מיט קורצע ווערטער לאמיר אלע איבערקלערן וואס דא שפילט זיך אפ.
עס ווייסט יעדער דער ווייטאגליכער מציאות, ווער זענען די וואס האבן גענומען דער לעדער העד קהל יטב לב ד'סאטמאר און טוהן פראקלאמירן דערמיט דין תורה דין תורה, ס'איז פארהאן אזא סארט זאך אז ווען א מענטש ווען נעמען א הוילער שקר און ער וועט עס האלטן און איין איבערזאגען און איבער חזרן וועט עס ווערן מיט די יארן א פאקט, אבער פארשטייט זיך נאר ביי די מענטשן וועלכע וועלן פארמאגען די זעלבע נגיעות ווי דער וואס האט דאס ערשטע ארויסגעלאזט דער שקר.
אט דאס שטעלט זיך ארויס אינעם 10 יעריגע חילול השם וואס עטליכע יחידים האבן גענומען דעם סאטמאר'ע ציבור און געשפילט מיט זיי דריידל, און מיט א יעדעם איז עס געפאלן אויף א אנדערע זייט.
עטליכע פאקטן וואס מען דארף חזרן און חזרן:
ס'איז געווען א רבי זי"ע בעל דברי יואל, א מלאך מן השמים וועלכע האט צוריק אויפגעבויעט דאס צושפליטערטע כלל ישראל נאך ביטערן חורבן, אידישע קינדערלעך זענען געווען צוגעבינדן צו אים ווי א קינד צו א ליבליכע פאטער, און ווען דער ביטערע טאג איז אנגעקומען און דער בעל דברי יואל איז נסתלק געווארן האבן מענטשן דאן געשפירט ווי דער וועלט גייט אינטער גיין, און וויפיל מיר זאלן עס הערן פון די אידן וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט וועלן מיר נישט קענען פארשטיין די געפילן. געוויסע יחידים וועלכע זענען געווען מקורב למלכות צוליב פארשידענע אורזאכן... האבן דאן געזעהן אין זייער געדאנק א אוממעגליכקייט פאר א מ"מ, עמעצער וועלכע זאל קענען ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפן מיט דעם רבינס פטירה.
אבער צווישן די אידן זענען אבער געווען מאנכע פארשטענדליכע און באזעצענע לייט וועלכע האבן מיט זייער קלארער דעת געוואסט און איינגעזעהן אז כדי סאטמאר זאך האבן א קיום איז פשוט פארשטענדליך אז דא דארף זיין איינער וועלכע זאל געקרוינט ווערן אלס סאטמאר רבי.
וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווייסט יעדער אז דער בעל ברך משה איז געווארן דער סאטמאר רבי, קיינער זאט נישט אז דער וואס נעמט איבער דארף זיין אינעם די זעלבע בחינה ווי דער וואס איז געווען פריער, אבער די קלוגערע קרייז האבן פארשטאנען אז פאר קיום דארף מען טוהן די ריכטיגע שריט און מיט אלע כוחות זעהן אז די אלע כוחות וואס דער בעל דברי יואל האט אריינגעלייגט זאל נישט ח"ו פארפאלן גיין, און ארויסהעלפן דעם נייעם רבין.
ווי עס ווייסט יעדער האבן אבער באלד די יחידים אינטערגענומען א וויסטע העצע קאמפיין אנטקרעגען דער בעל ברך משה, וואסענדיג דער פאקט אז קיינער קען נישט ערפילן דער חלל, און מיט זייער קורץ געבינדענע דעת פארזעהן אז די ווייטערדיגע דורות דארפן ווייטער בליען און מיט עטליכע קליינע שוהלן אין שטאט וועט קיין אויטאריטעט נישט זיין וועלכע זאל אינטערהאלטן דאס אידישקייט, און עס פארלאנגט זיך זיך זאפארט א ממלא מקום.
ב"ה, מען האט אדורכגעשוויצט די אלע ביטערע יארן, סאטמאר איז געוואקסן און געבליעט, דער בעל ברך משה האט געפירט דער גאלדענע אימפעריע מיט גרויס סייעתא דשמיא, אריינעמענדיג אין זיך די אלע בליטיגע שפיזן וועלכע זענען כסדר געפלויגען אין זיין ריכטונג, אין די זעלבע צייט האט מען באשולדיגט אז מען נעמט אומשילדיגע קינדער בחורים'לעך ווי די תלמידים וועלכע זענען אריין לערנען אין דער בני יואל אנשטאלט און מען אטאקירט זיי, מען ווארפט שטיינער א.ד.ג. וואס אז מען וועט נעמען דער שפאקטיוו און כאפן א טיפער בליק אינעם מציאות, און זיך עטוואס אפשיידן פון די נגיעות פארשטייט יעדער אז ווען די פאר געלט-גייציגע יונגען, און שלעכטע מענטשן וואלטן ווען זיך צוזאמגעליבן פונעם בראך און וויטער מיט געשטאנען מיטן בעל ברך משה וואלט קיין שטיינער נישט געווען, נאר מיט זייער וויסטע קאמף וואס זיי האבן אינטערגענומען האבן זיי אריינגעשטעלט אין געפאר די אלע קרובי המשפחה וועלכע האבן געליטן אדאנק דעם וואס סאטמארע חסידים האבן נישט געקענט צוקוקן די צער פון זייער רבי'ן, און אזוי ארום האבן געליטן טובים ורעים...
דאס ליבשאפט, די אויסטערלישע אהבה וואס דער פעדער איז צו ארעם איר צו שילדערן פונעם ברך משה צו זיין מסירות נפש'דיגע זון ר' אהרן וועלכע אגב זיינע היינטיגע שונאים וואס ער פארמאגט האט ער בלויז צוליב'ן זיך אננעמען פאר זיין טאטענס כבוד, חוץ די וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן פון די ישיבה וועלכע האבן בלויז גענאסן פון די געשמאקע מאכלים א.ד.ג. און נישט צוגעגעבן גארנישט צו די רוחניות'דיגע טייל פון די ישיבה.
אין שאטן פון די רבינו בעל ברך משה איז שטענדיג געשטאנען דער גבאי וועלכע האט געשעפט חיונה פון זיין פאזיציע, מיט זיין ליבליכע שמייכל צו יעדן האט ער געוואונען און זיינער צייט רעספעקט וואס דער פאקט איז אינעם טאג-טעגליכן לעבן אז ווען מען נעמט אויף א מענטש מיט א שמייכל און צו דער זייט א איינגענעמע קלאפ אויפן פלייצע דאן האסטו אויף דיין זייט דער מענטש, און דאס איז אנגעגאנגען פאר יארן, און קיינער האט ניטאמאל געחלומט אז דער "קלאפ" איז גאר א "מערדערליכע זעץ" וואס די קאנסקעווענצן דערפון וועט זיך שפירן יארן שפעטער...
א אינטערסאנטע פאקט וואס איך גלויב אז קיינער מעגליך האט זיך נאכנישט ערלויבט דאס זאגען, און איך ווייס אויף פאראויס אז אוי וועט מען מיר באהאגעלן פאר זיך וואגען ארויסצושרייבן אזא געמיינער מאדנע "קאנספיראציע", ווייל דאס איז א ווייטאגליכער מציאות, אז די אלע באציאונגען וואס דער גבאי האט פרובירט אלע יארן צו פארמאגען מיט ר' אהרן, שמייכלן, חנפנען, און צייגען געטריישאפט אויף געוויסע פראנטן איז געווען ווייל ער האט געוואסט פונעם פאקט דאס אבנארמאלע קשר און שטארקע ווארט וואס ר' אהרן פארמאגט אויפן טאטן, און אזוי ארום האט ער פרובירט צו האבן א איינפלוס ביים רבין.
אבער עס איז געקומען צו א פוינט וואס דער גבאי האט געשפירט אז דער ר' אהרן שפירט דער געמיינעם פרצוף, און ער האט אנגעפאנגען באמערקן אז דער טאטע דער בעל ברך משה הויבט דאס קאפ פונעם זון און עס איז געקומען צו א קלימאקס ביי דער הנחת אבן הפינה פונעם ביהמ"ד החדש ווען דער ברך משה האט געזאגט מיט אזא סארט נעימות אז דאס ביהמ"ד באלאנגט פאר מיין זון ר' אהרן, און עס ווייסט יעדער זייער גוט וואספארא אויסטערלישע כוחות ר' אהרן האט אריינגעלייגט אינעם ביהמ"ד.
דאן האט ער באשלאסן אז ער מוז דא אנפאנגען וועבן פינסטערע פלענער וויאזוי אפצושיידן דעם טאטן פון זון, ווי עס ווייסט יעדער די פארברעכערישע מיטלן וואס ער האט געטוהן מיט א רבן של ישראל פארקויפט פאר די וועלט צענדליגע בריוון וועלכע זענען פובליצירט געווארן וואס דער בעל ברך משה האט געשריבן קעגען זיין זון ר' אהרן, און ווען מאנכע האבן באמערקט אז אויף דער פאפולערער בריוו וואס איינע פון די גרעסטע לאבעטאריעס אין אמערקי האבן אויפגעדעקט איר פאלשקייט סיי ווי סיי, געפינט זיך נישט קיין בעזהשי"ת אדער בס"ד אדער כאטש ב"ה, אבער די ליצים באלד געגעבן זייער אנטווארט אז דער רבי איז געווען אזוי אויפגעברויזט אז ער האט באלד אנגעפאנגען ס'בריוו... סארא ליצים...
און נישט איינמאל האבן זיי געליטן זייערע ביטערע נידערלאגע ווען נאך יארן פארקויפן פארן המון עם אז דער גרך משה וויל נישט הערן פםון זיין זון ר' אהרן האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די חתונה פון ר' זלמן לייב ווען מען האט נישט צוגעשטעלט קריין בענקל פאר ר' אהרן האט זיך אנטפלעקט פארן ציבור דאס אומגלויבליכע: דער רבי אליין האט זיך אויפגעשטעלט, און צוגעריקט זיין בענקל פאר זיין זון ר' אהרן, און די בזיונות איז געווען עין לשער, כאפט נאר א בליק אויף דער גבאי אויפן בילד ווי ער פארבייסט ס'ליפן ביז בלוט...
נאכן אנערקענען איבער דער שרעקליכע און אומאיינגענעמע דורכפאל האט מען ביי די קומענדיגע געלגענהייט ווען ר' מענדל טייטלבוים האט א שידוך געטאן און דער גבאי האט באשלאסן זיי אריינצולאסן צום זיידן, האט מען אבער זיך אויסגענומען און פארלאנגט אז קיינע גבאים אשער נאכלויפער וועלן נישט קענען אריינקומען אינעם ציבור צום לחיים נאר ממש לויטער פאמיליע, אבער זיי האבן פארזעהן דער פאקט אז אין אמת'ן באלאנגען דאך די קאמערע אפאראטן צו די עזרת נשים וועלכע האבן געכאפט היסטארישע בילדער ווי דער בעל ברך משה שלעפט זיין זון ר' אהרן צו זיך, שטראלט, שמייכלט, שיינט, לייכט, נעמט ארום זיין הענט מיט א אויסטערלישע ליבשאפט, און באלד האט די וועלט געזעהן, כ'מיין די וואס האבן זיך נישט פארדעקט די אויגען וואס דאס גייט פאר אין די ווירקליכקייט.
מיין ציל דא איז נישט אריינצוקריכן אין די גענויע פאקטן, און אין די אלע דעטאלן, נאר בלויז די אלע יסודות'דיגע דעטאלן וואס שפיגלט בלויז אפ די געשעהנישן וואס ווערן פארגעסן מיט די צייט, און די אינטערשטע און אויבערשטע שורה איז, אז עס איז די רעדע פון אידן מיט א געוויסע "מהות" עס איז קלאר א די אלע מתנגדים זענען נישט פאראינטערסירט אין קיין רבי, א מדריך, א אויטאריטעט, זיי זוכן פרייהייט, דאס איז א מהות, מיין חבר האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט אויף זיי: אז ער וואלט פאר די חברה נישט געבארגט קיין געלט..." א טאטאלער אומבאלאנסירטער מהות וועלכע דורכגעווייקט מיט היפאקריטיע און אומצופרידענקייט...
טאטאל, נעמט עס אריין און מיינד, און ווען קיינער זעהט נישט, אויפדערנאכט ווען מען לייגט זיך אריין אין בעטל און מען קלערט זיך איבער די סארט געדאנקן וואס מען וועט אין לעבן קיינמאל נישט מיטטיילן מיט א צווייטן ווייל מען שעמט זיך, ( ווייסעך מיין???) באטראכט וויאזוי די מתנגדים באטראכטן און כאפן זיך ארויף אויף א יעדע סארט זאך וועלכע קוקט אויס צו האבן עפעס וועלכע קען צונוץ קומען פאר ר' אהרן, אינטערשטע שורה: א זאלי איז נישט קיין רבי מיט חסידים, נישט קיין פירער מיט א פארטיי, א בלויזע טרוקענע אומבאלאסירטע מהות, וועלכע ווערט געטריבן פון "פרייהייט" וואס שלעפט אראפ א מענטש, וואס דער פאקט איז אז ווען א מענטש האט צופיל פרייהייטן איז ער אומצופרידן און נישט העפי, ביי א גוי ווען ער פארמאגט זיינע אלע תאוות דאן וועט ער זיין גערעגט און ער וועט ווערן זייער שנעל אומצופרידן, דאס זעלביגע איז מיט די "מהות גרופע" זיי זוכן פרייהייט, זיי פירן זיך פריי, דעריבער ווערן זיי שנעל גערעגט, אומצופרידן, מען םפארלירט דער שמחות הנפש, בקיצור, עס פארלאנגט זיך א באזונדערע מאמר וואס איך האף צו פארעפטליכן אין די צוקונפט איבער די מהלך החיים, און יסודות הנפש פון די זאליס, און זייער פונדאמענט: זייער מהות!
איך האב אראפגעגעבן מיינע שורות, איצט פאנגט צו ענטפערן און צייגט אייער מהות...
 |
|
|