וואלן, דער טעות וואס דו און אסאך פון דיינע פריינט מאכן איז אז עטס רעדטס ענק נעבעך איין אין ענקער רבי, אז ער איז באמת א יש, ווען עטס זאלטס מיטהאלטן בחדרי חדרים זיין התנהגות, וואלט עטס ענק געשעמט פאר זיך אליין. אבער די גוטע נייעס איז, אז דאס אהרוני'זם ביי די אהרונים וועפט אויס. די אמאליגע אינגלעך ווערן בחורים, די בחורים אינגעלייט, און די יונגעלייט ווערן ביזנעסלייט און מיטל עידזש אידן, און צוביסלעך דערזעען זיי ווי זיי האבן זיך נעבעך מיאוס געגרייזט אין די אמונת צדיקים וואס זיי האבן געהאט. ר' אהרן אליינס העלפט שטארק ארויס דערצו. זיינע רעגלמעסיגע נארישקייטן וואס ער רעדט צוזאם פון איך מיך זיך איז זייער גוט פאר זיין עידזש - ישיבה קטנה בחורים. אפאר יאר עלטער פון דעם גרוילט עס יעדן אריינגערעכנט די געשוואוירענע וואס גייען פארן רבי'ן אין פייער. בעיקר האט מען דאס געזען נאכ'ן לעצטן חוה"מ פסח דרשה. א נארמאלער מענטש וואלט פארשטאנען, אז אקאורדינג צו ר' אהרנ'ס פשוטער מהות, פונקט אזוי פשוט ווי א יעדער אנדערע איד אדער נאך פשוט'ער, האט זייער גוט אריינגעפאסט דאס רעדן וועגן די אינטערנעט, וואס האט יא אערויסגערופן בייז וואונדער און אפשיי איוז געווען די זינלאזע אויף לופט באזירטע אטאקעס קעגן די סאטמארער ווייץ. אבער ביי די אהרונים איז געווען פונקט פארקערט. אויף די ווייץ האבן זיי אים געבעקט פול-פארס, געבאקן מעשיות וויפיל עס האט אויסגעפעלט, און לפלא האבן די אהרונים זיך ניטאמאל געשעמט מיט די זינלאזע נארישקייטן. (חוץ, ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען). ווידעראום דער זיך פאררעדן וועגן די אינטערנעט האט זיי אזוי שאקירט, אזש קול סאטמאר האט בידים זיך באגראבן פאר דער גאנצער גארער וועלט, אלעס כדי דער ישיבה קטנה בחור'ל אין מאנרא וואס האט נישט קיין אינטערנעט און קיין טעקסט זאל קענען צווייפלען אין די גאנצע זאך. - ממש פארקערט ווי דער גראדער שכל וואלט געווען. און דער הסבר איז זייער פשוט. שמואל שלמה טעלער, און די אנדערע "הייליגע" פראפאגאנדיסטן, וואס ציען מער צו א אבערגלויבערישע חסידות ווי שמואל ווידער, האבן זיך דערזען אז די לאנגיעריגע עבודה וואס מ'לייגט אריין אין די צעירי הצאן גייט לאיבוד. עינן רואות וכלות ואין לאל ידם. דער רבי האט זיך אליין באערדיגט. זיי האבן פארשטאנען זייער גוט אז דער פליטת פה וועגן די אינטערנעט גייט טייער קאסטן. אפילו דער קלענסטער סייז מח (פראדוקט אוו מאנרא...) און דעער טיפסטער חלה דעקל וועט אנהייבן צו כאפן אז סאמטינג פישי דא. דער צדיק הדור, פאר וועמענס עבודה עס קען זיך פארשטעקן דעם רבי'נס עבודה אין סאטמאר און אין אמעריקע (זייט קראלי איז נאך אזאנס נישט געווען...) דער צדיק הדור וואס שטייט און האקט אויף די אינטערנעט ווען ער קען, אזש ער איז געווען דער ערשטער פאראויס צוזען די סכנה פון אינטערנעט, קען זיך פלוצלינג אין א מאמענט פון א אטאקע וואס דערמאנט די גוטע יארן, נעמען שיקן דעם עולם קוקן די אינטערנעט (והא לך לשונו הטהור: איך בעט ווער עס קען זאל... און זאל ער ארויפגיין און קוקן) אויף א גרויסן פארנעם, כאילו נישט דו ביסט דער וואס האקט שוין צען יאר אויף דעם טריפה'נעם כלי. האבן די קארפן קעפ פארשטאנען אז דאס איז סם המות פאר די קינדער, סם המות פארן חינוך וואס זיי פרובירן נעבעך איינצופלאנצן אין זייערע קינדער'ס קעפ, ווייל אז דער קינד/בחור'ל זעט אז פאר נצחון פארגעסט דער רבי פונעם הייליגן פלעי וואס ער שפילט, כאפן זיי אויף אז די גאנצע זאך איז פעיק פאוני בעלאוני. זיי כאפן דאס וואס יעדער נארמאללער מענטש פארשטייט, און וואס יעדער אהרוני פארשטייט אויף כמעט אלע אנדערע רבי'ס, אז רוב רובם זענען פאוני בעלאוני,יעצט כאפן זיי עס אויף זייער אייגענעם רבי'ן דאס זערלביגע. און דאס האט זיי אזוי געטריבן עס אראפצונעמען. די אינגווארג זאל כאטש נישט כאפן. זאלן זיי דמיונען אז די גאנצע וועלט דמיונ'ט. איי די ערוואקסענע? איז קודם כל, וואס קענען זיי נעבעך טון. די טריפה'נע טעכנאלאגיע, דעם רבי'נס אלטע שונאים... זענען אלעס שולדיג. והשנית, עפעס האט זיי עס יא געהאלפן. וואלן ס"ח האט נאך אלס נישט געכאפט דעם דזשאוק. ער האט די גאטס אויפצוווייזן פאר די זאלי'ס אז עכט איז אהרן קעגן פיקטשערס ווייל אז נישט איז דאס א סתירה אין א הארבן ר' אהרן... איז די פשט אז עס איז נאך נישט אינגאנצן פארפאלן. ס'נאך דא האפענונג, שמואל שלמה! [/quote]
האסטו געענטפערט דאס:
[quote] אימזיסט לאמיר הערן אין איין ווארט וואס צד מהרז"ל האלט. מיר ווייסן אז דער אויבערשטער האט באשאפן א וועלט מיט 6 ביליאן מענטשן. פון דעם האט דער באשעפער גענומען אפאר מיליאן מענטשן און זיי געמאכט פאר זיין באליבט פאלק. זיי געגעבן די תו"מ. און.....עקסטערע קלוגשאפט מער ווי אלע פעלקער. ליידער ליידער זענען אסאך/רוב יודן פארכאפט אונטערן ע"ז הציונות. ווייסן מיר אלע אז "קהילת סאטמאר" איז די אויסדערוועלטע. אין סאטמאר איז דא צוויי חסידות'ער. חסידות מהר"א. און חסידות מהרז"ל. איז אזוי א חלק פון צד מהרז"ל זאגט אויף רוב/כמעט האלב סאטמאר אז זיי זענען שוטים. רשעים. וכו'. זאגטס מיר איז דאס נישט "סעלף העיטינג דזשו"???? ווייל דו ביסט נישט מיט אים אויף איין מיינונג איז ער שוין נישט מער ווי א בעל חי? איז "דאס" נישט משוגע? איז דאס נישט כינוי שם וואס אויף א יחיד איז עס אזוי הארב עאכו"כ אויף א רבים??? עס איז דאך אלול יעצט! ווען דען זאל מען תשובה טון דערויף??? איך הייס נישט ענדיגן די מחלוקה. אבער די וויסטע שנאה "מוז" זיך ענדיגן!!!! איך שרייב עס נאר פאר די וואס האלטן ביים הערן. נישט פאר די וואס וועלן זוכן פון אונטער דער ערד צו ענטפערן עפעס. ביטע ענטפערן רואיג. שכוח |