ברעקינג !! בחור ארויס געוורפען פון ערשטע עדזש און מאנרא
די מעשה איז געשען אפאר טאג ציריק ווען א בחור איז געכאפט געווארן מיט א לעפ טאפ אין א בעסמענט און קרית יואל די יודע דבר געבען איבער אז עס געפונט זיך נאך ארום 5 שטיק פרטים יבואו
נשלח ב-12/8/2010 23:14
להעמיד הדברים על דיוקן
(אגב די מעשה איז שוין אלט אביסל מער ווי א חודש)
צוויי בחורים האבן געהאט איין לעפטאפ אין א בעיסמענט, מען האט עס ב"ה געכאפט, און איך ווייס אז מען האט קער גענומען פון זיי.
יא, דאס איז ליידער דער מצב הדור היינט, אין אלע ישיבות איבער דער גארער וועלט נישט נאר קרית יואל, און נישט אומזינסט האט דער רבי געוויינט כ"ו אב פאר די בחורים אז ס'ברענט א פייער.
ב"ה אז דא נעמט מען קער דערפון, און איך ווייס פון גאר נאנט אז די בחורים זענען היינט אונטער קאנטראל.
נשלח ב-13/8/2010 01:38
יא יא ענקער ישיבה איז טיף און דער ערד קענסט פארקויפען וואס די ווילסט אריין געלייגט 1.00000$ ארויס געווארפן בחורים פארקויפט וואו די ישיבה איז די בעסטע נישט דא קיין סעלפאנס נישטא קיין קאפיוטער יא און וווי האלטן ענק געכאפט 2 (ווי די זאגסט) און עס איז דא נאך אפאר יעצט ווי האלטס עטס טיף און דער ערד
נשלח ב-13/8/2010 05:47
זאג!
וואס איז דיין דאגה? אז אונז זעמיר נישט מסכים מיט דיר אז אונזער ישיבה איז אין דער ערד?...
ווילסט אזוי שטארק? פיין, מסכים!
אבער איין זאך מוזטו מיר ענטפערן,
פאר צען יאר צוריק האט זיך אנגעריקט א ראבינער אין ברוקלין, ער האט זיך גערופן:
'דער לאקאלער', היינט באקאנט ביי אלעמען אלץ 'בני יואל'ע רבי'!
זיין ערשטע שריט אלץ לאקאלער איז געווען, אויפצושטעלן א ישיבה פאר סטודענטן און די פאסיגסטע מקום וואס ער האט געטראפן דערפאר איז געווען אין קווינס, וועגן פארשידענע סיבות, בעיקר ווייל אזוי האט זיין טאטע און פעטער געשטרעבט אלע יארן בעפאר דער לאקאלער איז געקרוינט געווארן אלץ לאקאלע ראבינער אוו ברוקלין, האט זיך אבער געמאכט א פראבלעם, די דעמאלטס'דיגע עולם האט דאן נאכנישט געוואלט אזוי מקריב זיין די קינדער און איבערגעבן זייער חינוך אין די הענט פון קאנסערוועטיוו/ רעפארמער ראבייס (ווי דער לאקאלער ווערט אריינגערעכנט אלץ איינע פון זייערע גרעסטע), האט מען זיך אנגעטראפן מיט קרוב צו פופציג ארויסגעפאלענע בחורים און מיט זיי געבויט די יסודות פאר די יעשאבע... דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן הערענדיג די נומערן פון סטודענטן איז מען אויפגעקומען מיט א נייע המצאה, 'פארדעם האט קר"י נישט מצליח געווען ווייל מער ווי הונדערט בחורים איז אוממעגליך צו קאנטראלירן...',
איז אזוי, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס ענקער ישיבה איז נישט אין דער ערד היינט צוטאגס ווען עטץ דארפטס קאנטראלירן מער ווי הונדערט בחורים(און לויט ענקערע חשבונות 1000 בחורים) ????????????
נשלח ב-13/8/2010 06:02
נאריש צו זאגן אז ק"י איז ערגער ווי קווינס. איך רעד אסאך צו געוועזענע און איצטיגע קווינס בחורים. די מצב איז זייער נישט פויגלדיג איבעראל. פארפאלן עס איז עקבתא דמשיחא. די נסיונות זענען אבנארמאל
נשלח ב-13/8/2010 07:04
ס'איז לכאורה א נמשל צו די שערורי' פון די צומות הגידין פראבלעם!
דעמאלטס האבן די בני יואל/זאליס אויך געשריגן אז זיי האבן נישט קיין פראבלעמען... נו אוודאי אזוי, אז מ'זיכט נישט טרעפט מען נישט..... אבער אז מ'זיכט טרעפט מען ליידער זייער פיין!!
אזוי דא ביי די קאמפיוטער פראבלעם, איז דאך א מורא'דיגע פאטש... זייער ארכי בלוט שונא כ''ק מרן רבינו שליט''א קומט אויף מיט אן המצאה און מיט נאך מער דרייסקייט! און זאגט: איך בין גרייט אריינצושפרינגען דערין! און מ'זוכט נאך די פראבלעמען וואס די קאמפיוטער האט שוין ליידער חרוב געמאכט, און אז מ'זוכט טרעפט מען!
אבער 'הערמיךצו', הער מיך טאקע גוט צו: אז מ'זוכט נישט טרעפט מען טאקע נישט ! ! !. . .
נשלח ב-13/8/2010 07:51
גראדע האט מען שוין געטראפן אין קווינס גענוג סיי לעפטאפס און סיי סעלפאן'ס אבער ווי אויבן געשמועסט אז א ישיבה וואו מען טרעפט "נישט" מיינט איינע פון די צוויי זאכן
1) מען זוכט נישט(וואס דאס איז ביטער)
2) עס איז טאקע נישט דא. "אבער" דאס מיינט אז דער ס"מ כאפט זיך רח"ל אריין אויף ערגער פלעצער(וואס דאס איז גאר גאר ביטער)
נשלח ב-13/8/2010 09:39
I saw lately a bbm group from queens boys, with more then 30 members in the group (this means more then 30 blackbeerys), the discussions there wasn't about the rebbes toiras....