בית פורומים אידישע געדאנק

צהלו ורונו יושבת מאנטריאל: רבינו שליט"א קומט אויף באזוך קומענדיגע וואך!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2010 04:00 לינק ישיר 
צהלו ורונו יושבת מאנטריאל: רבינו שליט"א קומט אויף באזוך קומענדיגע וואך!

קומענדיגע וואך פרשת תצא וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א פארן קיין מאנטריאל אויף א דריי טאגעדיגע באזוך לחיזוק היהודת הנאמנה אין די שטאט.
 
דער רבי שליט"א וועט אי"ה באזוכן ביי די בארימטע מארוויד שחיטה אין מאנטריאל. דערנאך וועט פארקומען א גרויסארטיגע קבלת פנים אין די סאטמארע קאנטרי, וואו אנ"ש האלטן זיך אויף במשך די זומער וואכן.
 
תושבי מאנטריאל הנה מלכם בא!!!
 
פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2010 04:40 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין יא איז וואלט אפשר אונטערסאנט געווען יעצט צו ליינען... http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=1926150&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 09:32 לינק ישיר 

מער פרטים איבער דעם געהויבענעם באזוך:
 
דער רבי שליט"א וועט ארויספארן מאנטאג נאכט פון ניו יארק בשטו"מ. דינסטאג אינדערפרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אין פריפאנטעין קאנאדע, וואו אנ"ש תושבי מאנטריאל האלטן זיך אויף במשך די זומער וואכן. דער רבי וועט אפשטאטן באזוכן ביי הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א און ביי זיין שוואגער דער סאטמארער רב פון מאנטריאל שליט"א. דערנאך וועט דער רבי שליט"א פארן קיין קרית טאהש וואו ער וועט באזוכן ביי הרה"ק מטאהש שליט"א.
 
מיטוואך וועט דער רבי שליט"א באזוכן ביי די בארימטע מארוויד שחיטה אין מאנטריאל. און פון דארט צוריק קיין ניו יארק אי"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 19:36 לינק ישיר 
מסיבה פאר די נייע תלמיד תורה אין מאנטריאל

לויט ווי עס הייסט גייט דער רבי זיך באטייליגן ביי א רייכן באנקעט פאר נגידים ותומכים פון די נייע סאטמארע תלמיד תורה וואס שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, מען האט זיך שוין אריינגעצויגן אין א גרויס חלק פון די בילדינג (דעמאלס ביי די מעמד האבן עס די ארוינים באיקאטירט און זיך נישט באטייליגט)

אבער עס פעלט זיך נאך אויס אסאך געלט צו צוענדיגן די בילדינג לשם ולתפארת, רבינו שליט"א וואס האט שוין אסאך כוחות אריינגעלייגט צו שאפן געלט פאר די בנין, וועט יעצט ספעציעל פארן זיך משתתף זיין ביי די מסיבה מפוארה פאר די תומכי המוסדות, עס וועט פארקומען אין א ספעציעלע הערליכע זאל.

די עסקנים ארבעטן העפטיג אין די טעג צו צושטעלן די גאנצע באזוך אויפ'ן שענסטן פארנעם, דער רבי וועט אנקומען אין די סאטמארע קאנטרי ווי עס געפינט זיך ארום העלפט פון די קהילה (חוץ דרייסיג משפחות פון די ארוינים וואס האבן זיך פון דארט ארויסגעצויגן און געמאכט א אייגענע קאנטרי), עס געפינט זיך דארט אויך זומער הגה"צ דער מאנטריאלע רב שליט"א, און הגה"צ מאנטריאלע דיין שליט"א און די ראשי קהילה

ווי אויך געפינט זיך דארט די ישיבה מיט די תלמיד תורה און ישיבה קטנה אלע חלקים

די קאנטרי ווערט הערליך אויסגעצירט מיט פלאקאטן און סיינ'ס לכבוד דעם באזוך פון רבינו שליט"א

דערווייל האבן זיי געשיקט אפדעיטס וועגן די באזוך







תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 15/08/2010 19:40:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 21:56 לינק ישיר 
פריפאנטעין קאנאדע, וואו אנ"ש תושבי מאנטריאל האלטן זיך אויף במשך די זומער וואכן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 21:58 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 21:59 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 23:47 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 23:48 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 23:49 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2010 06:09 לינק ישיר 

רבינו שליט"א געפינט זיך אצינד אויפן וועג צו מאנטריאל וואו ער וועט אפשטאטן דעם געהויבענעם באזוך. מארגן אינדערפרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מתיבתא תורת משה און הונדערטער אנ"ש אין די פריפאנטעין געגענט אין קאנאדא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2010 22:34 לינק ישיר 

קאנאדא איז איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע שטומינג מיט די ערשיינונגס פונעם גרויסן גאסט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
 
היינט אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אינעם צענטראלן ביהמ"ד פון די סאטמארער קאנטרי אין פריפאנטעין קאנאדא, עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטער אנ"ש, די בחורי המתיבתא און די תשב"ר. רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית פארן עמוד, זייענדיג אין יאר נאך די פטירה פון אמו הרבנית ע"ה.
 
נאך שחרית איז פארגעקומען א אומפאזאנטער מסיבת לחיים און קבלת פנים לכבודו פון דעם געהויבענעם גאסט. עס האט אויפגעטרעטן מיט א התרגשות'דיגע דרשה הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א.
 
דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעשטאט באזוכן ביי זיין שוואגער דער רב הקהילה שליט"א, און ביי הגה"ץ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א.
 
פון דארט איז רבינו שליט"א ערשינען צו די קבלת פנים דורך די ילדי תלמוד תורה, וואו אלע קינדער זענען דורך געבן די הענט פאר רבינו שליט"א.
 
פת שחרית האט דער רבי שליט"א געגעסן אינאיינעם מיטן דיין שליט"א און די ראשי הקהלה והמוסדות אין שטוב פון הנגיד ר' חיים שמואל רייך הי"ו.
 
אצינד געפינט זיך רבינו שליט"א מיטן גאנצן קארוואן אויפן וועג צו קרית טאהש, וואו רבינו שליט"א וועט אפשטאטן א באזוך ביי הרה"ק מטאהש שליט"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2010 23:17 לינק ישיר 
ארוינים קענען נישט צוקוקן

די ארוינישע מינדערהייט קינדער האבן נישט געקענט צוקוקן ווי רבינו שליט"א קומט אהין צו "זיי" אויף א באזוך, האבן די טאטע'ס ארויסגענומען די קינדער אויף א טריפ צו א פארם......

קאמאנטארן זענען איבריג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2010 00:14 לינק ישיר 

באקומען די מעסעדזש

SatmarBase: Montreal- several Aronim took their boys to a trip... Instead of letting them have de ZCHIA to look on Rabiny.. Owch ! We feel ur Pain...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 06:49 לינק ישיר 

SatmarBase: MONTREAL- confirmed from Rushi Huaskunim: we raised already 1/2 million $$ ! for the Talmud Torah lekuved Rebbe shlite's visit! KOI LECHOI!
 
SATMARnias: Montreal U/D: Rabeiny shlit"a arriving now in hall to mesibas hakuras hatov for all anash.
 
SatmarHQ: U/D Speakers at Mesiba: R'Shoal Perlstein Rosh HKuhl, Av"d Satmar Montreal (said 'My Shvuger d Rabbi Working Hard 4Hatzlucha on Mosdos)>
 
SatmarHQ: 2-5 Domt"z Montreal, Menhal of TalmidTorah, and C"K Rabbiny Shlita. major oilom that were attending
 
SatmarHQ: Rabbiny will Davan Iy"h Shachris in Central Bies Hemedrish HaGudel D'Khal Yetev Lev 6:30am, than going to the two Beis HaSchitas.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 18:36 לינק ישיר 

דער רבי שליט"א האט היינט געדאווענט אין בית המדרש הגדול דסאטמאר אין מאנטריאל, אין די פריע שעה'ן צוליב וואס די וועג צו די בית השחיטה נעמט אפאר שעה, דער רבי גייט באזוכן צוויי בית השחיטה'ס פון ווי סאטמאר'ע בוטשער נעמט א גרויס חלק, איינס איז "מארוויד" ווי מען שחט עופות און די אנדערע איז "קאנטינענטעל" ווי מען שחט בהמות קעלבערנע

ביי די געלט מסיבה אין מאנטריאל וואס איז ספעציעל ארגאנאזירט געווארן לכבוד די געהויבענע באזוך פון כ"ק רבינו שליט"א, צו ערמעגליכן דאס פערטיגן די נייע בילדינג פון די תלמיד תורה, האבן זיך באטייליגט רובו ככולו פון די קהילה (די אלע א.ג. נייטראלע - לויט ווי די ארוינים פרובירן נעבעך צו פארקויפן - האבן זיך באטייליגט...), עס האבן זיך באטייליגט ממש אלע רבנים פון די שטאט ווישניץ (ביידע), ראשית חכמה,זשיבוי, וכו' א גאנצע ליסטע פון רבנים,

די אלע רבנים האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט"א ביותרת הכבוד.


עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ מאנטריאל רב שליט"א וואס האט באצויבערט דעם עולם מיט זיין הערליכע דרשה, ער האט מורא'דיג שטארק ארומגערעדט בשבח פון רבינו שליט"א, ארויסברענגענדיג א הכרת הטוב וויפיל "מיין שוואגער דער רבי זאל זיין געזונט וואס איז דער רבן של רבבות אלפי ישראל" האט שוין ארויסגעהאלפן פאר די מוסדות ובפרט פאר די נייע בנין התלמיד תורה

עס האט אויך אויפגעטרעטן הגה"צ דער דיין שליט"א מיט א הערליכע דרשה ארויסברענגענדיג די דערהויבענע געפילן וואס די קהילה האט האבנדיג די זכי' צו האבן רבינו שליט"א צו באשיינען די קהילה, עס האט אויך אויפגעטרעטן די מנהל התלמיד תורה און נאך

דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה פון וואס דער עולם איז ארויס פון התפעלות, סיי די דרוש און סיי די מוסר והדרכה, עס איז געווען גאר א שיינע דרשה וואס וועט לאנג בלייבן אין די ביינער פאר תושבי מאנטריאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > צהלו ורונו יושבת מאנטריאל: רבינו שליט"א קומט אויף באזוך קומענדיגע וואך!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext