ברוך דיין האמת: יעצט קימט אן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון ר' ישראל לעווי ע"ה נפטר געווארן און נארט קארליינע, די לווי וועט פארקומען מארגן, דערנאך קומען לקבירה אונעם נייעם שטח פון בית העלמין און קרית יואל.
יהי רצון מען זאל הערן נאר גיטע בשורות, זייער א ביטערע יאר געווען פאר כלל ישראל, לאמיר אלע מתפלל זיין עס זאל שוין נישט פארקומען קיין טראגעדיעס.
נשלח ב-16/8/2010 19:50
נשלח ב-16/8/2010 21:11
לויט ווי מען הערט האלטן די אהרונים אין איין לייגן דרוק אויף די משפחה, צו ראטעווען דעם נפטר ז"ל פונעם בזיון פון ליגן מאחורי הגדר...
די געטרייע לש"שדיגע עסקנים האפן אז די משפחה וועט זיך אין די לעצטע מינוט צוריקהאלטן פון בזיון המת.
זיי זאגן אז ווער עס קען זאל אנרופן די משפחה בעטן - מיט שיינעם פארשטייט זיך -זיי זאלן נישט טון דעם שריט.
געוויסע קרובים וועלן אפשר נישט גיין צו די לוי', אויב וועט עס זייער פארטיי פארלאנגען...
זאל ער זיין א גוטער בעטער פאר די צובראכענע אלמנה מיט די 10 יתומימלעך
און עס זאל שוין זיין תכלה שנה וקללתו תחל שנה וברכותה
נשלח ב-16/8/2010 22:34
איך האב אים גיט געקענט, א טייערע איידעלע איד, תנצב"ה
נשלח ב-16/8/2010 23:42
לווי' בקרית יואל לפני בית המדרש הגדול דקהל יטב לב סאטמאר 5 גארפילד
כ"ק רבינו שליט"א מספיד
נשלח ב-16/8/2010 23:54
הרה"ג ר' לייביש טייטלבוים מספיד
נשלח ב-17/8/2010 00:01
נשלח ב-17/8/2010 06:51
אין עולם המסחר איז ער געווען א מוסטער פון א עהרליכען איד !!!
תוקן על ידי המשפחה1 ב- 17/08/2010 06:54:18
נשלח ב-17/8/2010 08:56
ווייסט איינער איז ער א אייניקל פון הרה"ח רבי ליפא לעווי ע"ה? (געווען ראש הקהל און בארא פארק, אויפגעטרעטן כ"א כסלו פאר זיין פטירה)
נשלח ב-17/8/2010 16:49
יא ער איז א אייניקל
נשלח ב-17/8/2010 20:36
אזויווי מען מעקט אפ אלע מיינע הודעות, אקעגן די בפירושדיגע פסק פון די רבנים הגאונים הצדיקים חברי הבית דין צקד שליט"א וועל איך מוזן טאקע שרייבן דאס וואס איר ווילט נישט!