| נשלח ב-12/8/2010 20:15 |
|
| |
מהר"א האט אן עצה וועגן אינטערנעט
תוקן על ידי NiesNow ב- 12/08/2010 20:17:35
תוקן על ידי NiesNow ב- 12/08/2010 20:19:26
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 23:12 |
|
| |
אונז ווייסן מיר דאך יא דעם אמת, פארוואס ר' אהרן עפענט אן אונטערנעט
רום, רוב מענטשן וועלן מילא נישט אויפגעבן דעם קאמפיוטער אין
שטוב, חוץ מזה אינטערעסירט איהם דען דעם פראבלעם פון
אינטערנעט? דאס איז בכלל נישט זיין דאגה, נאר וואס דען?
...
ר' אהרן וויל אז יעדער אפילו דער וואס האט נישט קיין
אינטערנעט אין שטוב, זאל קענען נאכקוקן אויף די כלי, דע וועטער
פון די זמן קצירת חטים למצות, אז מען זאל חלילה נישט נכשל ווערן
מיט 'חמץ גמור'....
נישט ווייט פון אמת.... אויב נישט דעי
סיבה, איז מסתם עפעס אנדערש, אינטערנעט פראבלעם זיכער
נישט.... ליידער...
תוקן על ידי - חמץ_גמור - 12/08/2010 23:23:49
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 23:21 |
|
| |
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי דער שטריק פירט זיך אויף, עס איז אלס געווען ביי כלל ישראל וואס האבן געטענה'ט אז וויבאלד "ס'דא ממילא" מענטשן וואס טוען געוויסע פראבלעימען, זאל מען לכבוד דעם מפשר זיין און דאס מתיר זיין
דאס איז אלס געווען די מיינונג פון די משכילים און פושרי פשרות און האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט פאר א חורבן פאר כלל ישראל גדולי ישראל האבן אלעמאל געהאלטן פארקערט און נאר אזוי האט זיך אידישקייט געהאלטן אין אלע דורות
די זעלבע זאך איז ביי די ענין פון אינטערנעט
אונז אלע שרייבמיר דא אויף די אינטערנעט, אבער ווער נאך ווי אונז ווייסט אז די גאנצע זאך איז ניטאמאל קיין בדיעבד, אפילו זשעי נעט מיט קאשער נעט מיט אלדעס גיטע יאר קומט נאך אלס נישט צו ווי צו שפאצירן אין די שמוציגסטע גאס פון מאנהעטן...
לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט קאשויער רב צו סיי וועלכע גדול בישראל געזאגט דערצו, ער וואלט געשריגן און פארפירט אז מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט נישט קיין זשעי נעט און נישט קיין בעי נעט, אויב איינער האט עס יא ליידער, איז עס א גרויסע פראבלעים און ער דארף זיך אראפזעצן מיט זיין דיין און מורה דרך צו זעהן וואס צו טוהן דערוועגן
אבער צו גיין לכתחילה צו מאכן די שמיציגע אינטערנעט לכל מאן דבעיא אינטער קהל, דאס איז נאך פאר קיין איין ערליכע איד נישט בייגעפאלן
אבער מען דארף דאך קענען זעהן אויף די כלי וואס איז די וועטער אין לאנג איילענד....
תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 12/08/2010 23:26:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 23:32 |
|
| |
איר קענט זיין רואיג אז דאס איז נישט ר' אהרן טייטלבויםס הארץ וואס קען נישט צוקוקען אז מ'האט קאמפיוטערס אין שטוב. דער ווילידזש באקומט זיכער א גראבען גרענד פון די גאווערמענט פאר אזאלכע אונטערנעט קאפעי הייזער, און ר' אהרן באקליידעט דאס נאר מיט א מסוה של קדושה.
אדרבא, ר' אהרן טייערער, ווייז אונז אז דו מיינסט יא ערנסט דעם שפיל מיטן אויפשטעלן אזאלכע קאפעי הייזער אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק אויך...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 23:46 |
|
| |
איך מיין אז עס איז נישט דא קיין גרענט פון די גאווערמענט פאר אינטערנעט קאפעי'ס, עס איז יא דא פאר לייברערי'ס (וואס אויף דעם באקומט טאקע די היכל מסור ראזענבערג) אבער נישט אויף קיין אינטערנעט קאפעי'ס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 00:02 |
|
| |
לאז עס פאר די ווילידזש! זיי האבן זיכער עפעס א גרענט דערויף, ר' אהרן וועט קיין פיאסטער פון זיין טאש נישט געבן פאר אזא פראיעקט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 02:19 |
|
| |
פאר כולל אינגעלייט א.ד.ג. וואס האבן נישט קיין עקסעס צו אינטערנעט, איז די בשורה געקומען ווי מים קרים על נפש עייפה...
אגב, פרעגט זיך אזא שאלה: במה אנן קיימין? רעדט מען דא פון קאמפיוטער מיט אינטערנעט, האבן דאך שוין די ק"ילע מוסדות מסתם שוין לאנג גע'אסר'ט, אזוי ווי א יעדער מוסד אין גרעיטער נ.י. וואס פארלאנגט אונטערצוצושרייבן אויף די אפליקעישאן אז די קינדער האבן נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, נו וואס איז יעצט נתחדש געווארן?
ווידער אויב רעדט מען פון א קאמפיוטער אליין אן אינטערנעט, ווייסט איינער צו וואס מען ברויך עס ריפלעיסען מיט א אינטערנעט קאפעי?
ועוד, גייט דאס אנגיין אויף בלעקבערי'ס אויך? אויב נישט דעמאלטס מה הועילו וכו'
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 03:09 |
|
| |
לכאורה איז מאיר הערש גערעכט די ווילידזש וועט מאכן געלט אויף עפעס אן אויפן, דערפאר האט מען געמאכט דעם אינטערנעט קאפעי דקרית יואל,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 04:23 |
|
| |
דער רא"ט וועט זיך שוין האבן נאך ערגעץ צו פאטאגראפירן, ער וועט אריינקומען מיט א ספעציעלע APPLE היטל אין דורכשפאצירן אלע "כלים" מיט זיין זילבערנע שטעקן און שארפע אויגן מאכן זיכער אז קיינער דארט ליינט נישט פארמעגליך'ס ארטיקלן איבער די סבלן'ס הייליגע היסטאריע, די קעמערעס וועלן האקן בילדער, עס וועט בליצן פון אלע זייטן, יואלי לאנדא וועט שיקן מעסעדזשעס, און דער עיקר וועט אהיימגיין מיט א פרייליכן געמוט אז עס וועט שוין זיין בילדער און אלע מאגעזינען...
מיר שרייען אויס הויעך: ברוך...שהבדילנו מן התועים... ונתן לנו תורת אמת
תוקן על ידי קעציל ב- 13/08/2010 04:31:36
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 04:29 |
|
| |

|
|
|
|
|