|
|
| נשלח ב-15/8/2010 20:47 |
|
| |
היום: דינער פאר מוסדות יטב לב אין קרית יואל
היינט - זונטאג אווענט וועט פארקומען דער יערליכער דינער לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק אין גרויסן סאטמארן ביהמ"ד אין קרית יואל בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואו עס וועט אויך דינען אלס יארצייט סעודה לע"נ הרה"ק היטב לב זי"ע.
געווענדליך קומט דער דינער פאר כ"ח תמוז, ווען עס געפאלט די יודה"ל פון הייליגן ישמח משה זי"ע, נאר אזוי ווי היי יאר איז דער רבי שליט"א דאן געזיצן שבעה זאך זיין מוטער הרבנית ע"ה, וועט דער דינער פארקומען היינט - זונטאג אווענט, אינעם יודה"ל פון הייליגן יטב לב זי"ע.
עס ווערן ערווארטעט טויזענטער אנ"ש פון קרית יואל ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א. אזוי אויך וועלן אנ"ש אפגעבן זייערע נתינות פערזענליך פאר דעם שד"ר פון די הייליגע מוסדות במסירות נפש, הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו, וועלכער איז ווי באקאנט אטאקירט געווארן מיט ברוטאליטעט דורך די אנשי רשע, שלוחי הסבלן, פארגאנגענעם כ"ו אב בעצם יודה"ל ביים ציון המצוינת פון רביה"ק מייסד המוסדות זי"ע. אצינד ווען עס וועט זיין די מעגליכקייט מחזק צו זיין דעם געהויבענעם עסקן הי"ו ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש איז זיכער צו ערווארטען אז אנ"ש וועלן זיך שטארק ווארעם אנרופן מיט סכומים הגונים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 00:15 |
|
| |
איז ער שוין ארויס פון סכנה? ב"ה - וועט ער איבערגעבן דעם דבר השעה! וועט זיין א סיום הש"ס לכבוד די הילולא?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 01:23 |
|
| |
דבר השעה וועט אי"ה איבערגעבן הרה"ח ר' מענדל וואלערשטיין הי"ו מנהל המוסדות.
ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו וועט נעמען נתינות פונעם ציבור.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 07:57 |
|
| |
הערליכע דינער געווען בהשתתפות א ריזיגער ציבור, די רבי שליט"א האט גערעדט איבער חינוך הטהור איבער ארצינו הקדושה, איך וויל טאקע בעטן די עסקנים עס איז שוין צייט צו אויסברייטערן די בית המדרש, די געדרענג ווערט ברוך השם שווערער און שווערער, אזוי אויך שבת קודש ווען די רבי שליט"א איז דארט איז די געדרענג זייער שווער, אזש פילע אידן וואס וואלטן זייער געוואלט קומען דארפן בלייבן שטיין אויף די שטיגן אויפן גאס.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 18:51 |
|
| |
דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער די מסירת נפש פון די אינגעלייט וואס גייען ארויס מוחה זיין, דער רבי האט געזאגט נאכגעשריבן כמעט ווארט ביי ווארט "היינט רופט מען אן מסירת נפש ווען מען וועקט זיך אויף פינף מינוט פריער, די מקוה איז נישט אזוי ווארים, אדער עס איז נישט אזוי צוגעשטעלט געהעריג קיין האנטוכער, דאס הייסט נישט מסירת נפש, די אינגעלייט וואס גייען ארויס מוחה זיין גייען ממש מיט מסירת נפש אן קיין שום חשבונות, מען זעהט אז עס טוט זיי וויי ווי די כבוד שמים ווערט נתחלל אויף אזא שרעקליכע פארנעם"
"עס לאזט זיך ממש נישט פארשטיין, מען קען דאס נישט משיג זיין מיט וואס פאר א מסירת נפש, מיט וואס פאר תמימות די אינגעלייט גייען ארויס פאר'ן כבוד שמים"
ווייטער האט דער רבי ארויסגעברענגט "עס שטעלט זיך טאקע ארויס אז אלע הפגנות גייען ארויס פון רחוב יואל... הלא דבר הוא, משמיא קא זכו פאר דער רבי זי"ע זיין כח גייט אן ווייטער, דער כח וואס דער רבי האט אוועקשטעלט, די יסודות אין אידישקייט וועט ווייטער נמשך ווערן ביז משיח וועט קומען, און עס איז נישט דא קיין איין קבוצה אינגעלייט וואס פון איין פלאץ זאלן אזויפיל אינגעלייט אויף אמאל קומען מוחה זיין נאר טאקע די אינגעלייט וואס זענען נתחנך געווארן אין דעם הייליגן מוסד יטב לב"
דער רבי האט נאך אסאך שיין ארומגערעדט איבער די חינוך הטהור און ווי וויכטיג איז אז מען זאל דאס שטיצן מיט אלע מעגליכקייטן
תוקן על ידי נערמאלער ב- 16/08/2010 18:51:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 19:02 |
|
| |
מען האט ביי די דינער מוחה געווען אקעגן די ארוינישע רציחות כ"ו אב?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 22:00 |
|
| |
ווייטער האט דער רבי ארויסגעברענגט "עס שטעלט זיך טאקע ארויס אז אלע הפגנות גייען ארויס פון דעם בית המדרש אויף גארפילד רד. הלא דבר הוא, משמיא קא זכו פאר דער רבי, און עס איז נישט דא קיין איין קבוצה אינגעלייט וואס פון איין פלאץ זאלן אזויפיל אינגעלייט אויף אמאל קומען מוחה זיין"
תוקן על ידי שיףרבי ב- 16/08/2010 22:03:23
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2010 22:29 |
|
| |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|