בית פורומים אידישע געדאנק

היפאקראטיע בתפארתו: ווער איז דער לעגענדארער "פיקטשער רבי"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2010 20:43 לינק ישיר 

איך האב געמיינט צו זאגן אז פאר דעם וואלן פאלט פשוט נישט איין צו טראכטן גראד און מסכים זיין לויט די צוויי פאקטען, אז מהרז"ל איז פשוט וייניגער אינטערעסירט און בילדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 20:49 לינק ישיר 

ביי מלוה מלכה ביי אונז אין קאנטרי די וואך האט מען גערעדט וועגן די "פיקטשער פאקטאר" אין די היינטיגע חסידישע וועלט. יעדער האט מסכים געווען אז אמאליגע רבי'ס זענען געווען זייער שארף אויסגעשפראכן קעגן פיקטשער'ס חוץ ר' שלמה'לע באבובער ז"ל (די באבובע גיבן אן א סיבה פאר דעם).

אזוי אויך האב אלע מסכים געווען צום פאקט אז דארט ווי די צווי רבי'ס זענען באמת בעל הבית דערקענט זיך שטארק די נפק"מ. אין דער איד ווי ר' זלמן לייב איז בעל הבית איז נישט דא קיין איין בילד פון ר' זלמן לייב. אין דער בלאט ווי ר' אהרן איז בעל הבית איז יעדע וואך דא מערערע בלעטער פון ר' אהרן אויף קאלירטע בילדער.

נאך א זאך האבן אלע מסכים געווען אז פון ר' זלמן לייב וועט איר נישט טרעפן קיין איין קליפ וואס איז געכאפט ביי אים אין פנים און פון ר' אהרן איז יא דא!

איך מיין אז די צוויי פאקטן וועגן איבער אלע אנדערע טענה'ריי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 20:55 לינק ישיר 

פריש, שטארק געזאגט. און דאס לייגט אויך אוועק די טענות פון די אהרונים אז ר' אהרן האט פשוט מער מאורעות ווי ר' זלמן לייב, ווארום פון ר' אהרן איז א גרויס חלק פון זיינע בילדער אין פריוואטע פאזעס, ווי דו זאגסט, פון אים אין פנים אריין, און פון ר' זלמן לייב איז נישטא אזאנע סארט פאזעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 22:07 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
אויב קענט איר מודה זיין אויף כאטש 1 ענין ווי די אהרונים זענען אין א געוויסן ענין גערעכט, און די זאליס ראנג, קען מען שמועסן, ס'קען דאך נישט זיין אז א מענטש זאל אלעמאל זיין גערעכט, א מענטש איז דאך נישט קיין מלאך, אויב נישט האט איר נישט קיין שום קרידענשלס אז איר זענט ראשינאלער מענטשן, און ס'א שאד די צייט,

איך גלויב אז וואלןסח וועט צישטימען


מודה, מסכים.

אבער אויב גייט דער ביאור אויף בילדער זיין ענליך צו די "נייטראלע אביעקטיווע" אפשאצונג אויף די פעמילי קאורט, האב איך זיך טועה געווען ווען כ'האב געטראכט אמאל אז עס איז דא אזא זאך ווי א נארמאלער קלוגער אהרוני.
 
כ'האב זיך טועה געווען ווען כ'האב געמיינט אז עס איז דא אזא זאך ווי א אהרוני וואס קען זען זאכן אביעקטיוו און פון א נייטראלן שטאנדפונקט.

תוקן על ידי אומזיסט ב- 16/08/2010 22:08:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 21:07 לינק ישיר 

סך הכל איז דא א קינדערישע טענהריי ווער איז דער פיטקשער רבי
צד מהר''א שרייט אז מהרז''ל איז פיקטשער רבי ווייל נאר ווען מען קען מאכען א פיקטשער האט ער מענטשן אין די גאנצע אויסשטעל פין זיינע מסיבות איז נאר פאר די פיקטשער
צד מהרז''ל שרייט אז מהר''א איז פיקטשער רבי ווייל פין אים איז דא די נאנסטע פיקטשערס מיט א טעגליכע אימעיל אין ער ווערט געדעקט דורך די וועכענטליכע מאגעזינען

לענ''ד איז אין סאטמאר קיינמאל קיין פיקטשער נישט געווען ארויפגעקוקט, די איינציגע סיבה וואס האט דאס אריינגעברענגט איז די פארשטינקענע פאליטיק וואס ציליב דעם וויל יעדער צייגן אז ער האט א עולם אים קומט מען באזוכען אין אזוי ווייטער אין היינט צו טאגס וועט יעדער מאכען פיקטשערס ווען ער האט וואס צו צייגען
אין די פריערדערמאנטע טענות פין ביידע צדדים זענען קינדיש

פין מהרז''ל איז אייביג דא בילדער טאקע נישט מער אויף קיין אימעיל אבער זיי האבען א וועבזייטל וואס מען קען טרעפן גענוג אין נאך בילדער - דאס עצם האבען א עמטליכע בלאג אויף א וועבזייטל ווייס איך נישט ווי עס פאסט ווי אויך טרעפט מען טעגליך זייערע בילדער דא אויף אידישע געדאנק, די נאנטע בילדער פין צד מהר''א איז לאו דווקא ביי מהר''א אין אפי' יא קען מען היינט גרינג זומען מיט א גיטע קעמערע פין זייער ווייט אז עס זאל אויסקוקען ממש א פיס אוועק (דאכט זיך מיר אז משה וואלף קליין האט  אזא קעמרע) די בילדער פין די מאגעזינען איז איינגעטיילט ביי יעדע גרויסע מאורע פין מד מהר''א וועט ער זיין אויף די דעקל פין העולם החרדי אין די וואך אין ביי יעדע גרויסע מאורע פין צד מהרז''ל וועט ער זיין אויפן דעקל פין כל העולם כולו אין אויף עטליכע וועבזייטלך
די טענה פין די חתונה מאגעזין האט נישט קיין שום מקור חוץ הייד פארק אין לייגט זיך נישט אויפן שכל, אין די טענה פין דער איד קוקט אויס היפאקריטיש אין איז נישט מער ווי א נערישע פראפעגאנדע מצד דער איד ווי פארשטענדליך, אין איך בין זיכער אז דער העולם וואלט זיך נישט פארמאכט ווען עס וואלט ווען געמאכט געלט
די סך הכל איז אז עס איז עקעלדיג ווי יעדער  ליגט היינט אין בילדער ספעציעל ביי צד מהרז''ל ווען מען שטעלט אויס א מסיבה וועט מען זיכער מאכען אז עס וועט זיין גיט פאר די בילדער, מען דארף זיך אויסטוהן די קינדערישע שיך
ביידע רבנים האבן שוין מוחה געווען ברבים קעגן די בילדער אין עס איז צייט צו ווערן אבסיל נארמאל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2010 21:31 לינק ישיר 

אין יעדע חסידות זענען דא וואס זיכן צו מאכן און פארשפרייטן ווי מער בילדער. עס איז ביי קיינעם קיין ספק אז הרה"ק מטאהש שליט"א איז זייער שארף קעגן בילדער. אעפ"כ זענען דא חסידים וואס מאכן פון אים בילדער און עס זענען דא וואס פארשפרייטן בילדער אין די צייטונגען און מאגאזינען. מיט דעם נקודה זענען אלע אייניג.

די נפק"מ איז "דער רבי אליינס" ר' זלמן לייב איז קעגן בלידער, און איר וועט טאקע נישט טרעפן פון אים קיין בילדער אין דער איד. ר' אהרן איז א הייסער חסיד פון בילדער דעריבער וועט איר טרעפן פון אים גאנצע בלעטער פול מיט בילדער אין דער בלאט. אויך דערקעט זיך די נפק"מ מיטן כאפן בילדער אין פנים. פון ר' זלמן לייב איז נישט דא ווייל מ'קען פון אים נישט כאפן בילדער אין פנים. א באבובער אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ווען ר' בנציון איז געווען מנחם אבל זיין האט ר' זלמן לייב געשריגן אויף איינע פון די באבובע אינגעלייט וואס האט געמאכט בילדער. משא"כ פון ר' אהרן איז דא הונדערטער בילדער אים אין פנים אריין.

נישט לאנג צוריק איז געווען א "קליפ" ווי מען זעט ר' אהרן שמועסן געמיטליך און ווען ר' אהרן באמערק אז מען פילמירט אים שטיפט ער עוועק דעם שמועסער און זעצט זיך לערנען פארנט פון די קעמרע. קאמענטארן זענען איבעריג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 23:09 לינק ישיר 

די רבי שליט"א האט שוין אפאר מאל אנגעשריבן בחורים און אינגעלייט ווען זיי האבן גענומען פיקטשערס ענק קענען פארקויפן אויפן רבין וואס ענק ווילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 23:23 לינק ישיר 

קאפ שטיק דאס איז דאך דיין פראבלעם, ווען ער זאל אלעמאל שרייען, וואלט דאך געווען פיין. ווען ער זאל ווען ער זאל ווען אלעמאל שמייכלען צום בליד, איך אויך פיין. אבער אמאל שמייכלען און אמאל שרייען... דאס מיינט א היפאקריט!

ס'ווענדט זיך אויף די וועטער, פונקט ווי די זאליס אין בג"ץ ווען ס'קומט ענק אויס גוט שרייבט עטס אז ענקער שמייליגער האט געגעבן א שכויעך פארן ארויסנעמען די זאליס פון בג"ץ און א טאג דערויף שרייט איר ווייטער "זאליס ארויס פון בג"ץ"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 23:56 לינק ישיר 

נפל איך וואלט זייער געוואלט זען די קליפ ווי ער לערנט ווען ער באמערקט די קעמרע. און אויך האסטו געגעבן זייער א שיינע הסבר "אז" ער איז פאר בילדער און רז"ל איז קעגן. אבער טו מיר א טובה און ברענג "פרוף". און נישט פרוף וואס "מען קען טראכטן" אז ער טוט עס פאר די בילד. נאר פרוף אז ער "טוט עס"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 00:34 לינק ישיר 

אדער ביסטו א נייער דא, אדער מאכסטו זיך תמעוואטע. די קליפ איז געווען דא אויף הייד פארק ווען ר' אהרן איז געווען אין ניו העמפשער. הערשי רובנישטיין האט דאס אפגעכאפט. מען זעט ווי ר' אהרן באמערקט די קעמרע און שטופט אוועק הרב אנוזדארפער און זעצט זיך לערנען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 01:00 לינק ישיר 

נפל כתב:
אין יעדע חסידות זענען דא וואס זיכן צו מאכן און פארשפרייטן ווי מער בילדער. עס איז ביי קיינעם קיין ספק אז הרה"ק מטאהש שליט"א איז זייער שארף קעגן בילדער. אעפ"כ זענען דא חסידים וואס מאכן פון אים בילדער און עס זענען דא וואס פארשפרייטן בילדער אין די צייטונגען און מאגאזינען. מיט דעם נקודה זענען אלע אייניג.

די נפק"מ איז "דער רבי אליינס" ר' זלמן לייב איז קעגן בלידער, און איר וועט טאקע נישט טרעפן פון אים קיין בילדער אין דער איד. ר' אהרן איז א הייסער חסיד פון בילדער דעריבער וועט איר טרעפן פון אים גאנצע בלעטער פול מיט בילדער אין דער בלאט. אויך דערקעט זיך די נפק"מ מיטן כאפן בילדער אין פנים. פון ר' זלמן לייב איז נישט דא ווייל מ'קען פון אים נישט כאפן בילדער אין פנים. א באבובער אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ווען ר' בנציון איז געווען מנחם אבל זיין האט ר' זלמן לייב געשריגן אויף איינע פון די באבובע אינגעלייט וואס האט געמאכט בילדער. משא"כ פון ר' אהרן איז דא הונדערטער בילדער אים אין פנים אריין.

נישט לאנג צוריק איז געווען א "קליפ" ווי מען זעט ר' אהרן שמועסן געמיטליך און ווען ר' אהרן באמערק אז מען פילמירט אים שטיפט ער עוועק דעם שמועסער און זעצט זיך לערנען פארנט פון די קעמרע. קאמענטארן זענען איבעריג.


נייפעלע

לאז מיר דיר עפעס מסביר זיין

דאס איז א פאקט אז רבינו מהר"א האט מען כמה וכמה פעמים געזען מוחה זיין קעגן בילדער ביז תש"ס, דאס איז א דבר ידוע לכל, ווער ס'האט זיך נאר געדרייט ביים ברך משה האט דאס געזען, און דאס אויך א מציאות, אז בילדער פון סאטמאר בכלל איז דעמאלטס נישט געווען אזוי איינגעריסן ווי היינט.

יעצט, ווען דיין שיטה איז ווען אז דער רבי איז געווען א ערליכער איד ביז תש"ס, און נאכדעם ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די פאליטיק איז ער ממש אפגעפארן פון אידישן וועג, און געווארן א קל וכו' וכו' כלשונכם, נו פארשטיי איך וואס דו זאגסט, דאס איז א חלק פון זיין ירידה אין אידישקייט.

אבער לשיטתכם איז ער דאך מיום הולדו א... נאך פון אלס בחור, און דערנאך ווען ער איז געווארן א איידעם אין וויזניץ, און דערנאך ווען ער האט געמופט אין קרית יואל, און ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל וכו' וכו' וכו', סאו זיי מיר מסביר פארוואס האט ער אלע יארן מוחה געווען אויף בילדער, און תש"ס און ווייטער האט ער ממש ליב באקומען בילדער?

ס'מוז דאך עפעס מאכן סענץ


און אגב

אויף באבובער אינגעלייט איז גרינג צו שרייען, לאמיר זען ער זאל שרייען אויף זיינע שטוב מענטשן וואס פירן אן דעם וועב סייט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 02:07 לינק ישיר 

וואלן דו פארשטייסט ממש נישט פארוואס ער האט אנגעהויבן ליעב האבן בילדער?
 
וועל איך דיר עס מסביר זיין זייער פשוט, קודם כל איז דער אפטייטש פון היפאקריט אקוראט דאס וואס דו פרעגסט, ביז תש"ס קעגן און פון תש"ס און ווייטער א שטארקער ליעב האבער דערפון.
 
צווייטענס איז דער ר' אהרן א אומסטאבילער פארשוין, און וואס דער אדער יענער יועץ זאגט אים אז ס'גוט צו טוהן להגדיל הטראסק וועט ער עס דאס טוהן. אז דוד עקשטיין רוימט אים אין אויער אז מיטן צושפארן די רעבעצינס שוהל וועט ער א רשכבה"ג, וועט ער לויפן מיט אימפעט דאס טוהן. אז סימאן וועט אים פארטרויען אז מיטן שניידן ווייץ אין אריזאנע וועט ער אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אזוי ווי דער צעהלימער רב איז אריין וועגן די מילך, וועט מען האלטן דרשות און פליען קיין אריזאנע מיט פאטאגרעפירער. אז אפאר אינגע שנוקלעך וועלן אים איבערגעבן אז די סידור קידושין אין דעם נייעם זאל איז א פגיעה בכבוד המלכות, וועט מען זיך אריינלאזן אין א זינלאזע מערכה דערקעגן.
 
היוצא לנו מזה איז אז אויף ר' אהרן פרעגט מען נישט די סארט קשיות פארוואס דעמאלס יא און דעמאלס נישט. פאקטיש איז ער היינט א געוואלדיגער בילדער ליעב-האבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 05:41 לינק ישיר 


וואלן, דער טעות וואס דו און אסאך פון דיינע פריינט מאכן איז אז עטס רעדטס ענק נעבעך איין אין ענקער רבי, אז ער איז באמת א יש, ווען עטס זאלטס מיטהאלטן בחדרי חדרים זיין התנהגות, וואלט עטס ענק געשעמט פאר זיך אליין.

אבער די גוטע נייעס איז, אז דאס אהרוני'זם ביי די אהרונים וועפט אויס. די אמאליגע אינגלעך ווערן בחורים, די בחורים אינגעלייט, און די יונגעלייט ווערן ביזנעסלייט און מיטל עידזש אידן, און צוביסלעך דערזעען זיי ווי זיי האבן זיך נעבעך מיאוס געגרייזט אין די אמונת צדיקים וואס זיי האבן געהאט.

ר' אהרן אליינס העלפט שטארק ארויס דערצו. זיינע רעגלמעסיגע נארישקייטן וואס ער רעדט צוזאם פון איך מיך זיך איז זייער גוט פאר זיין עידזש - ישיבה קטנה בחורים. אפאר יאר עלטער פון דעם גרוילט עס יעדן אריינגערעכנט די געשוואוירענע וואס גייען פארן רבי'ן אין פייער.

בעיקר האט מען דאס געזען נאכ'ן לעצטן חוה"מ פסח דרשה.

א נארמאלער מענטש וואלט פארשטאנען, אז אקאורדינג צו ר' אהרנ'ס פשוטער מהות, פונקט אזוי פשוט ווי א יעדער אנדערע איד אדער נאך פשוט'ער, האט זייער גוט אריינגעפאסט דאס רעדן וועגן די אינטערנעט, וואס האט יא אערויסגערופן בייז וואונדער און אפשיי איוז געווען די זינלאזע אויף לופט באזירטע אטאקעס קעגן די סאטמארער ווייץ.

אבער ביי די אהרונים איז געווען פונקט פארקערט. אויף די ווייץ האבן זיי אים געבעקט פול-פארס, געבאקן מעשיות וויפיל עס האט אויסגעפעלט, און לפלא האבן די אהרונים זיך ניטאמאל געשעמט מיט די זינלאזע נארישקייטן. (חוץ, ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען).

ווידעראום דער זיך פאררעדן וועגן די אינטערנעט האט זיי אזוי שאקירט, אזש קול סאטמאר האט בידים זיך באגראבן פאר דער גאנצער גארער וועלט, אלעס כדי דער ישיבה קטנה בחור'ל אין מאנרא וואס האט נישט קיין אינטערנעט און קיין טעקסט זאל קענען צווייפלען אין די גאנצע זאך.  -  ממש פארקערט ווי דער גראדער שכל וואלט געווען.

און דער הסבר איז זייער פשוט. שמואל שלמה טעלער, און די אנדערע "הייליגע" פראפאגאנדיסטן, וואס ציען מער צו א אבערגלויבערישע חסידות ווי שמואל ווידער, האבן זיך דערזען אז די לאנגיעריגע עבודה וואס מ'לייגט אריין אין די צעירי הצאן גייט לאיבוד. עינן רואות וכלות ואין לאל ידם. דער רבי האט זיך אליין באערדיגט.

זיי האבן פארשטאנען זייער גוט אז דער פליטת פה וועגן די אינטערנעט גייט טייער קאסטן. אפילו דער קלענסטער סייז מח (פראדוקט אוו מאנרא...) און דעער טיפסטער חלה דעקל וועט אנהייבן צו כאפן אז סאמטינג פישי דא. דער צדיק הדור, פאר וועמענס עבודה עס קען זיך פארשטעקן דעם רבי'נס עבודה אין סאטמאר און אין אמעריקע (זייט קראלי איז נאך אזאנס נישט געווען...) דער  צדיק הדור וואס שטייט און האקט אויף די אינטערנעט ווען ער קען, אזש ער איז געווען דער ערשטער פאראויס צוזען די סכנה פון אינטערנעט, קען זיך פלוצלינג אין א מאמענט פון א אטאקע וואס דערמאנט די גוטע יארן, נעמען שיקן דעם עולם קוקן די אינטערנעט (והא לך לשונו הטהור: איך בעט ווער עס קען זאל... און זאל ער ארויפגיין און קוקן) אויף א גרויסן פארנעם, כאילו נישט דו ביסט דער וואס האקט שוין צען יאר אויף דעם טריפה'נעם כלי.

האבן די קארפן קעפ פארשטאנען אז דאס איז סם המות פאר די קינדער, סם המות פארן חינוך וואס זיי פרובירן נעבעך איינצופלאנצן  אין זייערע קינדער'ס קעפ, ווייל אז דער קינד/בחור'ל זעט אז פאר נצחון פארגעסט דער רבי פונעם הייליגן פלעי וואס ער שפילט, כאפן זיי אויף אז די גאנצע זאך איז פעיק פאוני בעלאוני.

זיי כאפן דאס וואס יעדער נארמאללער מענטש פארשטייט, און וואס יעדער אהרוני פארשטייט אויף כמעט אלע אנדערע רבי'ס, אז רוב רובם זענען פאוני בעלאוני,יעצט כאפן זיי עס אויף זייער אייגענעם רבי'ן דאס זערלביגע.

און דאס האט זיי אזוי געטריבן עס אראפצונעמען. די אינגווארג זאל כאטש נישט כאפן. זאלן זיי דמיונען אז די גאנצע וועלט דמיונ'ט.

איי די ערוואקסענע? איז קודם כל, וואס קענען זיי נעבעך טון. די טריפה'נע טעכנאלאגיע, דעם רבי'נס אלטע שונאים... זענען אלעס שולדיג. והשנית, עפעס האט זיי עס יא געהאלפן. וואלן ס"ח האט נאך אלס נישט געכאפט דעם דזשאוק. ער האט די גאטס אויפצוווייזן פאר די זאלי'ס אז עכט איז אהרן קעגן פיקטשערס ווייל אז נישט איז דאס א סתירה אין א הארבן ר' אהרן...

איז די פשט אז עס איז נאך נישט אינגאנצן פארפאלן.

ס'נאך דא האפענונג, שמואל שלמה!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 07:19 לינק ישיר 

אומזיסט, עס קומט זיך דיר א מעדאל אויף דיינע פערל ווערטער!!!! געוואלדיג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 08:04 לינק ישיר 

אימזיסט לאמיר הערן אין איין ווארט וואס צד מהרז"ל האלט. מיר ווייסן אז דער אויבערשטער האט באשאפן א וועלט מיט 6 ביליאן מענטשן. פון דעם האט דער באשעפער גענומען אפאר מיליאן מענטשן און זיי געמאכט פאר זיין באליבט פאלק. זיי געגעבן די תו"מ. און.....עקסטערע קלוגשאפט מער ווי אלע פעלקער. ליידער ליידער זענען אסאך/רוב יודן פארכאפט אונטערן ע"ז הציונות. ווייסן מיר אלע אז "קהילת סאטמאר" איז די אויסדערוועלטע. אין סאטמאר איז דא צוויי חסידות'ער. חסידות מהר"א. און חסידות מהרז"ל. איז אזוי א חלק פון צד מהרז"ל זאגט אויף רוב/כמעט האלב סאטמאר אז זיי זענען שוטים. רשעים. וכו'. זאגטס מיר איז דאס נישט "סעלף העיטינג דזשו"???? ווייל דו ביסט נישט מיט אים אויף איין מיינונג איז ער שוין נישט מער ווי א בעל חי? איז "דאס" נישט משוגע? איז דאס נישט כינוי שם וואס אויף א יחיד איז עס אזוי הארב עאכו"כ אויף א רבים??? עס איז דאך אלול יעצט! ווען דען זאל מען תשובה טון דערויף??? איך הייס נישט ענדיגן די מחלוקה. אבער די וויסטע שנאה "מוז" זיך ענדיגן!!!! איך שרייב עס נאר פאר די וואס האלטן ביים הערן. נישט פאר די וואס וועלן זוכן פון אונטער דער ערד צו ענטפערן עפעס. ביטע ענטפערן רואיג. שכוח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היפאקראטיע בתפארתו: ווער איז דער לעגענדארער "פיקטשער רבי"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.