אגב האב איך געהערט א טעאריע אז דער פארשוין איז געשיקט געווארן דורך א טעראר ארגאניזאציע צו הרג'ענען שווארצע כדי אז ס'זאל שפעטער ארויסקומען אין די נייעס אז א איד האט גע'הרג'עט אסאך שווארצע און ס'זאל אויסברעכן אומרוען אין אמעריקע צווישן שווארצע און אידן.
נשלח ב-13/8/2010 07:53
אגב, ווער ס'קען זאל ארויפגיין אויף עני נייעס וועבסייט און קאמענטן איינמאל און נאכאמאל אז דער איז אן אראבער און נישט קיין איד, ווייל די אנטיסעמיטן באלעקן זיך די ביינער דערמיט.
לערנטס אויס די אמעריקאנער דאמיס אז אבו על אזאם איז אן אראבישער נאמען.
נשלח ב-13/8/2010 08:22
איין נייעס סטאנציע האט אנגענומען קוראזש און געשריבן אז ער איז אן אראבער.
וועלקאום צו אבאמא'ס אמעריקע, די פאקט אז די מידיא שרייבט נישט אז ער איז אן אראבער האט אסאך צוטוען מיט די פאליציי וויבאלד זיי האבן אים נישט אינדעציפירט אלס אראבער נאר אלס אן איזראעלי שרייבן זיי נאך וואס די פאליציי האט זיי איבערגעגעבן, נאך מער ווען די הערסט אויס די עי בי סי ניוס לינק זעסטו ווי א וויקטים אדער עדות זאגט בשעת מעשה אז דער אטאקירער איז אן אראבער אבער ווען איך האב געהערט אן אינטערוויו מיט די פאליציי פאר מען האט אים געכאפט האט אים די רעפארטער געפרעגט צו ער ווייסט די עטניק פון דעם אטאקירער האט ער געזאגט ווייס און נישט דערמאנעט אז ער קען זיין אן אראבער.
עס איז קלאר אז די גאווערמענט האט דא אן אגענדע, קען זיין אז זיי ווילן נישט דערשרעקן אמעריקע איבער א אראבישע אטאקע און די מידיא גייט מיט דעם.