נאטיץ אוו אפיעל אויפן פסק פון ארענדזש קאנטי ריכטער ערב ט' באב בנוגע דעם בית החיים.
דער נאטיץ איז געפיילט געווארן ע"פ הוראת ביד"ץ דקהלתינו הק' וואס האבן געפסקט אז מ'קען און מ'טאר מיט די אהרונים נישט גיין צו דין תורה, נאכדערצו נאך די לעצטערע אלימות אויפן בית החיים.
פרטים יבואו |
|
איך וויל פשוט א הסבר וואס דאס מיינט " מיט די אהרונים טאר מען נישט גיין צו די"ת צוליב די אלימות"?
איך פארשטיי באמת נישט וואס דאס מיינט, איך האלט עס אין איין הערן פון ענק,
וואס מיינט דען גיין מיט די אהרונים צו די"ת, מ'גייט טאנצן מיט זיי, עסן קוגל מיט זיי, מ'גייט זיי עפעס אוועקגעבן, ס"ה מיינט דאס אז אנשטאט דן זיין ע"פ דיני עכו"ם, גייט מען דן זיין ע"פ דיני ישראל,
אדרבא אויב די אהרונים זענען טאקע אזעלכע שקצים, וועט נישט ענדערש דער איד וואס פסקנ'ט ע"פ תורה איינזעהן און זייער שקאצריי, ווי דער גוי,.פארשטייט דען דער גוי בעסער וואס א עוולה און א עבירה ביי אידן זענען ווי א אידישער בי"ד,
|
|
|
|
|