גאב"ד ירושלים שב"ק אין מחנה דברי יואל מיט כ"ק רבינו שליט"א
שב"ק פ' שופטים האט דער ירושלימער רב שליט"א געוויילט אין מחנה דברי יואל - אחים זופניק אין סוואן לעיק וואו ער האט געהאט זיין אכסני' בבית החדב"ן ר' אליזער מאיר לעפקאוויטש הי"ו.
הערליכן שבת פארברענגט צוזאמען מיט כ"ק רבינו שליט"א
מוש"ק געווען צוגעשטעלט א ספציעלען שיינער מלווה דמלכה לכבודו
ווי א גרויסע ציבור אנ"ש זענען געקומען מיטהאלטן צוזאמען מיט די בחורי תלמידי ישיבתינו הק'
דער גאב"ד איז ממש נתפעל געווארן פון דעם מחזה הוד פון די התמדת התורה פון איידעלע תלמידי הישיבה וואס ער האט פארברענגט מיט זיי די גאנצע צייט,
דאס יהדות החרדית איז מיט שמחה מקבל פנים הוד כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א: יהא בואו לברכה לחיזוק היהדות הנאמנה.
נשלח ב-13/8/2010 06:41
איך ווייס נישט צו עס קומט דא אבער איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן פון אויספלאצן אין א געלעכטער ליינענדיג א טיפיקל חלה-דעקל תגובה אין זייער פארום:
ישר כח פאר'ן ירושלימער רב שליט"א
היינט נאכמיטאג איז ירושלימער רב שליט"א געווען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ווי דער רבי האט אים סעפעציעל באדאנקט פארן מצליח זיין די אומגלויבלעכע זאך וואס איז קשה יותר מקריעת ים סוף, וואס דאס איז ברענגען די הולכי בג"ץ הידועים צום דין תורה.
דער רבי שליט"א האט זיך שטארק באדאנקט פארן רב און עם ארויסבאגלייט ביזן קאר
פון שטוב פון רבי'ן שליט"א איז דער ירושלימער רב געגאנגען צום ציון הק' פון רביה"ק בעל דברי יואל, ווי ער האט איבער געגעבן די גוטע נייעס אז ב"ה דער נאמען סאטמאר וועט האפענטליך ארויס גיין פון די ערכעות הציוני.
דער רב האט סעפעציעל מתפלל געווען אז בזכות דעם זאל דער רבי אים אויספולן א רפואה שלימה בקרוב, אמן
אז ער איז אזוי גערעכט פארוואס שרייען נאך די אהרונים בג"ץ? און פארוואס האט מען געשלאגן ר' ישראל הערשקאוויטש מיטן מכלומרשטן אויסרייד אז ער גייט נאך געלט פאר א מוסד וואס געפינט זיך אין בג"ץ?
ביים ארויסבאגלייטן דעם ירושלימער רב שליט"א האט זיך דער רבי באדאנקט פאר אים פארן ברענגן דעם בני ברקער סוכסוך לדין תורה, וואס אויף דעם האט דער ירושלימער רב געענטפערט "איך בין דאך בלויז א שליח פונעם בית דין דאהי".
(ווי באקאנט האט דער ביד"ץ דקהלתינו הקדושה געשריבן א בריוו צום ירושלימער רב וואו זיי האבן געבעטן ער זאל העלפן דערצו אז דער סכסוך אין בני ברק זאל אנקומען צו א דין תורה)
נשלח ב-13/8/2010 21:59
בקיצור דער גאב"ד איז א זאלי, מזל טוב!
נשלח ב-13/8/2010 22:32
גאב"ד איז פלעגט דאווענען אין גער אלע יארען מען האט אים פשוט אויפגענומען וויל הגריח"מ האט מען נישט געקענט he was there at the right time אבער שווער צו גלייבען ער זאל האבען א מיינונג אין אהרוני זאלי
נשלח ב-13/8/2010 22:43
דער גאב"ד שליטא איז שוין געווען און ביהמ"ד ויואל משה דקהל יטב לב און קרית יואל אפילו עס האט נישט געשמעקט פאר די ארונים, און הופער איז ער דערווייל קיינמאל נישט געווען.
נשלח ב-13/8/2010 22:49
קעציל כתב:
דער גאב"ד שליטא איז שוין געווען און ביהמ"ד ויואל משה דקהל יטב לב און קרית יואל אפילו עס האט נישט געשמעקט פאר די ארונים, און הופער איז ער דערווייל קיינמאל נישט געווען.
דער גאב"ד האט פארזיכטיג אזוי אויסגערעכנט קיינמאל נישט צו גיין אויף הופער, צו שיקן א מעסעדש אז ער איז א גרויסע זאלי!
איך בין 100% מסכים...
נשלח ב-13/8/2010 22:56
קמץ_בארד כתב:
בקיצור דער גאב"ד איז א זאלי, מזל טוב!
וואו זעסטו פון זיינע ווערטער אז ער איז געווארן א זאלי, רעד נישט בקיצור, רעד קלאר וואס איז די מזל טוב?
נשלח ב-14/8/2010 00:46
נאך בילדער פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ביים ציון הקדוש