| נשלח ב-13/8/2010 10:02 |
|
| |
היפאקראטיע בתפארתו: ווער איז דער לעגענדארער "פיקטשער רבי"?
די אהרונים פרובירן שוין יארן צו שווענקן די מוחות פון זייערע קעלבער אז ר' זלמן לייב איז א פיקטשער רבי, פון אים כאפט מען פיקטשערס און מ'לייגט דאס אין די מאגאזינען, ער רירט זיך אין ערגעץ נישט איידער ער איז זיכער אז די פאטארעפירער געפינען זיך מיט אים. אבער עס איז א ביטער געלעכטער ווען יעדער אין די וועלט זעהט דאס היפאקראטיע דערפון, פון ר' אהרן טייטלבוים איז דא טויזענטער בילדער א יאר, און טאקע אין אלע מיני פאזעס און מצבים, בשעת ווען ר' זלמן לייב ווערט זעלטן געזען א בילד, און ווען יא איז דאס קיינמאל נישט אין א פריוואטע פאזע, משא"כ ביי ר' אהרן איז דא אויף יעדן ריר אפילו בחדרי חרדים פון זיין מלוכה, וואו נארמאל קען א פאגרעפירער נישט צוקומען נאר טאמער ער האט די פולע הסכמה פון די בני הבית.
וואס האט אבער היינט געכאפט מיין אויג איז געווען א אשכול אין כל העולם כולו וואו מ'ברעכט מיט פאטאס די נייעס אז חסדי ה' כי לא תמנו, מ'קען שוין באקומען די בילדער פון זיין הייליגטום דירעקט אויף פיקטשער מעיל...
bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2817925&forum_id=16386
דעריבער האב איך באשלאסן צו מאכן א קורצן סך הכל פון די פאקטן, וירא הקהל וישפוט.
פאקטן - צד מהרי"י:
~ ר' זלמן לייב האט פארבאטן פאר זיין אייגענע צייטונג "דער איד" אריינצולייגן בילדער פון אים.
~ ר' זלמן לייב האט פארמאכט דעם בילדער אויסגאבע "העולם" טראץ דעם וואס עס האט געהאט גוטע פאטענציאלן אין דעם פעלד, אלעס ווייל די ארויסגעבער, וועלכע זענען געוויס געווען זיינע חסידים, האבן פון אים געלייגט בילדער.
~ ר' זלמן לייב האט באצאלט פון זיין אייגענע טאש פופצן טויזענט דאלער פאר הערשי רובינשטיין ער זאל נישט ארויסגעבן א בילדער אלבוים פון די חתונה פון זיין אינגסטע טאכטער וואס איז פארגעקומען סיון תשס"ח.
~ ר' זלמן לייב האט נאך ממש לעצטענס ביי די שבעה פון זיין מוטער פארלאנגט מען זאל שטעלן צעטליך אז עס איז פארבאטן צו כאפן בילדער, און ער אליין האט זיך צובייזערט ברבים אויף די בילדער מאכער ביים ניחום אבלים פון האדמו"ר מהרב"צ מבאבוב און דעם קלויזענבורגער רבי פון בארא פארק.
~ ר' זלמן לייב ווערט זייער שוואך געדעקט אין די אלטוועלטליכע פרעסע און אין די בילדער מאגאזינען, אפילו פון די גרויסע מאורעות וואו אלע רבי'ס זענען שיין פאראייביגט זעט מען זעלטן א שיין בילד פון ר' זלמן לייבן.
~ ר' זלמן לייב האט אפגעשטעלט א טעגליכער אימעיל וואס האט פון אים ארומגעשיקט בילדער און נייעסער.
פאקטן - צד מהר"א:
~ ר' אהרן טייטלבוים'ס היים צייטונג "דער בלאט" לייגט יעדע וואך אריין צענדליגער בלעטער מיט בילדער פון ר' אהרן, און צוגאב ביי יעדע יומא דפגרא אדער ספעציעלער ריר פון ר' אהרן ערשיינט א ספעציעלע באלייגע מיט זיינע בילדער.
~ ר' אהרן טייטלבוים האט ביי זיך אין שטוב א שטאב וואס איז געווידמעט זיך אפצוגעבן מיט זיינע בילדער. און דאס איז קיין שום סוד נישט, זייערע נעמען זענען שוין מערערע מאל ערווענט געווארן אין די בילדער מאגאזינען, איבערהויפט דעם "עולם החרדי", וואו עס זענען געשטעלט געווארן מזל טוב וואונטשן פון די מערכת פאר די יעניגע.
~ ביי די אהרונים ווערט געפירט א גאנצער אימעיל אפאראט וואס שיקט יעדן איינציגן אווענט בילדער פון דעם חתן דינן ר' אהרן. און צוגאב שטייט די מערכת "בחצר סאטמאר" ווי זיי רופן זיך אונטער פארשידענע טוויטער גרופעס וואס שיקן ארום בילדער, און טאקע ממש לעצטעס געעפענט א נייע סיסטעם וואס וועט אריינשיקן די בילדער דירעקט צו די טעלעפאנען פון די אלע שעפסן וואס לעכצן צו זען די צורה פונעם זיסן רבין.
~ אומאפיציעל שטייען די אהרונים אונטער די מאגאזין "די וואך", וואו עס זענען יעדע וואך צענדליגער בילדער פון ר' אהרן דינן.
~ אויף היידפארק ווערט יעדע ריר פון ר' אהרן באגלייט מיט בילדער.
~ און צום לעצט, פרעגט דעם באקאנטן הערשי רובינשטיין זעלבסט וואספארא הערצה ער געניסט ביי ר' אהרן, און ווי שיין ער ווערט דארט אויפגענומען. און וויפיל מאל ר' זלמן לייב האט אים פערזענליך געבעטן ער זאל פון אים נישט כאפן קיין בילדער, און ווען ער האט יא מצליח געווען זיך אריינצוכאפן צו די הכנסת ספר תורה אין מחנה דברי יואל פאר צוויי יאר צוריק וואו ער איז קוים ארויס א לעבעדיגער.
דעריבער לאז איך אייך - טייערע ליינער - מאכן די מסקנות ווער עס איז דער פיקטשער רבי און וואו ווייט היפאקראטיע קען גרייכן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 10:04 |
|
| |
אדרבא איך בעט ווער עס קען מוסיף זיין אדער אפפרעגן איינס פון די פאקטן זאל די מגיב זיין, לאמיר דאס אויסשמועסן מיט לאגיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 14:21 |
|
| |
אמת אמת אלעס ריכטיג ליידער, נישטא וואס מגיב צו זיין.
אבער... האסט שוין זיכער געהערט דעם קנאקעדיגן טייטש אויף שמח
תשמח וגו' כשמחך יצירך בגן עדן מקדם, אז אזוי ווי ס'איז נישט געווען
ביי אדם און חוה קיין בילדער, זאל ביי שום חתונה נישט זיין קיין
בילדער... ווער האט געזאגט דעי ווארעמע פשט דברים היוצאים מן
הלב, ר' אהרן צו רבינו שליט"א?...
תוקן על ידי - חמץ_גמור - 13/08/2010 14:23:52
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 18:29 |
|
| |
חסיד, האסט פארגעסן אז די היפאקראטיע האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די אהרונים, נאר טאקע נאך ביי זייער רבי ר' אהרן. ר' אהרן איז געווען דער וואס האט זיך מיאוס צולאזט אויף א פאטרעפירער ביי זיין אייגענע טאכטערס חתונה מיט בן האדמו"ר מדשונסקיא שליט"א בשנת תשנ"ח, וואו ער האט אינמיטן די קבלת פנים זיך גענומען שרייען מיט אומבאנומענע קולות אויף איינער וואס האט געכאפט דארט בילדער (מן הסתם אויך נישט קיין פרעמדער, נאר איינער וואס איז געווען פון פאראויס באשטעלט...) אז יענער צושטערט אים די שמחה, און זיין טאטע דער רבי דער ברך משה זי"ע האט אים געדארפט בארואיגן ער זאל מער נישט ווילדעווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 21:47 |
|
| |
טעות טעות טעות....
ענקער רבי הייסט נישט פיקטשער רבי ווייל ס'דא פון איהם מער אדער ווייניגער פיקטשערס אין מאגאזינען אדער צייטונגען,
סהאט גארנישט מיט דעם איינגעשטויסן
די ווארט איז היות 95% אשר בשם "זאלי" יכונה, שפירט זיך ווי א שוטה צו מזכיר זיין א צרה ביי זייער אייגן רבי, שפירט זיך ווי א שוטה צו גיין זעהן די עבודה פון זייער אייגן רבי, שפירט זיך ווי א שוטה צו נאכזאגן א דבר תורה פון איהם, ווי בלומענפעלד האלט אין איין קאנפורמירן, און די איינציגע סיבה וואס זיי גייען צו איהם איז בלויז פאר די פיקטשערס למשל חתונות, פראטעסטן, נעילת החג, וכדומה, ווי מקען ווייזן פיקטשערס פאר די וועלט אז זיי זענען גרעסער ווי ר' אהרן, ממילא איז זייער פאסיג צו אנרופן ענקער רבי "פיקטשער רבי"
פארשטייסטו שוין?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2010 00:39 |
|
| |
מיט צוויי ווערטער א בילדער רבי איז ווער עס איז א רבי נאר ווען ס'איז דא בילדער (נעילת החג וכדומה) נישט איינער וואס זאגט תורה מעורר אידן צו תשובה האט קוויטלך יעדע נאכט וכו' וכו' און האט אויך בילדער
צוויי דאס אז די איד האט נישט בילדער איז ווייל ס'איז נישטא פון וואס, ווייסט איינער פארוואס די בליץ בלעטעל וואס האט שוין געדארפט זיין נישט נאר סאטמאר האט זיך פארמאכט, און בחצרות סאטמאר שטייט און לאכט מיט'ן 160'סטע אימעיל?
תוקן על ידי המהדרין ב- 15/08/2010 05:12:07
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 18:37 |
|
| |
ע"פ דעם איז דער הייליגער בעל ויואל משה אויך געווען א פיקטשער רעבע, ווייל נאר ווען עס איז געווען פיקטשערס למשל אין ארמארי ביי קרן הצלה און ביי פארשידענע פראטעסטן איז געווען א מכובדיגע עולם. און גראדע איז דאס נישט קיין חסרון.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 19:00 |
|
| |
| קמץ_בארד כתב: |  |
די ווארט איז היות 95% אשר בשם "זאלי" יכונה, שפירט זיך ווי א שוטה צו מזכיר זיין א צרה ביי זייער אייגן רבי, שפירט זיך ווי א שוטה צו גיין זעהן די עבודה פון זייער אייגן רבי, שפירט זיך ווי א שוטה צו נאכזאגן א דבר תורה פון איהם, ווי בלומענפעלד האלט אין איין קאנפורמירן, און די איינציגע סיבה וואס זיי גייען צו איהם איז בלויז פאר די פיקטשערס למשל חתונות, פראטעסטן, נעילת החג, וכדומה, ווי מקען ווייזן פיקטשערס פאר די וועלט אז זיי זענען גרעסער ווי ר' אהרן, ממילא איז זייער פאסיג צו אנרופן ענקער רבי "פיקטשער רבי"
פארשטייסטו שוין?
|
|
שוין זייט פורים נישט געזעהן אזא גיטס, די גייסט זעהן די עבודה פון דער חארינער??? וועמען ווילסטו דא דרייען א קאפ, וואס גייסטו זעהן ווי ער רעדט צוזאם כל מיני שטותים והבלים? ווי אין די געהויבענסטע צייטן פרייטאג צונאכטס פאר די פיש האט ער נישט בעסער וואס צו רעדן נאר איבער זיין גרויסארטיגע סבלנות און וועגן די אומגעווינטשענע... געסט?
אדער ווי ער קוקט זיך ארום מיט זיינע שארפע אויגן אויף די גאס נישט אויסלאזענדיג קיין איין אשה רח"ל? אדרבה וואס פאר א קדושה זעהט מען אין אזעלכע הייליגע עבודות?
ביים טיש זעסטו ווי א גאנצן טיש קוקט ער זיך ארום ווי א פאלנע פויער, קוקט ארויף אויף די פארענטשעס און רייבט זיך די בויך? הא עבודה גייסטו זעהן?????
אדרבה ביי אונזער הייליגן רבי'ן וועסטו דאס קיינמאל נישט זעהן, ער קען זיצן צוויי שעה ביים טיש און קיין איינמאל נישט אויפהייבן די אויגן צום עולם, אדרבה ראו מה בין בני לבן חמי, קום נאר אמאל אריין צו א טיש אדער א דאווענען, לכו נא ונווכחה, ווי א ערליכע איד קאכט מיט א התלהבות ביי די זמירות שבת וכו' וכו'
ביי דיין רבי'ן איז די איינציגסטע זאך וואס איך הער ביי יעדע דרשה שחצנות מיט ביליגע גאוה, רעדן פון זיך און פון זיך און נאכאמאל פון זיך, און וואס ער האט אלס שוין אויפגעטוהן און ווי צענדליגער רבנים האבן אים אנגערופן זיך באדאנקען... וכו' און נאך און נאך עס איז א גרויל אלעס נאכצוברענגען פון דיין הייליגן רבי'ן מיט די שארפע אויגן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 23:12 |
|
| |
כ'האב נישט צופיהל צייט צו שרייבן, אבער... אז מ'האט שוין יא דערמאנט אז הערשי רובינשטיין איז קוים ארויס א לעבעדיגעער ביים הכנסת ס"ת אין קווינס קעמפ, לאמיר אייך מיטטיילן א גוטס.
הערשי רובינשטיין האט געזאגט פאר מיין'ס א גאר נאנטן, אז ער איז צוגעוואינט אז אין אלע חסידות'ער זענען דא די "מאכער'ס" ווי מ'זאגט וואס זיי רופן אים, און מאידך גיסא זענען דא די פרומע וואס פארפירן, און ער ווייסט שוין זיינע "ראל'ס" אין אלע חסידות'ער ווי סאך מ'מעג מאכן, מיט א פלעש אדער אן א פלעש וכדו'.
א יוצא מן הכלל זענען די כת הזאלונים, ווי די זעלביגע וואס האבן אים געלאדנט צום הכנסת ס"ת אין קווינס קעמפ, די "זעלבע" האבן פארפיהרט מיט א פרום פנים כלומר'שט אקעגן בילדער!
וזה דרכם כסל למו, אזוי ווי דער חזיר וואס שטרעקט אויס די פיסלעך צו ווייזן "טהור אני"...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 23:30 |
|
| |
זאגט פאר ר' הערשל יר"ה, אז אויב מען קען נישט פארטראגן די היץ דרייט מען זיך נישט אין קאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 02:11 |
|
| |
לא עליכם, אז הערשי רובינשטיין ווייסט אזוי גוט זיין ראלע אפילו ביי די זאליס, פארוואס איז אין פאקט נישטא קיין בילדער פון מהרי"י?
און בכלל קיינער פון די אלע שרייבער ביז יעצט האט נאכנישט אפגעלייקענט דעם פאקט וואס מאיר_הערש האט געשריבן אז ר' אהרן האט געווילדעוועט קעגן בילדער. איז דאס אפשר נאר געווען א הוראת שעה און באמת האט ר' אהרן יא א אהבה מסתרת צו די בילדער?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 02:18 |
|
| |
חסיד, פארמעגליך האט דיר שוין מקדים געווען, און אין זיין באקאנטע בריוו צו משפחת מיטעלמאן האט ער דארט בין הדברים געשריבן ווי פאלגאנד:
עס איז באקאנט פאר אלעמען, איז די איינציגסטע פלאץ וואו ר' אהרן וואקסט איבער זיין יונגערען ברידער - אין פובליק רילעישאנס. ר' אהרן פאקט איין נישט נאר זיין ברודער, נאר אויך יעדען רבין און חסידות אין די לינקע טאש ווען עס קומט צו פראפעגאנדע. ר' אהרן האט היינט צו טאגס, דריי בילדער מאגאזינען – "כל העולם כולו", "עולם החרדי" און "די וואך" – וואס האבן זיין בילד אויפן דעקל יעדע וואך. און אלע דריי פארמאגען פון אים אינעווייניג שיינע פאר בלעטער וואו אלע סארט פאזעס איז דארט דא. ביי איין בילד לאכט ער, ביי איינס קוקט ער שטרענג, אין די בחינה פון לא תגירו, ביי איין בילד בלאזט ער, אין די בחינה פון א תקיף, איין בילד ווייזט אין ווי ער פירט די וועלט, קלאטשט, פאטשט, לייגט ארויף זיינע הייליגע הענט אויף ת"ת קינדער ווי גאר א ווארעמער מענטש וואס ווערט איבערגענומען אז מען זעט אז אידישקייט וואקסט נאך די מלחמה, א נקמה אין היטלער ימ"ש... א.א.וו. און דאס איז אויסער וואס בילדער פון זיין
אמאל לעכטיגע און אמאל שטערענגע און מאל
באבלאזענע צורה ווערט ארומגעשיקט צו יעדע סארט אויסגאבע וואס ווערט געליינט דורך אידן. מוז נישט א רעליגיעזע אויסגאבע. אפילו פרייע צייטונגען ווערען זייערע אימעיל קעסטלעך אנגעפולט מיט בילדער פון דעם גרויסען ר' אהרן. און דאס אלעס איז נאר די פובליק רילעישאן פון בילדער.
דעריבער מיין איך אז יעדעס ווארט איז איבריג. די מאטיוון פון די בילדער פארשטייט יעדער איינער און עס איז א שאד זיך צו טענהן מיט די חלה דעקלעך, וואס שפילן סיי ווי בת היענה געימס, איבער דעם אויפגעבלאזענעם בילדער קאמפיין וואס די אהרונים פירן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 03:33 |
|
| |
ווען רבינו מהר"א איז מוחה קעגן בילדער איז עס געווילדעוועט
ווען רז"ל איז מוחה איז עס געבייזערט
נו הא לן והא להו
יעצט דאס איז א אומפארלייקנבארע פאקט אז פאר רבינו מהר"א באדערט די בילדער (יעצט שריי חלה דעקל), אלע יארן ביז תש"ס האט ער מוחה געווען בכל תוקף ועוז, אטו כי רוכלי ניזל ונחשוב, ס'איז דא א באקאנט בילד ביי די מסע המלכות אין א"י תשנ"ד ווי דער רבי שטייט און ווייזט מיטן פינגער אז מען זאל אוועקלייגן די קעמרע, רבינו שליט"א האט כסדר געטריבן ליצנות פון זיי דארט, שוין ווידער א צֵלם (כלשונם א פאטאגריפער), צו ביי שושן פורים טישן (וואס איך געדענק) אדער טאקע ביי די חתונה פון דושינסקיא (וואס איך געדענק קלאר אז דער בילדער מאכער איז געווען א פרעמדער איזראלי).
איי פארוואס איז ער היינט נישט מוחה ברבים?
קודם כל ער האט שוין גענוג יא מוחה געווען אין די לעצטע צען יאר, סיי ברבים, און אפילו ביי זיך אין שטוב אויך, הערשט נישט לאנג ביי די ניחום אבלים האט ער אריינגע'פסוק'ט א בחור (וואס כאפט כסדר פיקטשערס) פארן כאפן פיקטשערס, און אויף די אלע מאלן וואס ער איז נישט מוחה האט אויך תירוצים, אבער כל עוד איך האלט נישט אז איך גיי דא איינעם קאנווינסען מיט מיינע תירוצים, איז מיר א שאד די צייט צו שרייבן.
איי פארוואס איז נישטא אזוי סאך פיקטשער'ס פון רז"ל, וועל מיר מוזן קומען צו די מסקנא אז ס'איז נישטא אזויפיל מאורעות דארט, והראי' ווען ס'איז דא א מאורע וואס איז גלייך ביי ביידע איז שוין איינמאל דא פיקטשערס
וניחום אבלים יוכיח
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 17:41 |
|
| |
1 עס איז דא אסאך בילדער פון מהר"א 2 עס איז דא ווייניג בילדער פון מהרז'"ל ="וועלן מיר מוזן צוקומען צו די מסקנה אז סאיז נישטא אזויפיל מאורעות דארט"
וד"ל ואכמ"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 19:20 |
|
| |
אפשר ביטע בוסטו אונז יא מפנח דעם וד"ל, און דו בוסט יא מסביר דעם ואכמ"ל?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 19:31 |
|
| |
אויב קענט איר מודה זיין אויף כאטש 1 ענין ווי די אהרונים זענען אין א געוויסן ענין גערעכט, און די זאליס ראנג, קען מען שמועסן, ס'קען דאך נישט זיין אז א מענטש זאל אלעמאל זיין גערעכט, א מענטש איז דאך נישט קיין מלאך, אויב נישט האט איר נישט קיין שום קרידענשלס אז איר זענט ראשינאלער מענטשן, און ס'א שאד די צייט,
איך גלויב אז וואלןסח וועט צישטימען
|
|
|
|
|