בית פורומים כל העולם כולו

פין א לאנדענער, אמעריקע וועקט אייך אויף א "מאסק" אויף גראונד זירוי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2010 17:43 לינק ישיר 
פין א לאנדענער, אמעריקע וועקט אייך אויף א "מאסק" אויף גראונד זירוי

http://www.jihadwatch.org/2010/06/pat-condell-on-ground-zero-mosque-is-it-possible-to-be-astonished-but-not-surprised.html



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2010 18:39 לינק ישיר 

I just applied for a building permit for a new house. It was going to be 100 feet tall, 400 feet wide with 9 turrets at various heights, and windows all over the place, with 4,000 watt outside entertained sound system. It would have parking for 200 cars and I was going to paint it green with pink trim. The city council told me to drop dead. So i sent in the application again, but this time I called it a Mosque. ...........Work starts tomorrow...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2010 22:11 לינק ישיר 

איך האב פונקט אזוי פיינט מוסולמענער ווי ענק אבער געדענקט איין זאך, זיי האבן אפגעקויפט די שטח לעגאל און ס'איז נישט אויף גראונד זירא נאר נעבן דעם. זיי האבן אלע רעכטן צו בויען וואס זיי ווילן אזוי לאנג ווי זיי האלטן זיך צו די סיטי קאודס און אזוי לאנג ווי זיי נוצן נישט די בילדינג צו פלאנירן טעראר.

אויב זאלן זיי נישט קענען בויען דעם מעטשעט איז עס שלעכטע נייעס פאר אונז אידן, ווייל געדענקט איין זאך, יעצט זענען די אראבער פארפיינטעט ביים אמעריקאנער פאלק. איין טאג קענען מיר אידן זיין אזוי פארפיינטעט ביים אמעריקאנער פאלק, פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין, און ס'וועלן קומען ענליכע גזירות קעגן בויען בתי מדרשים.

די סעקנד וואס מען טשעפעט מיט רעלידזשעס רייטס זענען מיר אידן אין א גרויסע סכנה. די איינציגסטע סיבה פארוואס די אייראפעאישע רדיפות האבן אונז נישט באגלייט קיין אמעריקע איז וויבאלד אמעריקע איז א לאנד וואס פראטעקט יעדנ'ס רעכט צו פראקטיצירן רעלידזשען. די סעקנד וואס די רעגירונג פאנגט זיך אן צו שפילן מיט דעם זענען מיר אין גרויס טראבל.

פארגעסט נישט אז דייטשלאנד איז געווען די פריינדליכסטע לאנד צו אידן פאר היטלער'ס צייטן.

וויאזוי האט דער בארימטער דייטשער אנטי-נאצי גלח מארטין ניעמאלער געזאגט:

In Germany they first came for the Communists,
and I didn't speak up because I wasn't a Communist.
Then they came for the Jews,
and I didn't speak up because I wasn't a Jew.
Then they came for the trade unionists,
and I didn't speak up because I wasn't a trade unionist.
Then they came for the Catholics,
and I didn't speak up because I was a Protestant.
Then they came for me -
and by that time no one was left to speak up.

יא יא, ווען די נאציס האבן אויסגע'שחט'ן די קאמוניסטן האבן זיך זייער אסאך אידן געפרייט...

רבותי, זייט נישט נאאיוו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2010 23:00 לינק ישיר 

ווען אידן זאלן ווען דורכפירן 9/11 וואלט איך בארעכטיגט נישט צו לאזן בויען א שול נעבן גראונד זירא. למעשה שפילט זיך מיט געפילן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 00:42 לינק ישיר 

דאס וואס איך טראכט שוין א לענגערע צייט. קיינער זוכט נישט דא עפעס ספעציעל אטקעגן "רעליגיע", די אראבער זענען נישט "פארפיינטעט" ביים פאלק, ס'איז בלויז אז דאס פאלק האט מורא פון זיי. אז איינער האט א גרויסן גאן, און ער האט געשאסן מיט דעם, האט מען מורא פון אים און מען גיבט אכטונג, כאטש ער זאגט צו אז ער וועט שוין זיין א וואוילע אינגל. מען נעמט נישט קיין טשענסעס. סחור סחור אומרין לנזירא, לכרמא לא תקרב. קום נישט נאנט.

איך זאג נישט יא בויען נישט בויען, אבער א נארמאלער מענטש דארף פארשטיין. דאס האט גארנישט מיט רעליגיע, צו אראבער צו אפשר אידן להבדיל, מ'וויל פשוט זיין פארזיכערט און שלאפן אביסעלע רואיגער. יעעדער נארמאלער אראבער וואלט דאס אליין געדארפט פארשטיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 00:43 לינק ישיר 

-

תוקן על ידי הטוב_שמך ב- 19/08/2010 00:43:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 00:45 לינק ישיר 

איך האב פאר דיר נייעס "אידן" האבן דורכגעפירט טעראריזם קעגן די בריטישע רעגירונג אין פאלעסטינע, און די בריטישע רעגירונג האט ביטער נקמה גענומען אין פרומע אידן רעכטס און לינקס, און אלע האבן פארשטאנען אז ס'קומט זיך פאר די אידישע טעראריסטן.

ס'קען איין טאג אויפשטיין א מאיר כהנא וכדו' און עפענען א טעראר גרופע קעגן די אמעריקאנער רעגירונג. וואס וועסטו דעמאלט זאגן?

מען קען נישט זיין נאאיוו. די סעקנד מען שפילט זיך מיט איינעמ'ס קאנסטיטוציאנעלע רעכטן איז קיינער מער נישט פארזיכערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פין א לאנדענער, אמעריקע וועקט אייך אויף א "מאסק" אויף גראונד זירוי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext